וואס גייט פאר אין קאווע שטיבל?

איך האלט עס נישט אויס. אזויפיל הארעוואניע אריינגעלייגט אינעם שטיבל, אזויפיל ארטיקלען געשריבן.

ווען ס'איז געווען די פאריגע שערוריה האב איך געטראכט אז איך דארף שנעל קאפיען און אוועקלייגן אלע מיינע ארטיקלען. למעשה איז די מנהל אריינגעקומען און געענטפערט, און כ'האב מיך אביסל בארואיגט.

זעענדיג די אשכול אז מען גייט שפארן, האב איך כאטש געהאפט אז ליינען וועט מען יא קענען. למעשה האב איך שוין פארלוירן טראסט און איך האב שנעל געקאפיעט אלע מיינע ארטיקלען. יעצט זע איך ווי וויכטיג די החלטה איז געווען.

ס'זיכער דא א פיטשער פון אפשפארן אז מען זאל נישט קענען שרייבן אבער יא ליינען. די מנהל האט עס קלאר דערמאנט ווען ער האט גערעדט וועגן די מעגליכע עתיד פון קאווע שטיבל. ס'איז א געוואלדיגע ווייטאג פארוואס מען האט דאס נישט געטון אויף דעם וועג.

ס'נישט צום גלייבן. אלע מיינע ארטיקלען וואס איך האב געשריבן פארן ציבור אויף אן אנגעבליכע פאבליק סייט זענען יעצט אלע אינטער שלאס און ריגל פארהאלטן דורך א יחיד. עיני עיני ירדה מים. כ'האף אז ס'וועט זיך נאך צוריק עפענען, אבער אפילו יא, ווייס איך שוין נישט מה יולד יום.

למעשה זייגט קאווע שטיבל אויף כוח כוחות לעצטנס. כמעט קיין איין זאפטיגע ארטיקל איז נישט ארויף, סתם נערישע אשכולות און תגובות אהער און אהין. איך בין פארנימען לעצטנס און כ'האב נישט צופיל צייט צו שרייבן, אבער אפילו אויב כ'וואלט יא געהאט צייט זע איך ממש נישט וואס איך וואלט געקענט עפעס צולייגן תוכנדיג.

קאווע שטיבל איז טעכניש פארטיג, עס גוסס'ט. אפילו עס עפנט זיך יא צוריק אויף וועט עס מסתמה האבן אזא פנים ווי ביז יעצט אדער נאך ערגער.

קאווע שטיבל, ס'איז געווען א פלעדזשור דיר צו קענען, מיר האבן שיין פארברענגט און געלערנט פון דיר. דו ביסט קליגער געווארן פון מיך און איך פון דיר. אזויפיל שעות האב איך פארברענגט מיט דיר, אבער יעדע גוטע זאך קומט צו אן ענדע. השם נתן והשם לקח, יהי שם ה' מבורך.

😰😓😥😢😭
ס'איז דא א צד צו זאגן אז טאקע דאס אז די ניווא איז אראפ מיט אסאך מדרגות, דאס איז די סיבה פון די לימיטאציעס.
ק"ש פלעגט זיין א פלאץ וואו אינטעקטואלע באזעסענע שרייבערס האבן געשריבן אויף א הויכע און תוכנ'דיגע פארנעם און מיט כמעט פולע פרייהייט פון ווארט און דאס איז מיט די לעצטע פאר יאר צעביסלעך פארשווינדן געווארן פונעם האריזאנט. און ווען ס'קומט שוין יא איינער מיט א שיינעם שרייבווערק, ווערט עס באלד פארוואסערט מיט צענדליגע אויבערפלעכליכע תגובות און אנדערע נארישע אשכולות.

דעט ביאינג סעד, איז דער מנהל'ס אויפפיראכץ זייער אומעטיש אין די וועג ווי אזוי ער האנדלט עס, כאילו דאס איז אזא כולה שלי און ער קען מעקן און שפארן ווען אימער ס'כאפט אים די נערוו אנדעם וואס ער זאל זיך רעכענען מיט די הונדערטע שעות פון טאלאנטפולע שרייבערס וואס זענען די וואס האבן געבויעט דעם צורה פונעם זייט'ל מתחילה.

דא אינעם קרעמל לעת עתה הערשט א רעלאטיוו הויכע ניווא דערווייל, און ס'איז צום האפן אז דאס גייט טאקע אנהאלטן איז נישט ווערן פארוואסערט ווען ס'קומען אריין א פלייץ פון עמך אידן וואס זענען נאר אינטערסירט אין מקוה נייעס און פאליטיק.

אויב געשעט דאס יא, גייט זיין זייער א שווערע ארבעט מצד די מאד'ס פונעם זייט'ל זיך צו ספראווען דערמיט, סיי ווייל אויבערפלעכליכקייט איז שווער צו דעפינירן (און בכלל אויב איז דא פרייהייט פון ווארט איז עס כולל אויבערפלעכליכקייט אויך), ועוד, ווייל ס'מאכט זיך אמאל וואס א תוכנ'דיגע שרייבער שרייבט אביסל אויף א שוואכערן שטייגער ווי געווענליך און ס'וועט זיין זייער שווער אפצוטיילן פון אים ביז א צווייטן.

כ'וואלט מציע געווען צו מאכן א סיסטעם פון צוויי הויפט אפטיילונגען אינעם קרעמל, איינס פאר פשוטע שעלאו שרייבעריי און איינס פאר מער תוכנ'דיגע, און צו קענען שרייבן אין די תוכנ'דיגע, דארף מען האבן א געוויסע צאל תגובות און לייקס אינעם אויבערפלעכליכע אפטיילונג.
ס'וועט אזוי ארום אויך ארויפברענגן דעם אויבערפלעכליכן אפטיילונג ווייל מעמבער'ס וועלן פראבירן צו באקומען שרייב רעכטן אינעם תוכנ'דיגע.

די שאלה איז צו דאס איז א זאך וואס קען געטון ווערן און צו די שטים בארעכטיגטע וועלן גיין פאר אזא מהלך.
 
וואס איז געווען דארט פאר די יעצטיגע "מנהל"?
איז געווען א הנהלה וואס האט עס אים פשוט איבערגעגעבן?
איז ער אייביג געווען די אויסשליסלעכע מנהל נאר ער האט זיך פשוט געטוישט?

ווען די אלטע הנהלה איז געווארן צו פארנימען, האט מען עס איבערגעגעבן פאר איהם, בערך צוויי יאר צוריק.

Screenshot_20240710-084543.png


די עולם גולם האט נישט געכאפט ווי ער מ'קאכט אפ דעם פראש צוביסלעכווייז שטאפל ביי שטאפל.
ווען מ'האט געכאפט וואס גייט פאר, האט מען שוין געכאפט נאך זאכן אבער ס'איז שוין געוועהן דערנאך.

אנשטאט פון זיך רעגן וועלך ענדערש עפענען א שנירל מיט אלע השתדלות וואס אונז דארפן טוהן נישט אנצוקומען צו אזא מצב ח"ו.

אונז זאלן טאקע נישט פאקעסן צו טוהן "פארקערט", אונז דארפן פאקעסן כאילו ס'נישטא קיין ק"ש. אבער זיך לערנען פון יענעם'ס מיסטעק'ס דארף מען אלעמאל.
 
דאס פארשפארן קאווע שטיבל אויף צום ליינען איז אן אומדערהערטע עוולה! וואו זענען די ארגינעלע גרינדערס דערפון? זענען זיי מסכים?
 
דאס פארשפארן קאווע שטיבל אויף צום ליינען איז אן אומדערהערטע עוולה! וואו זענען די ארגינעלע גרינדערס דערפון? זענען זיי מסכים?
ווי ווייט איך פארשטיי איז פשוט נמאס געווארען פאר די מייסדים צו פירן ק"ש, זיי זענען געווארען פארנומען מיט פרנסה, קינדער, אא"וו, ממילא די איינציגסטער פון יענע גענעראציע איז די מנהל הידוע, איז ער געבליבן אליינס מיט די שליסלעך. למעשה האט ער שוין אויכעט נישט צופיל געדולד עס צו פירן ווייטער, ממילא האט עס באקומען אזא פנים.
פארוואס ער וויל עס נישט איבערגעבן פאר די נעקסטע גענעראציע, ווייס איך נישט, ממילא איז די איינציגסטע ברירה צו עפענען א נייע סייט, און דא האלטן מיר.
ס'א שאד אויף די אלע ווערק וואס גייט לטמיון, אבער מען קען נישט וויינען אויף די אויסגעגאסענע מילך, מען מוז ווייטער גיין.

די מוסר השכל איז, אז אויב איינער ווילן פארזיכערן זיינע ווערק זאל ער אלעמאל אוועקלייגן א קאפי אויף גוגל דרייוו.
 
נישט דא קיינער פון די אלטע גווארדיא וואס האט א שפראך מיט עים וואס קען רעדן מיט עים און אביסל קלאר מאכן די מצב?

א שטייגער ווי שמעקעדיג
 
ווי ווייט איך פארשטיי איז פשוט נמאס געווארען פאר די מייסדים צי פירן ק״ש, זיי זענען געווארען פארנו ען מיט פרנסה, קינדער אא״וו, מילא די איינציגסטער פון יענע גענעראציע איז די מנהל הידוע, איז ער געבליבען אליינס מיט די שליסלעך.
און למעשה האט ער שוין אויכט נישט צופיל געדילט עס צופירן ווייטער, מילא האט עס באקומען אזא פנים.
פארוואס ער וויל עס נישט איבערגעבן פאר די נעקסטע גענעראציע, ווייס איך נישט, מילא איז די איינציגסטע ברירה צי עפענען א נייע סייט, און דא האלטן מיר.
ס׳א שאד אויף די אלע ווערק וואס גייט לטמיון, אבער מען קען נישט וויינען אויף די אויסגעגאסענע מילך, מען מוז ווייטער גיין.
די מוסר השכל איז, אז אויב איינער ווילן פארזיכערען זיינע ווערק זאל ער אלעמאל אוועקלייגען א קאפי אויף גוגעל דרייוו.
געהערט האביך גראדע אז די סיבה איז ווייל זיין אינדענטיטעיט איז אנטפלעקט געווארן און דערפאר עקט ער אזוי אומסטאביל און אומבאקוועם מיט די מנהל'שאפט און וויל עס פארמאכן
 
געהערט האביך גראדע אז די סיבה איז ווייל זיין אינדענטיטעיט איז אנטפלעקט געווארן און דערפאר עקט ער אזוי אומסטאביל און אומבאקוועם מיט די מנהל'שאפט און וויל עס פארמאכן
פאר וועם איז זיין אידענטיטעט אנפלעקט געווארן, צו קאווע שטיבל מעמבערס?
 
אויב זענען דאס די סיבות פארוואס קאווע שטיבל האט זיך דערקייקעלט צו די יעצטיגע מצב זעה איך נישט קיין שום קאָנקרעטע מהלך וויאזוי קרעמל זאל נישט קענען אויסשטיין די פראבלעמען. דעריבער האלט איך אז די מערסטע וואס קען געטאן ווערן איז אז קרעמל זאל ארויסגעבן די קאוד און טראנסלאציעס פונעם פלאטפארמע. און אויך לאזן בּאָלק דאונלאודן אלע קאנטענט און נאר אזוי איז פארזיכערט אז די ווארע וועט אייביג בלייבן ערגעץ וואו.
 
ווילסט מיר זאגן אז סקען נאך געשעהן אזוי ווי פאליש די גאנצע זאך גייט פארלוירן גיין?
 
ס'איז דא א צד צו זאגן אז טאקע דאס אז די ניווא איז אראפ מיט אסאך מדרגות, דאס איז די סיבה פון די לימיטאציעס.
ק"ש פלעגט זיין א פלאץ וואו אינטעקטואלע באזעסענע שרייבערס האבן געשריבן אויף א הויכע און תוכנ'דיגע פארנעם און מיט כמעט פולע פרייהייט פון ווארט און דאס איז מיט די לעצטע פאר יאר צעביסלעך פארשווינדן געווארן פונעם האריזאנט. און ווען ס'קומט שוין יא איינער מיט א שיינעם שרייבווערק, ווערט עס באלד פארוואסערט מיט צענדליגע אויבערפלעכליכע תגובות און אנדערע נארישע אשכולות.
די לימיטאציעס האבן אסאך צוגעלייגט צו די דראפ און די ניווא, טעיק פאר עקזעמפל די תקנה אז מ׳מיז זיין איינגעשריבן דאס האט געברענגט א פלייץ פון פרישע ניקס וואס זייער ניווא איז בכלל נישט אריינגעפאסט און איינמאל מ׳האט זיי געצווינגען צו זיך איינשרייבען צו קענען ליינען האבן זיי אנגעפאנגען שרייבען, ק״ש האט געהאט א גרויסע בעיס פון אומאנגעשריבענע ליינער און איך מיין אז ביז זיי האבן געמאכט די תקנה, און נאכדעים האבן זיי אנגעפאנגען אויסשפארן די וואס שרייבען נישט וואס האט נאך מער פארערגערט די קוואליטעט.
לענ״ד זאל מען דא אין קרעמל קיינמאל נישט שטיפען קיין מענטשן צו שרייבן, ענדערשט בלייבען מעט בכמות ורב באיכות, אונז זיכען נישט צו קאמפיטען מיט אנדערע סייטס טרעפיק אבער יא מיט די קוואליטעט, דאס מאכט די מקום א פלאץ וואו אידן קענען באזוכען און עפענען זייערע קעפ און פארשטאנד🧠
 
שוין זונטאג מיטאג, וואלט שוין געדארפט זיין אפן
 
די המשך איבער אייוועלט איז דא
 
אויב גייט עס ווערן געמעקט אדער רעדאגירט זאל דאס פאלגענדע פארבלייבן אלס רעקאָרד.

**איבער דער צוקונפט פון קאווע שטיבל**





שליחה מיטוואך אוגוסט 07, 2024 2:51 pm


נאך איבער 12 יאר צושטעלן פאר כלל ישראל בס"ד א פארום פאר'ן פרייהייט פון ווארט על דרך התורה, איז געקומען די צייט צו גיין.

איבער די יארן איז קאווע שטיבל געפירט געווארן דורך פארשידענע מנהלים, דור הולך ודור בא. ס'איז יעצט געקומען צו א פונקט וואס מיר האבן נישט קיין רעאליסטישן פלאן פאר א המשכה, און דערפאר האבן מיר נישט קיין אנדערע ברירה נאר צו פארשפארן דעם סייט.

פארשפארן מיינט אז מ'וועט נישט קענען מער שרייבן קיין פרישע תגובות, אבער דער סייט מיט די אשכולות און תגובות וועלן זיין אפן פאר יעדן, ווי א וואונדערליכע אנציקלאפעדיע פון חכמה ודעת. (וועגן 'מאחורי הפרגוד' - וואס איז יעצט פארשלאסן - וועלן מיר מעלדן אין די קומענדיגע טעג אי"ה)

מיר זענען אביסל באקוועמער מיט דעם באשלוס, צוליב דעם וואס ס'האט זיך לעצטנס געעפענט א נייע פארום מיט'ן נאמען "קרעמל", וואס אויבנאויף קוקט אויס אז דער ציל איז ענליך צו אונזער, אז ס'זאל עקזיסטירן א היימישן פארום פאר ערליכע אידן וואו מ'קען רעדן אפן, אן קיין צענזור פון ענגע און פארטייאישע אינטערעסן.

מיר פארשטייען אז אסאך וועלן זיין אנטוישט צו הערן די נייעס, און גלייבט אונז, מיר שפירן מיט מיט אייך. אבער נאך 12 יאר פון אנגייענדיגע ארבעט למען ישראל איז יעצט ענדערש די צייט צו צעלעברירן וואס איז דא געטון און געשאפן געווארן בע"ה.

*

מיר זענען אפן צו דער מעגליכקייט צו לאזן קאווע שטיבל אנגיין אלס א לעבעדיגע פארום אויב ס'וועט זיך מאכן א נייע הנהלה וואס איז גרייט צו פירן ווייטער. קאנדידאטן וואס שפירן אז זיי זענען ביכולת דאס צו טון, זאלן אונז שיקן אין אימעיל א קלאר-געשריבענע דורכגעטראכטע פּראָפּאָזעל, וואס זאל אדרעסירן די פאלגענדע נקודות:
  • דיין ניק אויף קאווע שטיבל
  • שמועס אויס באריכות פארוואס דו ווילסט נעמען דעם עול אויף דיר, און וואס עס מאכט דיר ביכולת דאס צו טון.
  • שמועס אויס באריכות וואס איז דיין וויזיע פאר קאווע שטיבל אויף ווייטער.
  • ווער זענען נאך [לכל הפחות] צוויי ניקים חשובים וואס זענען גרייט מיטצוארבעטן מיט דיר?
  • ווער פון ענק פארשטייט צו טעכנישע ענינים און וועט קענען זיין דער וואס איז אחראי אויסצוגעפונען וויאזוי אלעס אויף דער סייט ארבעט?
אונזער אימעיל אדרעס איז: [email protected]
*

דאס זענען נישט אונזערע לעצטע ווערטער - מיר האפן אין די קומענדיגע טעג צו שרייבן א מער אפיציעלן געזעגענונג בריוו.

הצלחה רבה.
 
Back
Top