בס"ד
ווער איז אננא באוער, און וואס האט זי מיט לינדזי העליגאן? וואס האט זי געטעקסט? און ווי אזוי איז זי אריינגעפאלן אין די פרשה?
אלעס האט זיך אנגעהויבן א שבת נאכמיטאג אין אקטאבער. אננא איז געזעצן געלאסן אין איר הויז, און געקלעטערט אויף נעטפליקס. ס'געווען א זעלטענער שטילער טאג. מיטאמאל, האט איר טעלעפאן געזשומעט. און צו איר וואונדער, איז עס נישט געווען קיין ספעם רוף, אדער איר רעדאקטאר, אדער איר Doordash באשטעלונג. ס'איז געווען לינדזי העליגען, די העכסטע פעדעראלע פראקוראר אינעם "איסטערן דיסטריקט" פון ווירדזשיניע, און די פערזאן וואס טוט פערזענליך אנקלאגן איינע פון דעם פרעזידענט'ס געשוואוירענע פאליטישע שונאים, ניו יארקער אטוירני דזשענעראל לעטישע דזשעימס. און לינדזי האט איר טאקע געטעקסט פונקט איבער דעם קעיס.
אזוי האט זיך אנגעהויבן איר צוויי-טאגיקער טעקסט-מאראטאן מיט די מערסט באקאנטע פראקוראר אין לאנד. במשך די קומענדיגע 33 שעה. אבער איידער מיר גייען ווייטער, לאמיר אביסל צוריקדרייען דעם זייגער, ווייל די מעשה האט א שטיקל הינטערגרונט וואס הייבט זיך אן עטליכע וואכן איידער העליגען האט איר בכלל געטעקסט.
די מעשה הייבט זיך אן מיט עריק סייבערט, וועלכער איז ביז לעצטן חודש געווען דער אמעריקאנער אטוירני אינעם "איסטערן דיסטריקט" פון ווירדזשיניע. סייבערט האט, ווי געווען באריכטעט, אויפגעברענגט ספיקות צי ס'איז בכלל דא גענוג באווייזן צו קענען שטעלן קרימינאלע קלאגעס קעגן צוויי פון פרעזידענט טראמפ'ס גרעסטע שונאים וואס ער רייסט כסדר ארונטער. דער ערשטער איז די ניו יארקער אטוירני דזשענעראל לעטישע דזשעימס, וועלכע האט געוואונען א 450 מיליאן דאלארדיגע ציווילע שווינדל אורטייל קעגן די טראמפ ארגאניזאציע, און דער צווייטער איז דער געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי, דער מענטש וועם טראמפ באשולדיגט אין אנפאנגען די "רוסלאנד-געיט" אויספארשונג.
יארן לאנג האט טראמפ פובליק געזאגט אז קאומי און דזשעימס דארפן באשטראפט ווערן פאר עפעס. ביי איין ראלי דורכאויס זיין לעצטן קאמפיין האט טראמפ געזאגט: "העי, וואס איז מיט קאומי? זעט איר אים ביי די אינטערוויוס? קאומי איז א ליגנער און א ליעקער." אבער סייבערט האט נישט געהאלטן אז ס'איז דא גענוג באווייזן אז דזשעימס און קאומי האבן געטון עפעס קרימינאל, ממילא האט ער נישט געוואלט ברענגען קלאגעס. אין סעפטעמבער האט נייעס באריכטעט, אז מען ערווארט אז טראמפ זאל אפזאגן סייבערט'ן. סעפטעמבער 19 האט טראמפ אין א רעדע פונעם "אוועל אפיס" גערופן מען זאל אים אפזאגן פון אמט. שעה'ן דערויף, האט סייבערט רעזיגנירט. טראמפ האט זיך אפילו געאייסערט אז ער האט סייבערט'ן שוין אפגעזאגט, נאך איידער דער האט געקענט רעזיגנירן.
אבער דאן האט זיך אפגעשפילט א מאדנע ערשיינונג וואס האט געהויבן ברעמען. א טאג דערויף, סעפטעמבער 20, האט טראמפ געשריבן א דירעקטן מעסעדזש צו זיין אטוירני דזשענעראל, פאם באנדי, אויסדריקענדיג פרוסטראציע אז גארנישט ווערט געטון קעגן זיינע קעגנער. אויסרעכענענדיג קאומי, אדם "שיפטי" (נישט אונזער שעפטי) שיף און לעטישע. פארלאנגענדיג פון פאם 'יוסטיץ' אבער שוין יעצט. אבער איראניש, האט טראמפ געדרוקט 'פאוסט' אנשטאט 'סענד', און ארויסגעשאסן דעם מעסעדזש צו אלע 9 מיליאן נאכפאלגער אויף טרוט סאושעל אנשטאט פריוואט צו פאם באנדי.
https://truthsocial.com/@realDonaldTrump/115239044548033727
צוויי טאג דערנאך האט טראמפ אריינגעשטעלט א נייעם הויפט פראקוראר אינעם "איסטערן דיסטריקט", לינדזי העליגען, זיין געוועזענע פערזענליכע אדוואקאט, וועלכע האט קיינמאל אין לעבן נישט געברענגט א קלאגע (אלס פראקוראר). און טראץ איר מאנגל אין פראקורארישע ערפארונג, האט העליגען אויסגעפירט טראמפ'ס פארלאנגען אנצוקלאגן זיינע קעגנער. אין די ערשטע פאר טעג פון איר איינשווערונג, האט זי געברענגט אן אנקלאגע קעגן קאומי. און דערנאך, צוויי וואכן שפעטער, האט זי איבערצייגט א באזונדערע גרענד דזשורי אנצוקלאגן טיש דזשעימס פאר מארגעדזש שווינדל.
דאס איז בערך די צייט ווען מיר קומען אריין אינעם בילד צו יענעם שבת, דעם 11'טן אקטאבער. אננא באוער האט פארברענגט א גרויסן טייל פונעם פארמיטאג לייענענדיג נייעס באריכטן איבער דעם קעיס וואס העליגען האט געברענגט קעגן דזשעימס, וואס איז הערשט ארויסגעקומען געציילטע טעג פריער. די אנקלאגע באשולדיגט די ניו יארקער אטוירני דזשענעראל אין ליגנט זאגן ווי אזוי זי האט געפלאנט צו נוצן א הויז אייגנטום אין נארפאלק, ווירדזשיניע, ווען זי האט איינגעגעבן פאר א הלוואה עס צו קויפן צוריק אין 2020. די פראקורארן טענה'ן אז דזשעימס האט געזאגט פאר די באנק אז די אייגנטום וועט גענוצט ווערן אלס א צווייטע היים, ווען למעשה האט זי לויט זיי עס גענוצט אלס א דירה פאר רענטל אינוועסטמענט, און עס פארדינגען צו א פאמיליע פון דריי. די קלאגע טענה'ט ווייטער אז דזשעימס האט דאס געטון כדי צו באקומען בעסערע מארגעדזש ראטעס.
המשך יבוא...