טראמפ'ס אנקלאגע סומעטאכע

בס"ד

ווער איז אננא באוער, און וואס האט זי מיט לינדזי העליגאן? וואס האט זי געטעקסט? און ווי אזוי איז זי אריינגעפאלן אין די פרשה?

אלעס האט זיך אנגעהויבן א שבת נאכמיטאג אין אקטאבער. אננא איז געזעצן געלאסן אין איר הויז, און געקלעטערט אויף נעטפליקס. ס'געווען א זעלטענער שטילער טאג. מיטאמאל, האט איר טעלעפאן געזשומעט. און צו איר וואונדער, איז עס נישט געווען קיין ספעם רוף, אדער איר רעדאקטאר, אדער איר Doordash באשטעלונג. ס'איז געווען לינדזי העליגען, די העכסטע פעדעראלע פראקוראר אינעם "איסטערן דיסטריקט" פון ווירדזשיניע, און די פערזאן וואס טוט פערזענליך אנקלאגן איינע פון דעם פרעזידענט'ס געשוואוירענע פאליטישע שונאים, ניו יארקער אטוירני דזשענעראל לעטישע דזשעימס. און לינדזי האט איר טאקע געטעקסט פונקט איבער דעם קעיס.

אזוי האט זיך אנגעהויבן איר צוויי-טאגיקער טעקסט-מאראטאן מיט די מערסט באקאנטע פראקוראר אין לאנד. במשך די קומענדיגע 33 שעה. אבער איידער מיר גייען ווייטער, לאמיר אביסל צוריקדרייען דעם זייגער, ווייל די מעשה האט א שטיקל הינטערגרונט וואס הייבט זיך אן עטליכע וואכן איידער העליגען האט איר בכלל געטעקסט.

די מעשה הייבט זיך אן מיט עריק סייבערט, וועלכער איז ביז לעצטן חודש געווען דער אמעריקאנער אטוירני אינעם "איסטערן דיסטריקט" פון ווירדזשיניע. סייבערט האט, ווי געווען באריכטעט, אויפגעברענגט ספיקות צי ס'איז בכלל דא גענוג באווייזן צו קענען שטעלן קרימינאלע קלאגעס קעגן צוויי פון פרעזידענט טראמפ'ס גרעסטע שונאים וואס ער רייסט כסדר ארונטער. דער ערשטער איז די ניו יארקער אטוירני דזשענעראל לעטישע דזשעימס, וועלכע האט געוואונען א 450 מיליאן דאלארדיגע ציווילע שווינדל אורטייל קעגן די טראמפ ארגאניזאציע, און דער צווייטער איז דער געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי, דער מענטש וועם טראמפ באשולדיגט אין אנפאנגען די "רוסלאנד-געיט" אויספארשונג.

יארן לאנג האט טראמפ פובליק געזאגט אז קאומי און דזשעימס דארפן באשטראפט ווערן פאר עפעס. ביי איין ראלי דורכאויס זיין לעצטן קאמפיין האט טראמפ געזאגט: "העי, וואס איז מיט קאומי? זעט איר אים ביי די אינטערוויוס? קאומי איז א ליגנער און א ליעקער." אבער סייבערט האט נישט געהאלטן אז ס'איז דא גענוג באווייזן אז דזשעימס און קאומי האבן געטון עפעס קרימינאל, ממילא האט ער נישט געוואלט ברענגען קלאגעס. אין סעפטעמבער האט נייעס באריכטעט, אז מען ערווארט אז טראמפ זאל אפזאגן סייבערט'ן. סעפטעמבער 19 האט טראמפ אין א רעדע פונעם "אוועל אפיס" גערופן מען זאל אים אפזאגן פון אמט. שעה'ן דערויף, האט סייבערט רעזיגנירט. טראמפ האט זיך אפילו געאייסערט אז ער האט סייבערט'ן שוין אפגעזאגט, נאך איידער דער האט געקענט רעזיגנירן.

אבער דאן האט זיך אפגעשפילט א מאדנע ערשיינונג וואס האט געהויבן ברעמען. א טאג דערויף, סעפטעמבער 20, האט טראמפ געשריבן א דירעקטן מעסעדזש צו זיין אטוירני דזשענעראל, פאם באנדי, אויסדריקענדיג פרוסטראציע אז גארנישט ווערט געטון קעגן זיינע קעגנער. אויסרעכענענדיג קאומי, אדם "שיפטי" (נישט אונזער שעפטי) שיף און לעטישע. פארלאנגענדיג פון פאם 'יוסטיץ' אבער שוין יעצט. אבער איראניש, האט טראמפ געדרוקט 'פאוסט' אנשטאט 'סענד', און ארויסגעשאסן דעם מעסעדזש צו אלע 9 מיליאן נאכפאלגער אויף טרוט סאושעל אנשטאט פריוואט צו פאם באנדי.
https://truthsocial.com/@realDonaldTrump/115239044548033727

צוויי טאג דערנאך האט טראמפ אריינגעשטעלט א נייעם הויפט פראקוראר אינעם "איסטערן דיסטריקט", לינדזי העליגען, זיין געוועזענע פערזענליכע אדוואקאט, וועלכע האט קיינמאל אין לעבן נישט געברענגט א קלאגע (אלס פראקוראר). און טראץ איר מאנגל אין פראקורארישע ערפארונג, האט העליגען אויסגעפירט טראמפ'ס פארלאנגען אנצוקלאגן זיינע קעגנער. אין די ערשטע פאר טעג פון איר איינשווערונג, האט זי געברענגט אן אנקלאגע קעגן קאומי. און דערנאך, צוויי וואכן שפעטער, האט זי איבערצייגט א באזונדערע גרענד דזשורי אנצוקלאגן טיש דזשעימס פאר מארגעדזש שווינדל.

דאס איז בערך די צייט ווען מיר קומען אריין אינעם בילד צו יענעם שבת, דעם 11'טן אקטאבער. אננא באוער האט פארברענגט א גרויסן טייל פונעם פארמיטאג לייענענדיג נייעס באריכטן איבער דעם קעיס וואס העליגען האט געברענגט קעגן דזשעימס, וואס איז הערשט ארויסגעקומען געציילטע טעג פריער. די אנקלאגע באשולדיגט די ניו יארקער אטוירני דזשענעראל אין ליגנט זאגן ווי אזוי זי האט געפלאנט צו נוצן א הויז אייגנטום אין נארפאלק, ווירדזשיניע, ווען זי האט איינגעגעבן פאר א הלוואה עס צו קויפן צוריק אין 2020. די פראקורארן טענה'ן אז דזשעימס האט געזאגט פאר די באנק אז די אייגנטום וועט גענוצט ווערן אלס א צווייטע היים, ווען למעשה האט זי לויט זיי עס גענוצט אלס א דירה פאר רענטל אינוועסטמענט, און עס פארדינגען צו א פאמיליע פון דריי. די קלאגע טענה'ט ווייטער אז דזשעימס האט דאס געטון כדי צו באקומען בעסערע מארגעדזש ראטעס.

המשך יבוא...
 
פאר איך הייב אן ליינען, איז עס א נייע פרשה?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

חלק ב'​

ווען די דזשעימס אנקלאגע איז ארויסגעקומען, איז אננא געווען צווישן די סקעפטיקער. נישט נאר צוליב דעם נקמה'דיגן נאטור פון די קלאגעס, נאר אויך ווייל ס'איז פשוט נישט געווען קלאר אויב די פאקטן וואס דער פראקוראר טענה'ט זענען אפילו בכלל א פארברעכן. כדי צו פארשטיין פארוואס, לאמיר קוקן אויפ'ן מארטגעדזש אפמאך וואס דזשעימס האט אונטערגעשריבן.

דער אפמאך האט גענוצט טיפישע "Fannie Mae" שפראך, און עס האט פארלאנגט פון דזשעימס צו באהאנדלען די הויז אייגנטום אלס א צווייטע היים. דאס מיינט אז זי האט געדארפט האלטן די הויז, "גרייט פאר פערזענליכן באנוץ". אבער, און דאס איז א וויכטיגע נקודה, די קאנטראקט ערלויבט פאר דזשעימס צו פארדינגען די הויז נאך איין יאר פון אייגנטימערשאפט. און, עס האט ערלויבט צו פארדינגען אויף צייטווייליג דורכאויס דעם ערשטן יאר. דאס איז זייער א וויכטיגע נקודה, ווייל איינע פון די הויפט טענות וואס די פראקוראר שרייבט אין די אנקלאגע איז אז דזשעימס האט דערקלערט "טויזנטער דאלארן אין רענט" אויף אירע "שטייער בויגנס". אבער די דעטאלן זענען זייער וואקלענדיג און אומקלאר. וואס זענען געווען די אומשטענדן פון דעם כלומרשט'ן רענטל אפמאך? ווען פונקטליך האט דזשעימס געזאלט האבן פארדינגען די הויז און פאר ווי לאנג? וויפיל רענט געלט האט זי איינקאסירט? אן צו וויסן די אלע פרטים, איז זייער שווער צו באשליסן צי לעטישע דזשעימס האט אפילו עובר געווען אויפ'ן מארגעדזש קאנטראקט בכלל, כל שכן צי זי איז באגאנגען סיי וואסערע מארטגעדזש שווינדל.

דאס איז פארוואס יענעם שבת נאכמיטאג, האט אננא געהאט א ספעציעלן אינטערעס אין א ניו יארק טיימס ארטיקל איבער די ווירדזשיניע הויז וואס איז אינעם צענטער פון די טיש דזשעימס קעיס. לויט'ן באריכט, ווערט די הויז באוואוינט דורך דזשעימס'ס ניכטע, א פרוי מיטן נאמען ניקיא טאמפסאן, וועלכע וואוינט דארט מיט אירע קינדער זינט דזשעימס האט געקויפט די הויז צוריק אין 2020. דער באריכט גייט ווייטער און ברענגט ארויס דריי וויכטיגע שטיקלעך אינפארמאציע. ערשטנס, אז טאמפסאן האט זיך באוויזן פאר א גרענד דזשורי אין נארפאלק, נישט אין אלעקסאנדריע, וואו דזשעימס איז אנגעקלאגט געווארן. צווייטנס, אז טאמפסאן האט עדות געזאגט אז "זי האט געוואוינט אין די הויז יארן לאנג און אז זי האט נישט באצאלט קיין רענט." און דריטנס, טאמפסאן איז נישט געבעטן געווארן נאכאמאל עדות צו זאגן. דאס אלעס מיינט אז ס'איז נישט קלאר אויב די גרענד דזשורי אין אלעקסאנדריע, די וואס האט אנגעקלאגט טיש דזשעימס, האט בכלל געהערט יענע עדות'שאפט. אע"כ, אויב דו ווייסט אז די אנגעבליכער טענענט זאגט אז זי צאלט נישט קיין רענט, דארפסטו ווארשיינליך דאס זאגן פאר די גרענד דזשורי מיטגלידער. אבער האט העליגען דאס געטון? מיר ווייסן נישט, וויבאלד גרענד דזשורי פראצעדורן זענען געהיים. אויב די ניו יארק טיימס באריכט איז אמת, קוקט אויס אז טאמפסאנ'ס עדות'שאפט פאר די גרענד דזשורי אונטערמיניווערט די טעאריע פון די פראקוראר אז דזשעימס האט גענוצט די הויז אלס א דירה פאר רענטל אינוועסטמענט. און אין אננא'ס מיינונג, צייגן די באווייזן ריינציוואשן פון די קלאגע, מיט דעם וואס עס צייגט אז דזשעימס האט נישט גענוצט די אייגנטום בעיקר אלס א אינוועסטמענט צו איינקאסירן רענט.

אלס א געזעץ-זשורנאליסט, האט אננא באשלאסן צו מיטטיילן דעם ניו יארק טיימס ארטיקל אויף טוויטער. קורצליך דערנאך האט אננא געפאסט א לינק צום טיימס ארטיקל און עס סך הכל'ט בערך אזוי: "ניו יארק טיימס באריכטעט אז לעטישע דזשעימס'ס ניכטע וואוינט אין די הויז וואס איז די נושא פון די אנקלאגע. די ניכטע האט ווי באריכטעט עדות געזאגט פאר אן אנדערע גרענד דזשורי, און זיי דערציילט אז זי וואוינט דארט שוין פילע יארן אן באצאלן רענט. דזשעימס קומט כסדר פאר באזוכן." עטליכע מינוט שפעטער, האט זי נאכגעפאלגט מיט א צווייטע באמערקונג איבער דעם ריינוואשן נאטור פון די באווייזן. "דאס זענען וויכטיגע באווייזן אויף צו ריינוואשן, ווייל די אנקלאגע באשולדיגט דזשעימס אין זוכן א 'צווייטע היים' מארגעדזש, ווען אין פאקט האט זי באמת געפלאנט עס צו נוצן אלס אן אינוועסטמענט דורך עס פארדינגען." אננא האט בשעת מעשה נישט געמאכט קיין גרויסן עסק פון די טוויטס. צו פארשפרייטן אנדערע זשורנאליסטן'ס באריכטן איז א רוטינע טייל פון ווי אזוי זי פרובירט צו האלטן מענטשן אינפארמירט איבער די קעיסעס וואס זי דעקט. אבער לינדזי העליגען, די פראקוראר וואס האט פערזענליך פרעזענטירט דזשעימס'ס קעיס פאר די גרויסע דזשורי, האט זעט אויס געזען אירע טוויטס גאר אנדערש.

איז ווען איר טעלעפאן האט געזשומעט, האט זי אראפגעקוקט און געזען אז זי האט א "פארבינדונג פארלאנג" אויף סיגנאל, וואס איז אן ענקריפטעט מעסעדזשינג סערוויס וואס פילע זשורנאליסטן נוצן צו קאמוניקירן מיט זייערע קוועלער.

המשך יבוא...
 
Back
Top