תורת כהנים - שיטת ר׳ מאיר כהנא

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
716
רעאקציע ראטע
3,334
לאור דעי הודאה
https://kraimel.community.forum/threads/87/post-1447
לאמיר טאקע דורך טוהן זיין שיטה, סיי פון א תורהדיגע וועג און סיי פון א פראקטישע וועג.



וואס איך וויל פארשטיין, נניח אז ער איז גערעכט תורה׳דיג אוו אז מען דארף פארטרייבן אלע אראבער און איינעמען ארץ ישראל מיט עבר הירדן וכו׳ וואס איז זיין פלאן, פראקטיש גערעדט, ער מיינט טאקע אז די אראבערס גייען זיך לאזן?
 
די רביצין'ס מענטשען האבן אויך נשט געוואלט ארויסגיין פונעם גרויסען מאנרא שול. ארונים זענען אויך אומוועלנדיג פארטריבן געווארן פון ראדני...
 
אין מיין בליק איז ער געווען א אידישע נאצי (אידאלאגיש, נישט בפועל)
ער איז געגאנגען קאפ אין וואנט מיט מחיית עמלק, נוסח שומרים קארדס.
איך מאך עים נישט אוועק, ער איז געוועהן א לעג׳יט (און עקסטרעימער) מענטש, איך האב מיך אמאל געטראפן אין מרכז הרב און געזיצען שעות אויף זיינע ספרים, אויב מעג מען זאגן, האט עס מער תוכן ווי די דברי יואל.

עניוועי, ער איז געוועהן ממש די היפך פון סאטמאר רב, ר׳ מאיר כהנא איז געוועהן א שטארקע בעל תוכן אבער שכל הישר האט ער נישט געהאט, מאידך סאטמאר רב איז געוועהן א קלוגער איד אבער קיין תוכן (לגבי זיין שיטות) האט ער נישט געהאט.

די איינציגסטע פלאץ ווי זיי זענען געוועהן שווה בשווה איז אז זיי זענען ביידע געוועהן אקעגן שייטלעך.
ווייל זיי ביידע זענען געוועהן קנאים, די חילוק איז געוועהן פון ווי די קנאות איז געקומען.
ביי סאטמער רב איז עס געקומען פון חתם-סופר׳יזם, און ביי ר׳ מאיר כהנא איז עס געקומען פון א העלעניסטיש-אלטער אויסבליק.
 
לעצט רעדאגירט:
אזוי ווי איך האב געשריבן די תגובה פיל איך אז איך דארף רעספאנדען, איך האב נישט יעצט קיין סאך צייט אבער איך וועל ענטפערן אין קארצען, און אז איך וועל האבען צייט שפעטער וועל איך אפשר מער מאריך זיין.

דיסקלעימער: איך בין נישט גענוג אויסגעקאכט אין זיין שיטה צו זאגען אז איך קען אים רעפרעזענטן, וואס איך שרייב רעפרעזענט וואס איך האב פארשטאנען פון אים און איך בין מסכים דערמיט אין מיין אייגענע ווערטער.

אפאר גיווענס אויף וואס עס בויט זיך
• פייער דארף מען ענטפערן מיט פייער. ווען מען שיסט אויף דיר מיט לעבעדיג פייער קענסטו נישט צוריק שיסען מיט וואטער גאנס, אפילו אויב דו ביסט אנטי גאנס. אויב מען שיסט אויף דיר און דו גייסט נישט קויפן קיין גאן ביסטו א מאבד עצמו לדעת, און אויב האסטו א ווייב און קינדער און שטוב ביסטו א רוצח.
• ארץ ישראל איז אונזער ביי רעליגיע, אלץ ממנות, האבן אונז שוין אפגעקויפט אפאר מאל, און ביי די געזעצן פון מלחמה, האבן אונז שוין אפאר מאל איינגענומען.
• אז די וועסט זיך לאזן וועט מען דיר אויפעסען, אז דו וועסט ווייזן אז מיט דיר איז נישט דא קיין מאנקי בעזניס וועט מען לכתחילה נישט אנהייבן מיט דיר.

יעצט בעיסד אויף דעם ווען אונז זאלן נעמען אלע אראבער, פון לבנון ביז מדבר סיני, פון ים ביז עבר הירדן און זיי געבן קאמפענסעישען און פארטרייבן צו אנדערע לענדער, האבן אונז זיך אויפגעפירט לפנים משורת הדין. נאך וואס אלע מלחמות האבען זיי אנגעהויבן, נאך יעדע מלחמה האבן זיי פארטריבען אלע יודן בעירום ובחוסר כל אין בעסטען פאל (חוץ די שוידערליכע רציחות). זיי האבן ביי יעדע מלחמה געקומען מיט א פלאן לעקור את הכל, און זיי ווילען דאס נאך אלץ, די וואס זאגען אנדערש איז עס נאר א געים צו שפילען אויף אונז.
און ווי איך האב געשריבן אין די אנדערע אשכול אפאר תגובות ארויף טוהן די זעלבע און ווארטען אויף אנדערע ריזאלטס איז א שוטה
 
אזויווי דו שרייבסט בקיצור, וועל איך קאמענטירן אפאר קורצע נקודות.

קודם, דו האסט עפעס א כלליות'דיגע 'זיי', וואס זיצן אין קעלערן נעקסט דאָר צו די זקני ציון, און האבן געמיינזאמע באהאלטענע פלענער, ווען אין פאקט לא הרי כאמאס כפאטאך, לא הרי לבנון כמצרים, לא הרי ירדן כעזה וכו' וכו'.

פארהאן אסאך שטאפלען אין דער מלחמת חרמה מיט ישראל, אנגעהויבן פון הומאניטארישע לעגיטימע טענות ביז פונדאמענטאליסטישע רעליגיעזע קלעימס - ענליך צו דיין רעליגיעזע קלעים אויף די שטחים - און יעדע באפעלקערונג פון די שטחים וואס דו רעכנסט אויס פארמאגט אן אייגענע צוגאנג דערצו.

און דזשאסט פאר די רעקארד: אריגינעל האבן די לאקאלע אראבער נישט דורכגעפירט אין גרעסערן בילד מער גרויזאמע רציחות און פארפאלונגענען ווי די ישראלים - עכ"פ ביז דער גרויסער רעליגיעזער אויפוואכונג אין די לעצטע צוואנציג-דרייסיג יאר.

נאך א קליינע נקודה: היסטאריש זענען די לאקאלע אראבער אין א קעטש מאז היתה פאלעסטינע לגוי.

בעת וואס די ציוניסטישע באוועגונג איז גרייט געווען - פארשטייט זיך בלויז ווען זיי האבן נישט געהאט קיין בעסערן אויסוואל - צו פראגמאטישע לעזונגען און פשרות קומענדיג פון זערא, זיי האבן דאך גארנישט געהאט און בלויז געצילט אויפצושטעלן כאטש עפעס, איז עס פאר די אראבער, פאליטיש און סאציאלאגיש, געווען אן אוממעגליכע פשרה.

דאס האט זיי טאקע געקאסט א היסטאריש אומגעהויערן פרייז, אבער זיי האבן אנגעהויבן פון א גאנץ אנדער פלאץ ווי די ישראלים.

אוודאי האבן זיי היסטאריש געוואלט לעקור את הכל, ווען די גאנצע געפעכט האט זיך אנגעהויבן מיט זה אומר כולו שלי וזה אומר חציו שלי.

יעצט אפגעזען די ראדיקאלע מאראלישע פארברעכנס אין די "לעזונגען" וואס דו שטעלסט פאר, איז עס אויך אינגאנצן מנותק פון פאליטישן רעאליטעט. חוץ אויב דער ציל איז צו פארוואנדלען ישראל אין א צפון-קארעא.
 
@ערפל קומסט אריין ווי די לייבן פון 2012!!!
 
אזויווי דו שרייבסט בקיצור, וועל איך קאמענטירן אפאר קורצע נקודות.

קודם, דו האסט עפעס א כלליות'דיגע 'זיי', וואס זיצן אין קעלערן נעקסט דאָר צו די זקני ציון, און האבן געמיינזאמע באהאלטענע פלענער, ווען אין פאקט לא הרי כאמאס כפאטאך, לא הרי לבנון כמצרים, לא הרי ירדן כעזה וכו' וכו'.
אין 1948 האבן זיך אלע אראבער צוזאמגענומען צו פייטן אויף איין פראנט
פארהאן אסאך שטאפלען אין דער מלחמת חרמה מיט ישראל, אנגעהויבן פון הומאניטארישע לעגיטימע טענות ביז פונדאמענטאליסטישע רעליגיעזע קלעימס - ענליך צו דיין רעליגיעזע קלעים אויף די שטחים - און יעדע באפעלקערונג פון די שטחים וואס דו רעכנסט אויס פארמאגט אן אייגענע צוגאנג דערצו.
ווי ערווענט איז מיין טענה נישט נאר רעליגיעז, נאר אויכעט רעליגיעז
און דזשאסט פאר די רעקארד: אריגינעל האבן די לאקאלע אראבער האבן נישט דורכגעפירט אין גרעסערן בילד מער גרויזאמע רציחות און פארפאלונגענען ווי די ישראלים - עכ"פ ביז די גרויסע רעליגיעזע אויפוואכונג אין די לעצטע צוואנציג-דרייסיג יאר.
זיי האבען יא געהארגעט אלע יארען אנגעהויבן פון יצחק און ישמאל.
מאדערן היסטערי מוכאמעד און די אידען פון מדינא.
די ספעציפישע קאנפליקט אנגעהויבן פון פרעות תרפ״ט. איך האב אויסגעלאזט אסאך רציחות משך די יארן.
משא״כ די ישראלים, איז די ערשטע טעראר אטאקע 1946 מלון המלך דוד, און די ערשטע רציחה 1948 כפר יאסין, און דאס שוין אלץ רעספאנס נאכען ליידן רציחות און פאגראמען משך 30 יאר, און נאר דורך א פרינדזש און פארדאמט ביי די עסטעבלישמענט. משא״כ ביי זיי (יא אלע אראבער חוץ ממש לעצטענס די עמירעטס) זענען די רוצחים און רעיפיסטס שאהידים (אפילו די וואס פארדאמען עס אויף ענגליש, לויבען עס אויס אויף אראביש)
נאך א קליינע נקודה: היסטאריש זענען די לאקאלע אראבער אין א קעטש מאז היתה פאלעסטינע לגוי.
די פראבלעם אי אז זיי זענען קיינמאל נישט געווען (און וועלן בעזהשי״ת קיינמאל נישט זיין) קיין פאלק.
עס איז צו לאנג אריין צו גיין דערין דא איך האף צו עפענען א אשכול דערויף ווען איך וועל האבען מער צייט
בעת וואס די ציוניסטישע באוועגונג איז גרייט געווען - פארשטייט זיך בלויז ווען זיי האבן נישט געהאט קיין בעסערן אויסוואל - צו פראגמאטישע לעזונגען און פשרות קומענדיג פון זערא, זיי האבן דאך גארנישט געהאט און בלויז געצילט אויפצושטעלן כאטש עפעס, איז עס פאר די אראבער, פאליטיש און סאציאלאגיש, געווען אן אוממעגליכע פשרה.

דאס האט זיי טאקע געקאסט אן היסטארישן אומגעהויערן פרייז, אבער זיי האבן אנגעהויבן פון א גאנץ אנדער פלאץ ווי די ישראלים.

אוודאי האבן זיי היסטאריש געוואלט לעקור את הכל, ווען די גאנצע געפעכט האט זיך אנגעהויבן מיט זה אומר כולו שלי וזה אומר חציו שלי.
די ישראלים האבען באמת זייער שטארקע טענות אויף כולה שלי. נאר זייענדיג רעאליסטיש זענען זיי איינגעגאנגען אויף פשרות (ריכטיג צו בטעות) איינמאל און נאכאמאל. קודם ווען מען האט צוגענומען טרענסדשזארדען ביי די ווייסע פאפיר, נאכדעם ווען מען האט נאכאמאל צוטיילט די איבערגעבליבענע האלב (עקשעלי פערטל) נאכאמאל אויף האלב 1948, אוסלו, התנתקות…
יעצט אפגעזען די ראדיקאלע מאראלישע פארברעכנס אין די "לעזונגען" וואס דו שטעלסט פאר, איז עס אויך אינגאנצן מנותק פון פאליטישן רעאליטעט. חוץ אויב דער ציל איז צו פארוואנדלען ישראל אין א צפון-קארעא.
עס איז גראדע זייער אויספירבאר, אן צו ווערן צפון קארעא.
אדרבה די יעצטיגע וועג זעהט מען אז עס ארבעט נישט, איז צייט צו טוישען.
וויאזוי וועל איך שרייבן אי״ה אין די אשכול וואס איך פלאן צו עפענען אז איך וועל האבען צייט
 
קודם שכח פאר דיין ענטפער.

כ'וויל מיך נישט באציען צו פאליטישע/רעליגיעזע/מאראלישע פראגעס פשוט וויל אין להם סוף, און קיין מיינונגען זענען נאכנישט געטוישט געווארן. כ'וועל בלויז פרובירן זיך צו באציען צו די פאקטן.

ציוניסטישע רציחות זענען פעסט אנגעגאנגען דורכאויס די דרייסיגער און פערציגער יארן. בעיקר דורך פרינדזש עקסטרימיסטן, אבער אויך פיל אפיציעלע מערכות.

טעראר אטאקעס קעגן בריטישע צילן איז א מסכת פאר זיך, און פאר א שטיק צייט איז דאס זאגאר געווען די אפיציעלע צוגאנג פון דער הגנה, די אפיציעלע מיליטער פון דער מדינה שבדרך, מיט דער באקאנטער "תנועת המרי העברי".

קינג דוד אויפרייס האט פשוט געברענגט אינטערנאציאנאלער גערודער און איז דעריבער מערסט באקאנט. אייגנטליך האט זיך די הגנה געהאט אפגעשאקלט פון די סארט פעולות בלויז געציילטע טעג פריער.

ישראל'ישע ברוטאליטעטן קעגן פאלעסטינער איז פעסט אנגעגאנגען במשך די פופציגער און זעכציגער יארן - דיר יאסין, כפר קאסם, פארשידענע פעולות תגמול אא"וו - און דאס איז שוין האבנדיג א דעמאקראטישע מדינה; העט ווען די מדינה נישט צושטאנד געקומען איז גאנץ פשוט אז דער כח פון די פורשים וואלט זיך שטארק פארמערט, פירנדיג צו גערילע קאמפן, נקמה אויסברוכן, מסעי כיבוש - בעסער באקאנט אלס "טעראר".

דיין באהויפטונג איבער דעם פאלעסטינער פאלק איז אפשר געווען אמת אין די פריע 1900'ס, אבער פאלעסטינער זענען שוין לאנג א פאלק - אין גרויסן טייל צום קרעדיט פון מדינת ישראל - נאך עני טיים ווי אנדערע באקאנטע "פעלקער", און פונקט ווי דאס ראלעטיוו-פרישע ישראל'ישע פאלק.

און יא, פעלקער זענען אן אויפגעמאכטע זאך. קם אדם בבוקר ומחליט שהוא אומה. ככה זה עובד.

ציוניסטישע קלעימס אויף גאנץ ארץ ישראל זענען אך ורק אבסורדע סעמי-רעליגיעזע קלעימס. דאס אז די בריטן, וועגן זייערע אינטערעסן, האבן צוגעווארפן א ביינדל און גע'טענה'ט אז זיי וועלן דאס צושטעלן, איז טאקע צוריקגעצויגן געווארן גענצליך דורכ'ן ווייסן פאפיר פון 1939, ברענגענדיג א טראגישע ענדע צום ציוניסטישן חלום. הפה שהתיר הוא הפה שאסר. נאך דער שואה האט דער יונייטיד נעישאנס מחליט געווען - באזירט אויף וועדת פיל וועלכע האט פולקאם אנערקענט אין דער פאלעסטינער נאציאנאלער באוועגונג - צוצעטיילן דאס לאנד, אין א פרואוו צו זיין יושר'דיג צו ביידע זייטן.

ישראל איז איינגעגאנגען אויף פשרות דורכאויס איר עקזיסטענץ ''בלויז'' מיט א גאן צום קאפ, און ביי דעפיניציע זענען כמעט אלע פשרות געווען צו ווייניג פאר די פאלעסטינער. צי ס'איז קלוג פון זייער זייט לאזט זיך דעבאטירן, אבער אן קיין זכות שיבה - א זאך וואס די מדינה קען זיך בשום אופן נישט ערלויבן - און חלקים פון ירושלים איז נישטא מיט וועם צו רעדן.

וועגן ישמעאל'ס מעשי רציחה האב איך גארנישט געקענט טרעפן, מעגליך תרי ישמעאל הוו, וואס כ'האב יא געטראפן איז מאסן רציחות דורך אלע פעלקער, איינער דעם צווייטן, אן קיין אויסנאם. פעלקער מיט מאכט פירן דורך דזשענעסיידס איז א היסטארישער פאקט.

ולסיום: מיין ציל איז בכלל נישט אויפצואווייזן ציוניסטישע מיסברויכן נאר צו צייגן די לעכערליכקייט פון לייגן די שולד אויף איין זייט.
 
וועגן ישמעאל'ס מעשי רציחה האב איך גארנישט געקענט טרעפן, מעגליך תרי ישמעאל הוו, וואס כ'האב יא געטראפן איז מאסן רציחות דורך אלע פעלקער, איינער דעם צווייטן, אן קיין אויסנאם. פעלקער מיט מאכט פירן דורך דזשענעסיידס איז א היסטארישער פאקט.

טאקע צוליב דעם וואס דו זאגסט, אז פעלקער - היינט און אמאל - זענען אין א כסדר'דיגע מלחמות געיעג ַאון ס'קומט פאר מאסן רציחות צווישען לענדער, וויל איך, אלס טייל פונעם אידישע פאלק אז אונז זאלן זיין ידו על עליונה.

ווייל אויב איינער ווערט גע'הרג'ט, זאל עס זיין א אנדערער. איך האב נישט קיין חשק צו גע'הרג'ט ווערען אדער לאזען מיינע ברודער און שוועסטער ווערען געפאנגען און גערעיפּט.

אויב ס'בלייבט נאר איבער די עצה אז מ'מוז זיי מרחק זיין פון אונער שטעטלעך, ווייל אנדערש גייען מיר נישט לעבן רואיג, זאל מען אננעמען וואס הרב כהנא האט מציע געווען. ווייל די אנדערע אפציע איז, אז איך וועל פארטריבן ווערען און דאס ווייל איך נישט אננעמען.

איין זאך וואס מען האט שוין יא געזעהן, התנתקות האט זיכער נישט געהאלפן אז מען זאל אונז נישט הארגענען און רצח'נען.
 
@Nanach קענסט ביטע אויסברייטערן וואס זענען די שטארקע טענות פון די ישראלים אויף כולה שלי?
 
מאיר כהנא, אפגעזען צו ער איז געווען גערעכט צו נישט איז ער אבער זיכער יא געווען זייער א קליגע מענטש. א מענטש וואס האט אוועקגעגעבן זיין לעבן פאר די וואוילטעטיקייט פונעם אידישן פאלק. א איד מיט מסירות נפש פאר זיין מיסיע. און ער איז געווען גרייט צו צאלן די פרייז.

אייביג גערעדט מיט א טיעפקייט מיט ריעזאנינג. געווען זייער קאנווינסינג אפגעזען צו ער איז געווען גערעכט אדער נישט.

פארשטייט זיך אז ער איז אויך געווען זייער אינטערטעינינג. און ב''ה אז שפתותיו דובבות בקבר. און אין שוואכע צייטן קען מען איהם ווידער הערן.
 
קליג און קאממען סענס זענען נישט די זעלבע זאך.
 
שלום עליכם ליבע חבירים 😍

איך וויל מיר באציען צום פותח השנירל׳ס פראגע אויב כהנא איז געווען פראקטיש. (איבערלאזענדיג די אפישעל מיעט-ענד-גריד פאר א פאסענדע געלעגנהייט)

מאיר כהנא׳ס טענה איז אייביג געוועהן אז די אראבער האבן זייערע 50 לענדער, אין א גרויס טייל דערפון האבן געוואוינט אידן פאר הונדערטער יאר ביז מ׳האט זיי פארטריבן. די זעלבע צייט האט די יו ען פארטיילט לאנד, די אראבער האבן גענומען ריזיגע חלקים, פארטריבן די אידן פון דארט, און מיט דעם אלעם איז דא א הייפעלע פון זיי וואס וואוינען אין ארץ ישראל און האבן פיינט דעם איד און ווילן אים ארויסזעהן פון דארט, פארוואס זאל מען לאזן דעם אראבער וואוינען דארט, בשעת ווען דער אראבער האט זיך זיין לאנד ווי ער קען גיין.

ער האט פאראויסגעזעהן א סכנה אז זיי ווערן מער און מער בשעת וואס די אידן זענען נישט רעליגיעז און מערן זיך נישט, און אויב איז דא אייניגע רעכטן וועלן די אידן נישט נאר פארלירן זייער לאנד, נאר אויך געהארגעט ווערן. און אויב איז די כוונה געווען צו געבן פאר די אידן א סעיף פלאץ איז עס אין א סכנה אויב דער אראבער וואוינט דארט, היות דער אראבער האט פיינט דעם איד.

זיין שיטה איז נישט געווען א דירעקטע סתירה צו חוקי דעמאקראטיע, (כאטש ער האט געלייגט רעליגיע איבער דעמאקראטיע) און עס צו פארשטיין איז כדאי צו זעהן זיין דיבאטע מיט עלען דערשאוויטץ. (עוועילעבעל אן יו טוב) עלען איז מחולק מיט אים אבער געבט אים גערעכט אסאך.

איינער האט אים דא אנגערופן א אידישע נאצי. די חילוק פון שיטת הרב כהנא מיט נאציזם איז זייער פשוט, דער איד האט נישט געוואלט איבערנעמען דייטשלאנד און און עס מאכן פאר א אידיש לאנד, עכ״ז האבן די נאצי׳ס געוואלט הרגענען דעם איד ווייל זיי זענען געוועהן נאצי׳ס. הרב כהנא שיטה איז אבער נישט געווען קעגן דעם אראבער, ער האט געוואלט פשוט לעבן רואיג און אז דער אראבער לאזט נישט האט ער געוואלט זעהן דעם אראבער וואוינען סוקסעספולי אין ירדן. די פונדעמענטאלן פון זיין שיטה איז געקומען פון א טיפע אהבת ישראל.

זיין שנאה צום אראבער איז נישט געקומען ווייל ער האט געדארפט א ריינע ראסע, ס׳איז וויבאלד דער אראבער דארף א ריינע ראסע.

זייענדיג שטארק רעליגיעז, און לייגנדיג תורה ומצוות און אהבת ישראל בעפאר די מה יאמרו הבריות/האומות האט ער געפעלט אין די גרויסע פיקטשער, אבער ער האט זיכער געמאכט א גרויסע טויש און די מיינדסעט פון די מער רעליעגיעזע חלק פון עם ישראל. שווער צו זאגן אז נתניהו וואלט געהאט די שטארקייט און שטאלצקייט צו לוחם זיין פאר די מדינה ווען נישט ס׳איז דא א הרב כהנא וואס האט געהויבן די טאָהן.

די כהנא צדק און כך באוועגונג איז טאקע קליין, אבער ביי א ריזיגע חלק רעליגיעזע אידן איז דא א אינערליכע ליבשאפט און געפיל צו הרב כהנא, און א פארשטענדעניש אז זיין קאך און ברען איז נישט געקומען פון א רייץ צו זיין מאכטפול אדער פארדינען פארזענדליך דערפון, ס׳איז געווען א הארץ וואס האט געפלאקערט פאר עם ישראל ותורתו הק׳ אן קיין פשרות כלל וכלל!

שבת שלום ברודער!
 
לעצט רעדאגירט:
וואס ער האט געזאגט האבן אנדערע געטראכט, ווייל טאמער מ'זאגט עס, איז עס נישט פאליטקעל קארעקט.

איינער פון זיינע טענות וואס ער האט שטארק פארפירט איז געוועזן וויאזוי די צה"ל רעגולירט זייערע רולס. ער האט געוויצעלט אז א סאלדאט מעג נישט שיסען אויף אן אראבער נאר טאמער ער איז שוין געשאסן געווארן....

היינט זעהט מען אז די וועלט וועט שרייען אנקעגען אידן אפי' ווען צה"ל וועט פירען מלחמות נישט אין איינקלאנג פון מאיר כהנא מהלך. די UN האט היינט געסטעמפלט מדינת ישראל אלס א לאנד וואס הארגעט קינדער און זיי אפיציעל אריינגעלייגט אין א ליסטע מיט אנדערע רוצחישע לענדער.
 
לעצט רעדאגירט:
גראדע האט ער לויט אסאך פוסקים פיין געהאט קאממאן סענס, אבער דאס איז שוין דיבעיטעבל.
ווילסט זאגן אז ער איז גערעכט געוועהן? מסכים.
אבער פארטרייבען אראבערס איז נישט קאממען סענס!
 
קאממאן סענס און רעאליטעט איז צוויי באזונדערע וועלטן. די רעאליטעט איז נישט אייביג אין סינק מיט קאממאן סענס.
 
ווער איז די כהנא, איינער האט א בילד פון אים?
 
Back
Top