תמצית פון ענטפערס אויף די ערשטע פראגע - ווער זענען מיר?!

קהילה חדשה

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 17, 2025
מעסעדזשעס
10
רעאקציע ראטע
112
פונקטן
23
שלום וכל טוב סלה - ברוכים הבאים צו די ערשטע שיכטן פון ענטפערס אויף אונזערע ערשטע רונדע פראגן

דא איז די פועל יוצא פון די ערשטע שאלה. מיר האבן ערהאלטן א באגרעניצטע צאל ענטפערס. דא אין דעם פראיעקט קענען מיר נאר צוריק געבן לויט ווי דער עולם לייגט אריין. פאלגנד איז וואס מיר נעמען ארויס לעת עתה פון די געציילטע תגובות:

און מיט דעם טוען מיר נאכאמאל קלארמאכן אז מיר דא קומען גארנישט אפערן, חוץ א קרקע מיט גוטע אינסטרומענטן פארן עולם צו פלאנצן און שניידן די פרוכט פון די אייגענע הארעוואניע. וואס דער עולם לייגט אריין אזוי פיל קומט ארויס.

ווער זענען מיר?

מיר זענען אידן, אידן וואס האבן א שטארקער נייגונג צו היימישקייט; אונזער פילאזאפיע (געדאנקנגאנג) איז ברייטקייט אין שכל. מיר זענען ווארימע פיינע אידן. מיר האבן נישט פיינט חרדישע אידן, מיר נאשן פון זיי, אבער מיר זענען אן אייגענע גרופע, טייל פון אונז מער פרום, טייל ווייניגער, און טייל בכלל נישט. מיר רופן זיך מה נשתנה אידן. סיי כרפס אין זאלץ וואסער סיי מרור אין חרוסת, סיי חמץ סיי מצה. והעיקר לא לפחד כלל.

שולחן ערוך איז נישט אונזער מוז בוך, אבער א suggestion, ספרים איז אונזער בעקראונד סצענע, יומי דפגרא׳ס און מנהגים אונזער לוח, חסידישע שטיק אונזער גייסט, איש את רעהו יעזורו פאר איינעם צווייטנס בליאונג א חוק ולא יעבור, קומט מיט א שטריימל קום מיט א בלורית, א טיכל צו וויאזוי ס׳וויל זיך, ביסטו א מענטש, ביסטו אן אונזעריגער.

אין די ראם פונעם פראגעבויגן: א צירוף פון 1 (לייכטע חסידים); 3 (נעאו משכילים); מיט נגיעות פון 2 (בליאונג קרייז).

האט איר עפעס צוצולייגן שיקט צו
[email protected]
 
לעצט רעדאגירט:
דער שולחן ערוך דארף זיין דער מוז בוך ווייל אויב נישט , איז דאך דא די קאנסערוואטיוו און רעפארם
באוועגונגען וואס גייען ביסלעכוויייז אונטער .
 
דער שולחן ערוך דארף זיין דער מוז בוך ווייל אויב נישט , איז דאך דא די קאנסערוואטיוו און רעפארם
באוועגונגען וואס גייען ביסלעכוויייז אונטער .
דו רעדסט אוודאי פון זמן תפילה און שלאפן אין סוכה..
 
דו רעדסט אוודאי פון זמן תפילה און שלאפן אין סוכה..
שלאפען אין די סוכה איז דאך א פראבלעם מיט די פרוי , אין שמחה אלא בבשר , און דער פסוק זאגט ודבק באשתו והיו לבשר אחד , דער מונקאטש רבי
בעל מנחת אלעזר האט גיהאט א בעדרום סוכה איש ואשתו , אבער ביי איהם איז געוועהן דער תשבו כעין תדורו אזוי ווי אין שטוב ,ווייל ער האט זיך געפיערט עסקעטיש, מיט פרישות האט מען עס גיקענט מסדר זיין אין די סוכה , משא״כ ביי רוב יידן וואס פירן זיך נארמאל , זאגט דער שולחן ערוך מיט די הגה פון דעם פוסק גדול רבי משה איסר׳לס, אז מען זאל שלאפען ענדערש אין הויז און מקיים זיין
ושמחת אתה וביתך .
 
דו רעדסט אוודאי פון זמן תפילה און שלאפן אין סוכה..
זמן תפלה איז דאך לויט חכמים ביז חצות, און אויב עס איז שוין נאך חצות האט מען אינזין אז עס איז א תפילת נדבה , וואס אויף דעם איז דאך דא די מימרא פון רבי יוחנן הלואי שיתפלל האדם כל היום כולו,קען מען דאך דבינון א גאנצען מעת לעת 24/7 מיט די הלכה. דער פראבלעם איז די ברכות פון קריאת שמע, וואס די ברכות קען מען נאך חצות זיכער מער נישט זאגען , און ווער עס טוט על פי הלכה -אויב האט מען נישט געזאגט די ברכות קריאת שמע דאס מיינט יוצר אור ,אהבה רבה , אמת ויציב פאר חצות. זאגט מען עס נישט מער ,
 
דו רעדסט אוודאי פון זמן תפילה און שלאפן אין סוכה..
מען דארף אויס קלאהרען , אוודאי פארשטייט מען אז עז איז דא געוויסע זאכען וואס מען טוט נישט פונקט ווי עס איז ככתוב , דאס איז פונקט אזוי ווי אין ציוויל גיזעצן האלט עס מען דען 100% , מען זאגט -ווער עס זאגט-ווידוי יעדן טאג , דאס איז פארט פון דעילי לייף , יעדער האט זיינע ווייסעס , און מען טוט דיוויעיטען פון די רולס , -איש לפי אכלו תכוסו-אבער אפיציעל בלייבט דער שולחן ערוך דער״מוז בוך״ מיט אלע דיגרעשענס וואס דער מציאות ברענגט מיט מיט זיך , אז לא יוצדק גבר
 
לעצם הענין פון @קהילה חדשה (נאכ'ן ווארעם באדאנקען די וואס שטייען דערינטער!!) האב איך געקלערט אז לכאורה וואלט א ריעל לייף קאנווענשאן געווען גאר א געראטענע זאך, נישט אזוי?
איך מיין, אזויווי אקאונטענטס און מלמדים קענען זיך צוזאמנעמען, פארוואס זאלן חברי הקרעמל נישט קענען?
פשוט זיך צו טרעפן איינער דעם צווייטן, אפשר אפהאלטן א פאנעל צווישן די "לייבן".
לכאורה איז דאס נישט אזוי ווייט פון די מציאות אויסצופירן, ס'נאר דא די אטלאנטיק פרעבלעם, אבער איך בין זיכער אז מ'קען זיך מתגבר זיין דערויף, און דאס זאג איך אלץ איינער וואס האט נישט ממש קיין איבריגע פאר דאללער... אבער מ'רעדט דאך דא פון לופט צום אטעמען!
וואס זאגט איר חברה צו דעם?
(ס'דא נאך אן ענין און דאס איז די ג'ענדער אישו, איך בין זיכער אז מ'קען דאס אויספיגערן אויף עפעס א וועג, אפשר דורך בעננען קעמערעס.)
 
💯
 
Back
Top