זיך האלטן תורה'דיג, איז פאר די משכילים נישט געווען א פריאַריטי. ממילא צו זאגן אז זיי זענען דורכגעפאלן איז נישט אינגאנצן אמת
פאר די ארגינעלע משכילים איז עס יא געווען א פריאריטי, זיי זענען געווען געהעריגע אידן אזויווי אונז נאר מיט אפענע קעפ.
(אונז זענען שוין קאנדישענט געווארן פון די קעמפ פלעיס, אז א משכיל האט א נעקטיי, לאכט פון די תורה און האלט נישט ביי גארנישט)
אונז מיש מיר צאם משכילים מיט קלים.
א משכיל איז א ערנסטער איד, און ער וויל אבער א מען זאל אריינברענגען חכמת הגויים ביי די אידן און אויכט זאל מען זיך אויסמישען מיט די גויים כדי עס זאל נישט זיין קיין אנטיסעמיטיזם.
א קל איז ווי אונז רופן היינט א באָם, א מענטש וואס האט נישט קיין שיטה׳ס און ער טוט וואס ער וויל.
איך דזשאדזש נישט קיין באמס, אבער די משכילים זענען בכלל נישט געווען קיין באמס. ווען מען רעדט פון השכלה רעדט מען פון זיי.
טאקע די נעקסטע גענעראציע משכילים זענען שוין געווען פחים וריקים און מיט זייערע א.ג. השכלה האבן זיי ארויפגעצווינגען זייער השכלה אויף די ארטעדאקסען.
נפתלי מאסטער איז נישט קיין משכיל, ער איז פשוט א ליידיגייער וואס וויל ארויפצווינגען זיינע שיטות אויף כלל ישראל (און יא איך האלט אז מען דארף לערנען אסאך מער סעקולארע שטודיעס אין די מוסדות)
מילא ווען מען איז סתם א באם און מען האלט נישט ביי גארנישט, אוואדאי זענען זיי נישט איטערעסירט און המשכת היהדות.
ר׳ משה מנדלסון איז נישט געווען קיין ליידיגייער און ווער עס זאגט אויף עם ימ״ש זאל גיין ליינען אביסל היסטאריע.