וואס אונזערע מחנכים האבן מורא מיר זאלן וויסן

דא דריי באוואוסטע שפרים שפת אמת.
1) שפת אמת הקדמון, להגה"ק רבי ישמעאל הכהן זצוק"ל אב"ד מודינא שבאיטאליע
2) שפת אמת להרה"ק ר' ליבוש ברעזאנער זי"ע, מתלמידי החוזה
3) שפת אמת, להרה"ק רי"ל מגור זי"ע
אין יענע קרייז וואו ידידינו חוקר איז אנגעהערט, איז דער גור'ער חדר (אדער ווארשעווער, ווי @חוקר ודורש רופט עס) נישט אפגעפרעגט, נאר אומעקזיסטירבאר מכל וכל.

סאו בעת וואס רוב חסיד'ישע אידן וועלן ביי דיפאולט וויסן אז שפת אמת מיינט ר' יודא לייב מגור, וועט מען אין יענע חדר ניטאמאל וויסן אז ער האט עקזיסטירט. איי מ'קען דאך נישט סתם בארעדן, וועט מען דערמאנען א ווארט פון שפת אמת הקדמון, און מ'וועט זאגן אז מ'מיינט נישט שפת אמת פון רבי ליבוש ברעזאנער, נאר דעם שפת אמת הקדמון. און מיטן ניטש זאגן אז מ'מיינט נישט דעם שפת אמת פון גור האט מען דערמיט אויסגעפאפט גאנץ ווארשע.

ושפת אמת תכון לעד.
 
איך האלט אינימיטן שרייבן, און די האקסט מיך אריין, נישט שיין.....
איין תיקון טעות, איך בין שוין נישט קיין חסיד, מיין משפחה גיהערט טאקע דארט, איך בין שוין אן אויפגלעקטער (וי"א ע"ז נעבעך).
און נאך איין קלייניקייט, די רבי קען אמאל יא נאך זאגן פון יענע ספרים, נאר ער זאגט נאך, אז עס שטייט אין ספרים הק', און זאגט נישט די מקור.
ער האט דארך געלאזט דיע אלע ספרים ער לייט דאך אויף Wissensgier (אזוי ווי כמעט יעדע האלבערשטאם).
 
לעצט רעדאגירט:
אין אלגעמיין, סיי ביי די ידיעות און סיי ביי עניטינג וואס אונזערע רבי'ס און מחנכים ווילן אונז נישט אויסלערנען, קומט פון א פשוט'ע ארט, וואס כ'האב שוין אמאל ערקלערט דא - כ'געדענק נישט וואו - אז אונזער אידישקייט איז געבויט אויף א סיסטעם. א סיסטעם האט מעלות און חסרונות, און איז געבויט אז פאר 50% פון סאסייעטי זאל עס זיין גענוג גוט, פאר 25% פעלערהאפטיג (אויף פארשידענע לעוולס) און פאר 50% זאל עס זיין טו מאטש (כנ"ל). ווי ג'האב געשריבן דארט, קומט עס פון עצלות און חוסר יכולת צו זיין אן עכטער נושא בעול אין הנהגת הדור. אבער דאס איז די מציאות.
ס'קומט אויס צו 125%...
 
איך האלט אינימיטן שרייבן, און די האקסט מיך אריין, נישט שיין.....
איין תיקון טעות, איך בין שוין נישט קיין חסיד, מיין משפחה גיהערט טאקע דארט, איך בין שוין אן אויפגלעקטער (וי"א ע"ז נעבעך).
און נאך איין קלייניקייט, די רבי קען אמאל יא נאך זאגן פון יענע ספרים, נאר ער זאגט נאך, אז עס שטייט אין ספרים הק', און זאגט נישט די מקור.
ער האט דארך געלאזט דיע אלע ספרים ער לייט דאך אויף Wissensgier (אזוי ווי כמעט יעדע האלבערשטאם).
Good to know. I might have some questions for you :)
 
לאמיר אננעמען די דעה אז ער איז געווען פארכאפט. לכולי עלמא איז דאס געקומען מחוסר ידיעה. ער האט זיך אריינגעלייגט בעולם הקבלה און געלערנט ספרי קבלה מתלמידי ש"ץ, נישט וואוסנדיג פונקטליך וואס ווען וואו. רבי יעקב עמדין איז דאך געווען אויסגעקאכט אין די זאכן, האט ער דערקענט אז דאס קומט פון ש"ץ, און זייענדיג א מלמד חובה אויף יעדן איינעם אין דעם ענין (אין צוגאב פון א פריוואטער סכסוך וואס ער האט געהאט מיט אים אויף א רבנות), האט ער געהאלטן אז דאס איז בזדון און נישט בשוגג, האט ער ארויסגעשטארעמט קעגן אים.

דאס זענען דברים פשוטים וואס מען קען נישט פארלייקענען.
די האלטסו טאקע אז די מחלוקת איבער די רבנות שטעלע איז געוועהן א זייטיגע נושא וואס איז פינקט אויסגעפאלן אין די זעלבע צייט וואס ער האט געפירט א מחלוקת לשם שמים?!
ס׳פינקט ווי צי זאגען אז מהרא און מהרזל פירן א מחלוקת לשם שמים, און אגב האבען זיי א מיינונגס פארשידענהייט איבער ווער ס׳איז סאטמערע רבי!
סאררי כ׳מיין נישט דוקא סאטמער, די זעלבע מיט באבוב, בעלא און וויזניץ בימים ההם וכו
 
איך האב אמאל געליינט (ביי דוד אסף?) איבער די באקאנטע שבת ביינאכט ביים קאצקע'ר וואס האט שאקירט די חסידים און וואס דערנאך האט ער זיך פארשפארט ביז סוף פון זיין לעבן.
לויט פארשידענע ווערסיעס האט ער דערקלערט אז לית דין וליתר דיין/פארויכערט א לולקע/אויסגעלאשן די ליכט/אויסגעטון דאס קאפל.

קען איינער אויסקלארן איבער וואס איז פארגעגאנגען דארט?
די פאקט איז אז עס קן נישט זיין אמת. ספעציעל עס זענען געווען דארט מענטשען לויט די ווערסיע. זיי האבן דאס נישט געטראגן ווייטער ?
 
די מקור פון נאמבער 5 וואס @דורש אמת שרייבט איבער די חוזה אין ליז'ענסק איז פון ספר "נפלאות הרבי" פון ר' משה מנחם וולדן וואס איז ארויסגעקומען אין 1910
ווער איז דער משה מנחם וולדמן וואס איז זין הסמכות ?
 
די פאקט איז אז עס קן נישט זיין אמת. ספעציעל עס זענען געווען דארט מענטשען לויט די ווערסיע. זיי האבן דאס נישט געטראגן ווייטער ?
די מענטשן וואס זענען געווען דארטן זענען געווען זיינע חסידים איז מסתבר אז זיי האבן נישט געזוכט עס צו פארשפרייטן. עס איז קלאר אבער אז עס האבן זיך ארומגעדריייט אסאך שמועות בימים ההם אז עפעס איז פארגעגאנגען און מען האט אויך שפעטער געשריבן דערוועגן צו ברמז צו אפען.
 
די מקור פון נאמבער 5 וואס @דורש אמת שרייבט איבער די חוזה אין ליז'ענסק איז פון ספר "נפלאות הרבי" פון ר' משה מנחם וולדן וואס איז ארויסגעקומען אין 1910
WOW מורא'דיגע זאכן!!! איך זעה נישט פארוואס די מחנכים זאלן וועלן באהאלטן אזא מעשה!
 
דו וועסט זיכער וויסן פון די אימרא וואס א גרויסער חסיד'ישער רבי האט געזאגט עטליכע יאר צוריק ביים טיש "עס ווערט געברענגט אין שפת אמת, נישט דער שפת אמת פון רבי ליבוש ברעזאנער, נאר דער שפת אמת הקדמון". ודוק...
ר' משה וואלפסון האט פארציילט פאר זיינס אן איינקעל, ביי איינע פון זיינע באזיכען ביים היילגען סקווירען האט עם דעם היילגען געפרעגט ווואספארע ספר איז עם פון באליבסעטן? האט איך ג'זאגט שפת אמת, פרעגט ער עם אזוי גאר? עס ווערד דאך נישט דערמאנט אינעם גאנצען ספר דעם היילגען בעש"ט ווי קאן זיין דאס איז דיין פעווארד? האט ער געזאגט פאר זיין איינקעל אז ער האט געהאט צווי סיעתא דשמיא, איינס פונקט יענעם אינדערפרי האט ער געלרענט א שטיקעל וואס ער זאגט נאך פונעם בעש"ט, און דעם צוויטען סייעתא דשמיא איז אז איך האב אים גארנישט צרוק געזאגט.
 
וועלעכע שפת אמת האט ער געלערנט? די קדמון? 😜
 
Back
Top