קהילה חדשה
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 17, 2025
- מעסעדזשעס
- 10
- רעאקציע ראטע
- 112
- פונקטן
- 23
שלום וכל טוב סלה - ברוכים הבאים צו די ערשטע שיכטן פון ענטפערס אויף אונזערע ערשטע רונדע פראגן
דא איז די פועל יוצא פון די ערשטע שאלה. מיר האבן ערהאלטן א באגרעניצטע צאל ענטפערס. דא אין דעם פראיעקט קענען מיר נאר צוריק געבן לויט ווי דער עולם לייגט אריין. פאלגנד איז וואס מיר נעמען ארויס לעת עתה פון די געציילטע תגובות:
און מיט דעם טוען מיר נאכאמאל קלארמאכן אז מיר דא קומען גארנישט אפערן, חוץ א קרקע מיט גוטע אינסטרומענטן פארן עולם צו פלאנצן און שניידן די פרוכט פון די אייגענע הארעוואניע. וואס דער עולם לייגט אריין אזוי פיל קומט ארויס.
מיר זענען אידן, אידן וואס האבן א שטארקער נייגונג צו היימישקייט; אונזער פילאזאפיע (געדאנקנגאנג) איז ברייטקייט אין שכל. מיר זענען ווארימע פיינע אידן. מיר האבן נישט פיינט חרדישע אידן, מיר נאשן פון זיי, אבער מיר זענען אן אייגענע גרופע, טייל פון אונז מער פרום, טייל ווייניגער, און טייל בכלל נישט. מיר רופן זיך מה נשתנה אידן. סיי כרפס אין זאלץ וואסער סיי מרור אין חרוסת, סיי חמץ סיי מצה. והעיקר לא לפחד כלל.
שולחן ערוך איז נישט אונזער מוז בוך, אבער א suggestion, ספרים איז אונזער בעקראונד סצענע, יומי דפגרא׳ס און מנהגים אונזער לוח, חסידישע שטיק אונזער גייסט, איש את רעהו יעזורו פאר איינעם צווייטנס בליאונג א חוק ולא יעבור, קומט מיט א שטריימל קום מיט א בלורית, א טיכל צו וויאזוי ס׳וויל זיך, ביסטו א מענטש, ביסטו אן אונזעריגער.
אין די ראם פונעם פראגעבויגן: א צירוף פון 1 (לייכטע חסידים); 3 (נעאו משכילים); מיט נגיעות פון 2 (בליאונג קרייז).

ווער זענען מיר?

האט איר עפעס צוצולייגן שיקט צו
[email protected]
[email protected]
לעצט רעדאגירט: