טי-ווי שאו רעקאמענדאציעס

יישר כח
זייער אינטרעסאנט
איז די סעריע פון די טי ווי שאו תולה הא בהא? איך האב גוואטשט די עפיסאד, איך ווינדער מיך צו עס לאוינט זיך צו אנהייבן פון אנפאנג?
כבין טאקע נייגעריג, כהאב נאר געקוקט די עפיזאד, סאיז אינטערסאנט פאר זיך, כבין נייגעריג אויב יעדע עפיזאד איז א שטיקל פאר זיך וואס מען קען עקסטער קוקן און סנישט תולה הא בהא.
 
וואס איז פשט מיט דער דר. פיטרסן? ער ארבעט עכט פאר די איראנער? אויב אזוי פארוואס האט פאראז אים ארעסטירט, און פארוואס האט ער געדארפט באהאלטן א קעמערא אינעם נוקלעארן געביידע?
אויף וויקיפעדיא איז דא דער תירוץ, אויב דו האסט נישט ליב קיין ספוילערס דריק נישט דער לינק.
 
טהרן פרק 6 האט איינער?
 
,House of David, איז א נייע סעריע איבער דאס לעבן און שאפן פון דוד המלך.

Matlock, איבער א לויער וואס וויל נקמה נעמען.

Wild cards, האב איך נאך נישט אנגעהויבן אבער עס זעהט אויב די זעלבע איידיע ווי high ,potential וואס איך האב זייער ליב געהאט.

ישראלישע איז דא: שלומי 6, איבער 2 בחורים מיטן נאמען שלומי וואס זענען שפילער.

המטרה אמיא, איבער די באמבאדירונג אין די איזרעילי אמבאסאדע אין ארגענטינא.

תחריר, איבער די מצרישע אבלאווע אויפן איזרעילי אמבאסאדע.

מגרש הרוסים, איבער א רוסישע געהארגעטע.

שבאבניקים, קומט ארויס, א נייע סיזען אין 10 טעג.
 
פאודה און טהרן זענען די זעלבע קאנסעפט

פאודה איז איין מאן וואס ווערט פארליבט און עטליכע פרויען - און אלע שטארבן אפ
טהרן איז איין פרוי וואס ווערט פארליבט און עטליכע מענער - און זיי שטארבן אפ

😀😀

פאודה איז היבש אינטערעסאנטער פון טהרן אין מיין אפינאן, דורון איז א אייזענע אקטיאר.
 
איך האב מיר לעצטענס אנגעשטויסן און אן עלטערן טי ווי שאו, דער שיעלד (The Shield)

נישט שלעכט בכלל, די קערעקטערס זענען אייזן, איי לאוו די טענס פון אומפראדאקטיביליטי, מקען נישט וויסן וואס קומט נעקסט.
סהאט נישט די קרעפ פון די 2020 שאוס, סהאט עפעס אן אלטע ניחוח
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב אנגעפאנגען צו וואטשן איצטערט 'מגרש הרוסים', א נייע סעריע פון כאן11.
זעהט אויס גאנץ שטארק.

נאכן ערשטן עפיזאד האב איך מיך געפילט ווי נאך א ראלער קאוסטער, א זאך וואס מ'פילט נאר אין גאר גוטע שאו'ס.
פון די טיפע געפילן פון די מאמע, ביז די קאמפלעקסד געפילן פון פריש געקומענע עולים, די קלוגקייט פונעם פרומען חוקר, די פארלוירענע געפילן פונעם טאטן וואס גייט פארלירן זיין ווייב און קינד אין איין טאג וכו'.

ווייס'ך נישט צו ס'גייט ווייטער גיין אזוי גוט, אבער דאס איז די ערשטע עפיזאד (ס'איז שוין דא די נעקסטע צוויי אדער דריי עפיזאדן, יאך האב עס נאכנישט געזען).
 
איך האב אנגעפאנגען צו וואטשן איצטערט 'מגרש הרוסים', א נייע סעריע פון כאן11.
זעהט אויס גאנץ שטארק.
כווייס נישט, כהאב מיר עפעס נישט מחבר געווען צו די איזרעלי שאוס
כהעל נעמען דיין רעקאמעדאציע.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top