פארוואס איך האב געוואוט פאר טראמפ

דאקטאר-ראבינער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 22, 2024
מעסעדזשעס
643
רעאקציע ראטע
2,802
פונקטן
413
איך האב געוואוט פאר אים ווייל אזוי.
דורכאויס זיין גאנצע קאדענץ, איז געווען קלאר אז ביידען איז אין סעריעס מענטל דעקליין. די דעמאקראטישע מידיע, אויסער טשענק יוגהור, אנשטאט דאס דעקן, זענען זיי געווען ביזי לייקענען שמש בצהרים! ווען ''דזשורנאליסטן'' האבן געפובלישט א בוק דערוועגן נאך זיין קאדענץ, איז דאס געווען א באמבשעל אין די סי. איבער אמעריקא האט דאס יעדער געוואוסט! ווען איינער האט דאס ארויפגעברענגט, אנשטאט דאס אדרעסירן, איז יענער אטאקירט געווארן!
דערנאך איז געקומען קאמאלע הערריס. פאר וואטעווער ריזאן, האבן דעמאקראטן, אנשטאט איר עקספאוזן צו וואס מער מידיא, האט מען איר באהאלטן, געפרעגט לייכטע שאלות, און איר נאר געלאזט רעדן לופט.
איך בין גראדע פארעקלט פון טראמפ. ווען דעמאקראטן ברענגען ווען ארויף א געווין ניוסאם, וואלט איך לכאורה געוואוט פאר אים.
פאקטיש אבער, טראמפ פארשטייט אז וואוטס דארפן ווערן פארדינט. געווין ניסאם פארשטייט דאס אויך. הערריס איינציגסטע סיבה פארוואס מען דארף וואוטן פאר איר איז ווייל וואוטן פאר טראמפ איז האומאופאוביק, סעקסיסט, רעיסיסט וכו' זי האט קיינמאל נישט געמאכט דעם קעיס פאר זיך אין פובליק! טראמפ איז געגאנגען צו פיינטליכע פלעצער. הערריס נישט! זי האט זיך קיינמאל נישט אויסגעפראסקעט מיט קיינעם צו פארדינען וואוטס! לופטיגע סטעיוטמענטס פון joy איז נישט גענוג!
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב געוואוט פאר אים ווייל אזוי.
דורכאויס זיין גאנצע קאדענץ, איז געווען קלאר אז ביידען איז אין סעריעס מענטל דעקליין.
יא ער איז געווען, אבער געדענקסט למעשה האבן זיי אים געלייגט שטארקע דריק ער זאל ריזיינען, וואס די אנדערע מענטש אויפן טיקעט וואלט אין זיין לעבן אויפן טויטן בעט נישט זיך פארגינט פאר קיינעם צו טוהן, און און ער ביידן האט עס געטוהן און קיינמאל פאר דעם נישט געקריגן פון קיינעם קיין קרעדיט, נישט נאר דאס נאר דאס ארומגעדרייט ווי נאך א ספין פון זיין "שוואכקייט" אז אבאמא און דזשארדזש קלוני האבן אים "קאנטראלט"

הלוואי זאל מען נאך ביידן אפילו נישט אזוי געזונט. דיקליין אין די פראבלעם הייסט?

דער מענטש האט זיך נאכנישט גערירט פון כמעט גארנישט זייט זיין ווייס פרעזידענטשאפט, ווי קומט אריין דיקליין? עף די אר איז א שוואכע פרעזידענט ווייל ער איז געזיצן אין א ווילטשעיר?

אפשר איז ער שוואך און נישט אינגאנצן אקעי אבער ער איז עף די אר!!

ענדערש א קאלעכיגע ביידן ווי א געזונטע טראמפ absolutely!
די דעמאקראטישע מידיע, אויסער טשענק יוגהור, אנשטאט דאס דעקן, זענען זיי געווען ביזי לייקענען שמש בצהרים! ווען ''דזשורנאליסטן'' האבן געפובלישט א בוק דערוועגן נאך זיין קאדענץ, איז דאס געווען א באמבשעל אין די סי. איבער אמעריקא האט דאס יעדער געוואוסט! ווען איינער האט דאס ארויפגעברענגט, אנשטאט דאס אדרעסירן, איז יענער אטאקירט געווארן!
טרייבסט איבער איך האב נישט געהערט פון קיין ערנסטע אטאקירונגען. איך וויל וויסן וואס דו האסט צו זאגן, זינט דו האסט מיר געטשעלענזשט איבער מיט וויפיל ריפובליקנס איך האב מיך פערזענליך איבערגעשמועסט, וויל איך וויסן וויפיל ווידיאו'ס איבער טייוואן פארין פאליסי און פיקעט ליין יונייטיד אוטא ווארקער סטרייקס האסטו געוואטשט.

ממש אטאקעס, מ'האט זיך געשעמט צו גיין אין די גאס!! קאם אן! עס איז געווען אווערהייפד און עמפליפייד אויף פאקס יעדע מינוט ממילא אין דיין אמעריקאנע ביינערי פלורעליסט וועג פון טראכטן אז אדער גלייב איך פאקס, אדער די טריפה'נע לינקע וועלט... הע.. וואס הייסט זיי רעדן נישט דערפון אזויפיל וויפיל פאקס האט מיך געהייסן גלייבן אז איך מוז עס הערן און עסן דריי מאל א טאג און אז נישט איז עס יענע סקאנדאל
דערנאך איז געקומען קאמאלע הערריס. פאר וואטעווער ריזאן, האבן דעמאקראטן, אנשטאט איר עקספאוזן צו וואס מער מידיא, האט מען איר באהאלטן, געפרעגט לייכטע שאלות, און איר נאר געלאזט רעדן לופט.
מיט דעם בין איך מיט דיר, 💯 און גאר גאר אסאך, דייקא אזוי ווי מיר אויף די פאר לעפט האבן זיך געגעסן אז זי האט נישט גינומען א טשענס און עס געשפילט צו סעיף, עס גייט דאך אפילו טיפער, די עס ען על האט נאך ביים לויפן חוזק געמאכט פון איר קאמפיין, בפניו... מיט די גאנצע מידל קלעס פעמילי. אבער, לאמיר נישט אינגאנצן זיין איינגערעדט אין דעם נערעטיוו ווייל צווישן די לופט האט זי אסאך פרעדיקטעד וואס גייט גיין ראנג אויב גייט מען גיין פאר נאך א טערם מיט________

און זי האט יא געהאט אפאר שטארקע איידיעס ווי העכערן די מינימום וועידזש בויען נאך הייזער אין די ערשטע 4 יאר העכערן שטייערן פאר די רייכע, טעקסן די סטאק מארקעט מיט אפאר פראצענט, געווען נייטראל אבער נענטער צו איזרעל ווי צו ביידן וואס איז געווען א שאד לויט ענק פרא איזרעל וואוטערס וואס האבן ביטער חרטה געהאט אויף טראמפ, ער איז אפילו נישט געפארן אהין!! נאר גערעדט גרויס, hell next Saturday night... אויב דו האסטידזשעס קומען נישט אהיים.

זי האט געהאט גוטע פלענער אויף די עקאנאמי, אבארשן, שווערער מאכן פאר ריל עסטעיט מאנאפאליס און די ארויפשרויפן רענט פרייזן, אבארשן, סא ס'איז נישט אינגאנצן אמת אז זי האט געהאט 0 אנגעגרייט. אויך האט זי נישט גענוג געארבעט אויפן אמת צו זיין א עכטע קעגנער אין קאנטראסט פון זיין פארפירירשע אנגעדראגטע רעטאריק



איך בין גראדע פארעקלט פון טראמפ. ווען דעמאקראטן ברענגען ווען ארויף א געווין ניוסאם, וואלט איך לכאורה געוואוט פאר אים.
פארוואס? וועלכע זאך גייסטו פאר אים?
פאקטיש אבער, טראמפ פארשטייט אז וואוטס דארפן ווערן פארדינט.
ער פארשטייט זייער ווייניג זאכן אויף די וועלט, איך גלייב באמת נישט דאס איינע פון זיי גיוון איך האב שוין דא געברענגט גאנץ אסאך פרוף פאר מיינע ליינער אז ער טוט נאר מיסלידן און אינדאקטרינעיטן און דערפאר פאלן די וואוטערס פאר אים אלס "lesser of 2 evils" און ענליכע בולקרעפ, און נישט ער האט געשוויצט דערפאר...

אפשר האט מארקא רוביא געשלעפט נייע וואוטערס, עניבאדי וואס האט געסוויטשט די מאל צו די טראמפ זייט האט זיך אליינס געשאסן, אפילו אלס א 1 אישאו וואוטער... קאמאלא איז דערווייל געווען גערעכט אויף אסאך גרינגע פרעדיקשנס וואס איך און @אלפא אדער @אפיקורוס האט דיר אויך געקענט פארזאגן
געווין ניסאם פארשטייט דאס אויך. הערריס איינציגסטע סיבה פארוואס מען דארף וואוטן פאר איר איז ווייל וואוטן פאר טראמפ איז האומאופאוביק, סעקסיסט, רעיסיסט וכו' זי האט קיינמאל נישט געמאכט דעם קעיס פאר זיך אין פובליק!
ראנג. קוק די אויבנדערמאנטע קליפ אויב דו ביזט מקפיד אויף בייעס, איך הייס דיר נישט עגריען דערמיט, נאר אריינעמען די אינפארמעישן אין זיך פון אן אביעקטיוו בליק אזוי ווי ווען דו הייסט מיך עמפעטייזן מיט א טראמפסטער און וויאזוי זיי שפירן רעפרעזענטירט לשיטתם, זיי מוחל
טראמפ איז געגאנגען צו פיינטליכע פלעצער. הערריס נישט! זי האט זיך קיינמאל נישט אויסגעפראסקעט מיט קיינעם צו פארדינען וואוטס!
עגרי, זי איז פון די עליט, און די עליט האט נישט געלאזט, ראוגן אדער די שווערע קשיות וואס מ'האט אפילו געפרעגט הילערי מער... און אויף די נומבערס האט זי אפילו געהאט אין באנק מער געלט ווי טראמפ, וועלכע האט געפישט אסאך דאונער געלט פאר זיינע געריכטן... דעט סעיד ס'איז געווען די פערפעקט לעסאן פאר די באבלדיגע סאושליזם מאוומענט, איך זיץ ביי די טיש, מיט די גרעסטע סאושליסטן פון שטאט און זיי זענען, פונקט ווי דיר אויך, disillusioned מיט די דעמאקרעטיק פארטי פירער, און אילאן אויך, ממילא אסאך זענען אויפן פרינדזש.
 
ממש אטאקעס, מ'האט זיך געשעמט צו גיין אין די גאס!! קאם אן! עס איז געווען אווערהייפד און עמפליפייד אויף פאקס יעדע מינוט ממילא אין דיין אמעריקאנע ביינערי פלורעליסט וועג פון טראכטן אז אדער גלייב איך פאקס, אדער די טריפה'נע לינקע וועלט... הע.. וואס הייסט זיי רעדן נישט דערפון אזויפיל וויפיל פאקס האט מיך געהייסן גלייבן אז איך מוז עס הערן און עסן דריי מאל א טאג און אז נישט איז עס יענע סקאנדאל
איך מיין דיר נישט צו פליקן אין באבן'ס באבן, איך ווער נאר ביטערליך נערוועז ווען מענטשן ווערן דיסטרעקטעט מיט די זאכן, ווייסט אז ביידן איז ערגער געווארן שפעטער?

אבער דאס אז די רעכטע מידיא וועלט רודפ'ט אים שוין נאך פון ווען ער איז געלאפן אז ער איז אלט און אז ער קען גארנישט אויספירן, ווען ער האט יא, ער קען נישט אליינס רעדן זיינע אייגענע מיינונגען ווען ער האט יא, דעס רעגט דיך נישט אויף? ווייל דאס איז עקזעקלי וואס די רעכטע טראפסטערס שרייען חי וקים אז די מידיא טוט מיט זייער מענטש... סא זיי נישט אזוי ביזי מיט דעם, פאקוס אויף פאליסי, איך זאג עס דיר און עדעם שיף און טשאק פונקט אזוי.

די רעכטע האבן דאך נישט קיין עי או סי וואס איז דארט צו ארבעטן... דארפן זיי זיין ביזי צו דיסקרעדיטן ביידן פון 2020 און ביאנד, זיי קענען דיר אבער נישט קיין ווארט ענטפערן וויפיל בילס ער האט אלס געפעסט און וויפיל אנדערע קאנסטישוענטס זענען ערליך רעפרעזענטירט געווארן, און ווי סאך מער דזשידיפי עס איז געוואקסן אין פארגלייך צו _______ און וויפיל ביליאן'ס אויף דאלערס זענען אריינגעגאסן געווארן אין אינדוסטריס און אין לאקאלע גאווערמענטס ס'האט זיך געטוהן א ערנסטע שפע, משא"כ יעצט ווען מ'טוט פארקערט און מ'זאגט די סטעיטס, פיגערטס עס אויס...

סא how about suck it up for once אזוי ווי אונז האבן געטוהן ווי עדאולטס און נישט פריטענדעד אז די גאנצע וועלט איז פארנארט, נאר ביזט געפאלן פאר א בייזע חלום און ווען קאמאלא האט געזאגט זיין טראמפ סעילס טעקס פאר ביליאנערן און טעריפס וואס מיר אלע באצאלן יעצט דערפאר גייט קראכן די עקאנאמיע און רעפארטערס וועלן ליידן האט זי גוט געוויסט וואס זי רעדט
 
לעצט רעדאגירט:
קוק עס אויף, זיי שפרונגען אלעמאל אויף אויף אונז קאוויד קאוויד, אה יא? אלעס וואס טראמפ האט grinded to a holt אין 2019 אנגעזעצט אלעס! טעריפס האט דיסטרויט די ביסל מאגערע דזשאבס וואס ער האט יא געהאט (אין עוורידזש גארנישט עקסטער) און די אלע מעכטיגע המצאות פון אריינברענגען LG און סאמסאנג קיין אמעריקע צו מאכן וואש מאשינס און בוסטן וויסקאנסין מיט קאריליינע איז אויסגעשטארבן נאך אין 2019 שוין נאך אפאר יאר פון פרובירן.

יעצט ווען קיינער געדענקט שוין נישט איז ער א גאנצע וויקטים, נעבעך נעבעך ער איז אריבער א פענדעמיק און ס'האט אים אזוי געשאדט, ניין ער האט מאוסטלי אנגעזעצט. און פאר דעם האב איך ממש נישט געקענט פארשטיין וויאזוי מענטשן האבן זיך געקויפט דעם טרעין טיקעט צו פארן אין ים אריין פארן צווייטן מאל
 
הייסטעס האטיך נישט געקענט איינהאלטן...
איך האב געעפנט דעם אשכול צו מען אויב דו קענסט הערן אן אטאקירן, דו קענסט נישט. יעצט איז שוין נישט קיין נפקא מינא צו וויפיל טראמפיסטן דו האסט גערעדט ווען עס איז קלאר אז דו האסט נישט די עבילעטי זיין צו הערן און פארשטיין אנשטאט לעקטשורן.
ווילאנג דו און די לעגאסי מידיא און די די אן סי גייען אויף דעם מהלך האב איך מורא אז טראמפ איז היער טו סטעי...
 
הייסטעס האטיך נישט געקענט איינהאלטן...
איך האב געעפנט דעם אשכול צו מען אויב דו קענסט הערן אן אטאקירן, דו קענסט נישט. יעצט איז שוין נישט קיין נפקא מינא צו וויפיל טראמפיסטן דו האסט גערעדט ווען עס איז קלאר אז דו האסט נישט די עבילעטי זיין צו הערן און פארשטיין אנשטאט לעקטשורן.
ווילאנג דו און די לעגאסי מידיא און די די אן סי גייען אויף דעם מהלך האב איך מורא אז טראמפ איז היער טו סטעי...
דו ביזט דאך אזוי פאני, איך לעב נישט אין די איינגערעדטקייט ווי דיר און איך ריבוטל דיר (נישט לעקטושר) און דו זאגסט איך אטאקיר?

אויך ווי איך עגרי מיט דיר איז אן אטאקע?

ווען איך וועלידעיט וואס דו שרייבסט וואס עקלט דיר פון דעמאקראטן הייסט אן אטאקע? וועם נארסטו דא? דו מיינסט איך בין דיין נאר?

דו זאגסט ענד איי קוורטט:
@דאקטאר-ראבינער:
פאקטיש אבער, טראמפ פארשטייט אז וואוטס דארפן ווערן פארדינט

און איך פרעג דיר אפ. ווייל איך קען!


האסט אפילו געליינט וואס איך האב געשריבן? אדער סתם האסט געליינט דריי שורות און צוריקגעענטפערט?

וואס הייסט אן אטאקע? זיי מיר מסביר אלס שואל טאקע. ווייל פון מיר קוקט אויס אז אזוי לאנג ווי מ'איז נישט גרייט צו זאגן "יא, טאקער, און העניטי, און שפירא, און טים" צו וועלכע אידיאט אדער אפשר קלוגע מענטש, איר פאלויט מ'קען דאך עס אנקוקן 2 וועגן... אזוי לאנג ווי מ'אדאפטירט נישט יענע ווארלדוויו איז עס אן אטאקע? אויב יא קאנפירמסטו מיינע ווערטער בנוגע זיין אין א trap פון ביינערי טינקינג fair and square אבער דאס איז נאר א פרעסאמטושעס קלעים, איך עסורט עס נישט. איך זאג עס וויבאלד נישט פאר יעדעם דארף איך גיבן מיין צייט סא איך האב א רעכט צו האבן קלארקייט.

דו רעדסט דאך נישט פעקטושעל! מ'טאר דיר נישט פעקט טשעקן? שיקן קליפס וואס איז וויכטיג פאר די פולע קאנטעקסט? ס'קען זיין אז די קליפס עגריען עטוואס צו האלבוועגס מיט דיין ווארלדוויו, ווייסט?

אויך, וואס זענען דיינע סטענדערדס אבאוט? דא איז א גרופ טעראפי? אדער פאליטיקס?

אויך בין איך צומישט, דו הייבסט אים ארויס פון די אנדערע זייט זאגסטו דו עקלסט דיך פון אים.

זייט אייך קלארער מסביר, שכח און פרוביר מיט לאגיק נישט ווישפול טינקינג אז אזוי פילסטו מאכט סענס אזוי ווי א גרויסע עולם האט דזשאסטיפייד זייער שטימע אויף 💯 עמאושנס ביי דעם טערמין,
 
לעצט רעדאגירט:
ווילאנג דו און די לעגאסי מידיא און די די אן סי גייען אויף דעם מהלך האב איך מורא אז טראמפ איז היער טו סטעי...
צום ניינטן מאל איך האב פיינט די די ען סי מער ווי דו

איך בין א Democratic socialist און איך בין נישט די איינציגסטע דא ביי די וועי.

אלס איינער וואס רעדט א ביג געים פון וועלידעישן אן לעקטשורן און פארשטיין זעהט נישט אויס ווי דו ביזט נזהר אין דעם... ס'גייט ביידע וועגן, נישט נאר וואס דו האלסט, דו האסט נישט געכאפט מיין מעסעדזש, איך האב דיר אפגעפרעגט ווייל דו האסט געזאגט דו גייסט זאגן פארוואס דו האסט געוואטט פאר אים, און דאס וואס דו זאגסט, פרעג איך אפ אז ס'איז נישט קיין ריזן

מה בעיה? אנטשטאט רעדן נוץ דיין מייז און ווייז מיר צו ווי איך האב דיר אטאקירט און מ'וועט עס אויסגראדן. נא פראבלעם
 
ווען איך קום צו א שמועס ווי איך זע דיר רעדן פון טראמפ טשעק איך ארויס, איך גלייב אז איך בין נישט דער איינציגסטער

דו ריבאטלסט נאר, דו לעקטשורסט נישט...

מיין פוס...
 
ווען איך קום צו א שמועס ווי איך זע דיר רעדן פון טראמפ טשעק איך ארויס, איך גלייב אז איך בין נישט דער איינציגסטער

דו ריבאטלסט נאר, דו לעקטשורסט נישט...

מיין פוס...
אה יא?

אהא, אינטערסאנט וויפיל מעסדזשעס ער האט פשוט נישט געענטפערט!!

למשל דא ווי איך האב אים געגעבן אביסל היימארבעט איבער טרענס ספארטס וואס ער האט אימפלייט אז איך בין בלינד צו וואס א רעפובליקאנער האלט... דער ווייל ווייס איך נישט צו ער האט געספענדט די צייט ווייל ביידע זייטן האבן שטארקע אווערלעפ און די רעכטע, ווי יענער זיידע נעמען די לינקע אקטיוויסטן צו פערזענליך ביידע עגריען אז ס'איז א אישאו!!

ווייסט ער ניטאמאל צו זאגן!!

יא דאקטער? פארוואס טאר מען נישט לעקטשורן? ווייסטו שוין אלעס?? אדער ווייל דו הייבסט פשוט נישט אן צו זיין אינטערסירט און דו ביזט אביסל קלוזד מיינדעד? וועלכע איז עס??? In all honesty

און דא למשל ווי ער האט פשוט אויסגעלאזט פאקטן און נישט געפינען פאר וויכטיג עס צו אדרעסירן פארוואס ווייס איך נישט. אין גלייב אז ער האט העכערע כוונות אווודאי וואס מיין קליינע קאפ באגרייפט נאך ליידער נישט...

ווי קומט דא אריין לעקטשורן אדער נישט לעקטשורן? האט ער וואס צו ענטפערן? ענק האבן דיך נישט וואס צו ענטפערן, און אנשטאט עקנאלידזשן אייער cognitive dissonance און אוועקלייגן די איגאו פון הערן נייע פערספעקטיווס וויל מען נאר זיין א wussy און זאגן יענער לעקטשורט, אדער ווי דו לעקשורסט מיך אלעמאל ווי בייעסד איך בין, אפילו איך האב דיר כמה פעמים אויפגעוויזן וואסערע בייעסעס דיינע מעסעדזשס האבן און דו האסט אפילו נישט געכאפט...

שבת האט אים קריטיקירט און ער איז פשוט שטיל געבליבן, זיכער קומט עס נישט אריין וויבאלד מ'טאר שוין נישט טשעלנדזשן וואס מענטשן האלטן אויך נישט, אדער ווייל פרי ספיטש מעג נאר ער אונז? זאלן שווייגן... היינט מעגן נאר נאצי'ס, ראסיסטן, זיניאפאובס און טראנספאובס, אנטי וואוק און פרא איזרעליס האבן א מייק. די איבריגע זאלן פליז סטאפן צו לעקטושרן... עטס זענטס מיר צו אויפגעקלערט, צופיל שווערע ווערטער פאר מיין קליינקעפיגקייט... איך וויל בלייבן א תם.

ווי יענער קאמענטירער האט געזאגט נאר נאחי יאבו מעג רעדן גוטס אויף די קאמיוניטי, יוסי קרויס זאל בלייבן שטום. יא איך קען זאגן לאווי דאווי איך עקסעפט יעדעם וויאזוי זיי זענען... ביז מ'הייבט אן צו שניידן שטיקער פון די קאמיוניטי'ס פראבלעמען, דארט איז שוין אחת דתו... און ער האט אלע תירוצים אין די וועלט פארוואס ס'איז נישט אויסגעהאלטן... איי ער אנטלויפט פון פאקטן אז עס איז ביי דעפינישן פון מערערע סאציאלאגיסטן א קולט אבער מיט אלע מפרשים!

ווארט א רגע, איז דא merit אין דעם? איז דא סובסטאנץ? אדער איז סתם א תירוץ ארויסצוטשיקענען פון א שמועס וואס מ'קען נישט צו גוט, שייע ווייס סטייל, טעלעפאן סטייל, א גוטן איך בין א פערד, כ'ווייס נישט וואס טוט זיך מיט זיך, אבער דו ביזט 💯 ראנג נו בין איך ראנג...

אנלייק דיר, האב איך געסטאדיט יעדע טרעיט און איך וועל לעקטשורן ווילאנג איך וויל, אז דאס איז פון באקאנסטע טרעיטס אין א קולט, צו סיילענסן די קריטיק אז זיי זענען גאר די רודף...

א יאר צוויי צוריק ביזטו דאך געווען די וועלטס טשאמפיאן פון פרי ספיטש? ווי ביזטו יעצט??? האסט אפשר נישט ליב וואס ס'גייט פאר אין אונזער לאנד רח"ל??

מי יודע אפשר ביזטו א באהאלטענע קאמיוניסט וואס מ'דארף דעפארטירן פארן שענדיגן אין די כבוד פון אמעריקע'ס הייליגע געטליכע וועג פון טראכטן? און האלסט אז די קאמיוניסטן האבן עפעס פוינטס? ששש איך גיי נישט זאגן פאר קיינעם איך זאג דיר צו, מ'טאר דאך אבער נישט טראסטן... און דו טארסט נישט דא וואוינען ווייל דו לעקשורסט אפיקורסות קעגן וואס די סטאטוס קווא פון אונזער הייליגע מוטערלאנד האלט, די גאנצע וועלט האט דאך יעדער הערנער, נאר אונז זענען גוט ...
 
Back
Top