ווער זענען די נטורי קרתא?

ישראל דוד וייס איז אויך א ירא שמים א תמים ובעל חסד
 
דא א איד פון די גרויסע היץ קעפ אין נטורי קרתא וואס פלעגט זיצן ביי רב דאמב'ס שיעורים, רב דאמב האט געהאט א שוואכקייט צו די אמאליגע פוילישע חסידים, ער פלעגט רעדן פון זיי מיט התפעלות אן א שיעור. איינמאל האט ער פארציילט אז ס'איז געווען א חסיד וואס פלעגט נישט אהיימגיין פאר חדשים, ממש נאר אויף ימים טובים ועוד כמה. דער יעניגער זיצער ביים שיעור האט אריינגעפרעגט וויאזוי יענער האט מקיים געווען דעם חיוב פון זיין אינדערהיים ופקדת, עונה וכו'? האט זיך רב דאמב אנגערופן "פארשאלטן זאל זיין הערצל וואס האט אונז צוזאמגעברענגט".

לענינינו, כ'האב גוט געקענט ר' משה בער, כאטש איך בין געווען פון זיינע שיטות ווייט כמטחוי קשת, אבער ער איז געווען א לב טוב עד אין שיעור, ער האט פאר זיך גארנישט געדארפט, און האט קיינמאל אויפגעהויבן א הויך ווארט אויף א צווייטן אפגעזעהן וואס דער מצב איז. האסט אים געקענט אנקוקן און לערנען א לקח וויאזוי א איד האט שמירת עינים, האסט געקענט זיצן ביי זיין שבת סעודה און זעהן וויאזוי א איד האט אן אויסטערלישע רעספעקט פאר זיין ווייב אבער האלט אן א פרישות'דיגע דרגה אין אידישקייט, ער איז געווען - אויסער פון זיין קנאי'שע צוגאנג - א לעבעדיגע מוסר ספר. עס איז נישט דא קיינער פון זיינע תלמידים וואס האט אפילו נאנט צו דעם, כ'האב געהאט פאר א צייט א ביזנעס שייכות מיט איינעם פון די וואס מען זעהט אויף די בילדער ביי די פראטעסטן אסאך. איך איבל אסאך מאל ווען כ'דערמאן זיך, א לאולייף און שמוציאן איינס אין די וועלט. פוי.
 
מ'גייט נאך איין טאג זאגן אז אמאל זענען געווען באזעסענע מענטשן ווי ר' ישראל דוד ווייס און ר' דוד שלמה פעלדמאן, אבער היינט....

אל תאמר מה היה שהימים הראשנים היו טובים מאלה
די געשמאק פון ארויסקרעכצן די סלאגאן ''אמאל זענען געווען...'' וועט קיינמאל נישט ארויסגיין פון סטייל. אבער פארט אז מען כאפט א נאנטע בליק אויף די היינטיגע פירער'ס פון נטורי קרתא, דערקענט זיך גלייך די חילוקים. סיי ר' עמרם בלוי און סיי ר' משה בער בעק, זענען ביידע געווען ווי מען זאגט ''self-made people'' אידן וואס זייער גאנצע עקזיסטענץ איז געווען די בורא עולם...
ווער עס האט געקענט ר' משה בער פון די נאנט, און קען ר' ישראל דוד און ר' דוד שלמה, פארשטייען זייער זייער גוט וואס איך מיין.
 
ישראל דוד וייס איז אויך א ירא שמים א תמים ובעל חסד
איך וועל ח''ו נישט אוועק מאכן ר' ישראל דוד ווייס אלס פערזענליכקייט. פארט קומט ער נישט צו צום קנעכל פון זיין רבי ר' משה בער.
 
דא א איד פון די גרויסע היץ קעפ אין נטורי קרתא וואס פלעגט זיצן ביי רב דאמב'ס שיעורים, רב דאמב האט געהאט א שוואכקייט צו די אמאליגע פוילישע חסידים, ער פלעגט רעדן פון זיי מיט התפעלות אן א שיעור. איינמאל האט ער פארציילט אז ס'איז געווען א חסיד וואס פלעגט נישט אהיימגיין פאר חדשים, ממש נאר אויף ימים טובים ועוד כמה. דער יעניגער זיצער ביים שיעור האט אריינגעפרעגט וויאזוי יענער האט מקיים געווען דעם חיוב פון זיין אינדערהיים ופקדת, עונה וכו'? האט זיך רב דאמב אנגערופן "פארשאלטן זאל זיין הערצל וואס האט אונז צוזאמגעברענגט".

לענינינו, כ'האב גוט געקענט ר' משה בער, כאטש איך בין געווען פון זיינע שיטות ווייט כמטחוי קשת, אבער ער איז געווען א לב טוב עד אין שיעור, ער האט פאר זיך גארנישט געדארפט, און האט קיינמאל אויפגעהויבן א הויך ווארט אויף א צווייטן אפגעזעהן וואס דער מצב איז. האסט אים געקענט אנקוקן און לערנען א לקח וויאזוי א איד האט שמירת עינים, האסט געקענט זיצן ביי זיין שבת סעודה און זעהן וויאזוי א איד האט אן אויסטערלישע רעספעקט פאר זיין ווייב אבער האלט אן א פרישות'דיגע דרגה אין אידישקייט, ער איז געווען - אויסער פון זיין קנאי'שע צוגאנג - א לעבעדיגע מוסר ספר. עס איז נישט דא קיינער פון זיינע תלמידים וואס האט אפילו נאנט צו דעם, כ'האב געהאט פאר א צייט א ביזנעס שייכות מיט איינעם פון די וואס מען זעהט אויף די בילדער ביי די פראטעסטן אסאך. איך איבל אסאך מאל ווען כ'דערמאן זיך, א לאולייף און שמוציאן איינס אין די וועלט. פוי.
געהערט אמאל פון איינע פין די ריבניצע גבאים אז אויף ר’ משה בער’ס זכות שטייט האלב מאנסי דארף מען נאר וויסן אויב ס’שטומט די חשבון פון די יארן
 
פון אייער ווערטער דערקענט זיך אז איר האט אים געקענט פון די נאנט!
איך האב אויך ב''ה זוכה געווען אים צו קענען פון דער נאנט. און טאקע ווייל ער איז געווען באקאנט אין די גאס אלס איין שטיק קאנטראווערסיע, טאקע דאס האט מיר געצויגן אין צו באטראכטן מיט א נענטערע בליק. איך בין גאר אסאך מאל ארויס פון התפעלות, צוקוקנדיג ווי אזוי ער פירט זיך אויף צו א צווייטן.
איך קען אפאר פון זיינע אייניקלעך וואס גייען לו דאווקא אין זיינע וועגן. האב איך זיי אמאל אנגעפרעגט וואס די זיידע זאגט צו דעם?, זיי האבן מיר אלע געענטפערט די זעלבע זאך. ''מיין זיידע האט מיר קיינמאל נישט פארגעהאלטן, אדער מוסר געזאגט! אז איך האב אים געפרעגט, האט ער געענטפערט. אבער אויב מען האט נישט געפרעגט, האט ער זיך נישט אריינגעמישט קיין ברעקל.''
 
נישט געקענט ר' משה בער ז''ל

אבער איך האב אריינגעקוקט אין א ספר וואס ער האט געשריבן, און ס'איז געשטאנען דארט אזעלעכע שטותים...
 
דאס איז זיכער אז זיינע ספרים זענען געשריבן געווארן מיט אסאך איבערגעטריבענע פרומקייט, וואס רוב ציבור פארשטייט אפי' נישט צו דעם.
אבער אז דו וועסט נעמען זיין שלום בית ספר און עס אדורך ליינען, וועסטו שטוינען צו זעהן ווי שיין ער רעדט.
דאס איז זיכער אז ווען מען ליינט דורך די ספר דארף מען עס פילטערן פון אלע עקסטרעמע קאנטענט. איך רעדט בלויז פון די תוכן.
 
געהערט אמאל פון איינע פין די ריבניצע גבאים אז אויף ר’ משה בער’ס זכות שטייט האלב מאנסי דארף מען נאר וויסן אויב ס’שטומט די חשבון פון די יארן
איך האב גערעדט מיט א איד, וואס אין מיינע אויגן איז ער גאר באגלייבט. ער פארציילט אז ער האט אליין געהערט פון די ריבניצער די ווערטער, אז האלב מאנסי שטייט אויף ר' משה בער'ס זכות.
 
דאס איז זיכער אז זיינע ספרים זענען געשריבן געווארן מיט אסאך איבערגעטריבענע פרומקייט, וואס רוב ציבור פארשטייט אפי' נישט צו דעם.
אבער אז דו וועסט נעמען זיין שלום בית ספר און עס אדורך ליינען, וועסטו שטוינען צו זעהן ווי שיין ער רעדט.
דאס איז זיכער אז ווען מען ליינט דורך די ספר דארף מען עס פילטערן פון אלע עקסטרעמע קאנטענט. איך רעדט בלויז פון די תוכן.
א ספר אויף ציונית (איך דענק נישט די נאמען)
 
זיין ספר שבת קודש איז א ברכה צו מאכן
 
א ספר אויף ציונית (איך דענק נישט די נאמען)
איך האב עס נישט געליינט, און איך פלאן עס נישט צו ליינען.דאס אז זיינע שיטות אויף ציונות איז איבערגעטריבען דארף נישט מיין הסכמה.
איך רעדט דאווקא נישט פון זיין ציוניסטישע מיינונגען, ווייל דאס איז דאך באקאנט פאר די גאנצע וועלט. איך וויל ארויסברענגען פאר ווער עס ווייסט נישט זיין אנדערע צד.
 
פונקט אזויווי עס זענען דא ציונים וואס זאגן אז טוה יעדע עבירה ווילאנג דו שטיצט די מדינה ביזטו גוט אזוי איז אויך ישראל דוד ווייס וואס דרייט זיך מיט מחללי שבת אבער ווילאנג זיי זענען אנטי איזראעל זענען זיי צדיקים' אין זיינע אויגן.
 
סיי ער אין סיי די עקסטערמע ציונים (נישט די וואס רייצן זיך מיט אראבער, נאר די פון וועם איך רעד) זענען פאני.
די חילוק איז נאר אז די ציוני מיינט עס אמת'דיג, ווייל זיין טאטע האט אים אזוי אויסגעלערנט און ישראל דוד ווייס איז סתם אן אקטיוויסט....
 
צו זיין קעגן א מדינה איז איין זאך.
צו זיין קעגן אידן איז א צווייטע זאך.
 
סיי ער אין סיי די עקסטערמע ציונים (נישט די וואס רייצן זיך מיט אראבער, נאר די פון וועם איך רעד) זענען פאני.
די חילוק איז נאר אז די ציוני מיינט עס אמת'דיג, ווייל זיין טאטע האט אים אזוי אויסגעלערנט און ישראל דוד ווייס איז סתם אן אקטיוויסט....
קענסטע נישט ישראל דוד
 
מיין טאטע האט גוט געקענט משה בער. ער רעדט פון אים מיט א יראת הכבוד.. ער האט געקענט זיין א בעלזערס בעסטע חבר אן אריין מישן זיינע נגיעות
 
איך האלט אז ער איז טויט פארקרימט, אבער אמת'דיג מיינט ער עס!
 
מיין טאטע האט גוט געקענט משה בער. ער רעדט פון אים מיט א יראת הכבוד.. ער האט געקענט זיין א בעלזערס בעסטע חבר אן אריין מישן זיינע נגיעות
טויזנט פראצענט. עס איז אסאך מאל קאמיש צו זעהן ווי אזוי שטארקע פראו מד''י אידן רעדן פון ר' משה בער מיט יראת הכבוד, און ליכט פון זיין פערזענליכקייט.
 
Back
Top