וואס קלערסטו וועגן birth control?

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
497
רעאקציע ראטע
1,830
קינדער זענען א ברכה ווען מ׳האט די כח פאר זיי, אבער די ערשטע סיבה צו צושטערן א שלום בית איז ווען מ׳האט מער קינדער ווי מ׳האט כח צו האבן (און מפרנס זיין, און מחנך זיין וכד׳) אדער אויב מ׳האט זיי פריער ווי די צייט וואס ס׳נעמט צו קומען צו די כוחות- איז עס א רעסעפי פאר דיזעסטער, געווענטליך.

פארוואס זאג איך דאס? ווייל איך האב שוין גערעדט מיט צענדליגע יונגעלייט וועגן דעם נושא און זיי האבן מיר ווארים באדאנקט שפעטער -
ווייל זיי האבן נעבעך גארנישט געוואוסט אז אויב זיי האפן צו האבן עפעס ענדליך צו א נארמאלע לעבן מיט זייער פּארטנער, איז די ערשטע זאך וויכטיג: ״אפצושטעלן די בּאַן״ פון האבן קינדער איינע נאך די אנדערע, יעדע יאר צוויי.

די פראבלעם איז: וויאזוי פלאנסטו צו האבן צייט צו אטעמען, און אפילו בויען א נארמאלע רילעישנשיפ אויב דיין ווייב איז כסדר אויסגעדראשן און אויף גאנצע נעכט מיט וויינענדיגע בעיביס און זי האט נישט צייט צו קומען צו זיך?

ס׳בכלל נישט נאטירליך אפילו: צו האבן קינדער אזוי שנעל! ס׳נאר היינט מעגליך צוליב די טעכנאלאגיע און מעדיצין וואס האט געטוישט וויאזוי פרויען געבן געבורט.

אמאל האט א פרוי אפילו נישט געקענט ווערן טראגעדיג פאַר 24 חדשים (זי האט געזייגט ריין, נישט ווי די היינטיגע שוואכע קערפערס וואס לעבן אויף processed food און ס׳פעהלט עכטע nutrition אין אונזער meals-

ממילא זענען שוין דא היינט אפילו יונגע מיידלעך וואס זענען נאר ניין יאר אלט און באקומען שוין די וסת - אנשטאט ביי די 12 אדער אפילו 14)

שוין, איך בין פארקראכן פונ׳ם עיקר: לאז זיך נישט איינרעדן אז דו קענסט האבן א נארמאלע לעבן מיט א פרוי אויב זי האט יעדע יאר צוויי א קינד.

די toll וואס דאס נעמט אויף א קערפער, די כוחות וואס ס׳שעפט אויס פון א מענטש צו געבן געבורט: דאס קומט נישט צוריק, מ׳קען זיך ערהוילן- אבער נאר אויב די קערפער האט עטליכע יאר צייט ( אחר המעשה פון זייגן! ווייל ווי באוואוסט געבט די מאמע אוועק אסך פון איר reserve nutrients פאר דאס קינד)

ממילא זעה איך ליידער יונגע חתנים וואס זענען איבערגליקליך אז זיי האבן ״אריינגעכאפט א דיימאנט״ - א פרוי וואס זיי קענען גיין צום טיש מיט. אבער נאך אפאר יאר, נאך צוויי דריי קינדער איז זי משנה צורה (איך רעד נישט בגוף), mentally איז זי אויסגעקוועטשט ווי א שמאטע פון זיך צורייסן אונטער די דריק פון care נעמען פון פיצלעך. און ניטאמאל האט זי צייט צו recover פון וואס איר קערפער איז אדורך אין געבורט (עס נעמט א געוואלדיגע emotional toll וואס מ׳כאפט אפילו נישט!)

וואס קלערסטו דערוועגן? כ׳וואלט זייער געוואלט הערן

און אויב וואונדערסטו זיך וואס האט אינספירירט דעם פּאוסט, איז עס די אינטערוויו לייוו מיט די מחברת פון Kissing Girls on Shabbat

View: https://m.youtube.com/watch?v=mFA6vHF3SnU&t=9s&pp=2AEJkAIB

(מ׳האט שוין געפּאוסט איר חלק א׳ אין שנירל 'ירושלים להט"ב מארש') אבער כ׳האב געקלערט אז אויף די דאזיגע נושא איז גענוג וויכטיג צו עפענען א באזונדערע שנירל.
 
לעצט רעדאגירט:
וואס קלערסטו דערוועגן? כ׳וואלט זייער געוואלט הערן
איך האב שוין אויך אסאך גערעדט דערוועגן אבער איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיך
1. די וועג ווי אזוי אונזערע שידוכים גייען צו איז לאו דווקא אזא גוטע געדאנק צו זיצן אליין פאר אפאר יאר און "בויען" די רילעישאנשיפ
2. יעדעם צו וועם איך האב גערעדט איבער דעם רעדט פון גיבן פילן פאר די פרוי, וואס פאר די וואס ווייסן נישט איז דא סייד עפעקטס וואס יעדער קען באשטיין צו עוואוידען בין איך אויפגעקומען מיט א דזשיניעס איידיע - די מאך זיכער פון דיין זייט אז סקומט נישט קינדער אנשטאט איר גיבן פילן 😊
 
How do you do that?

Sorry for my ignorance

אויב מיינסטו צו זאגן ארויסנעמען בעפאר ס׳קומט, איז ווייט נישט קיין גערענטי (הגם ס׳זיכער בעסער ווי גארנישט) אבער מ׳דארף נאר א פּיצי טראפקעלע צו קענען ווערן pregnant און ס׳איז אפילו דא מעשיות וויאזוי ס׳האט אריינגערינען אין איר פון אינדרויסן (כ׳האב נישט די פונקטליכע פרטים, אבער איך ווייס אז ס׳דא אסך צו קאנסידערן)
 
איך האב שוין אויך אסאך גערעדט דערוועגן אבער איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיך
1. די וועג ווי אזוי אונזערע שידוכים גייען צו איז לאו דווקא אזא גוטע געדאנק צו זיצן אליין פאר אפאר יאר און "בויען" די רילעישאנשיפ
2. יעדעם צו וועם איך האב גערעדט איבער דעם רעדט פון גיבן פילן פאר די פרוי, וואס פאר די וואס ווייסן נישט איז דא סייד עפעקטס וואס יעדער קען באשטיין צו עוואוידען בין איך אויפגעקומען מיט א דזשיניעס איידיע - די מאך זיכער פון דיין זייט אז סקומט נישט קינדער אנשטאט איר גיבן פילן 😊
לייידער איז דיין ערשטע פוינט זייער וועליד
עס וואלט געדארפט זיין פארקערט אבער כעת איז די מציאות ביי אסאך אז אן א קינד ווערט די מצב באקראצט נאך א שטיק צייט
 
דאס איז זייער וויכטיג!! לאמער זאגן אז קודם מיז מען האבן א בעבי זיך צו אראפ בינדען אבער אפילו נאך די צווייטע איז דא מענטשען וואס האבען נישט קיין אנאג פון אזא זאך. מדארף לעבן אויך, א פרוי איז נישט נאר א פאפ קארען מעשין!!!
 
און דריטענס די גאנצע זאך אז מדארף א התור פון א דיין, סאיז דען א הלכה שאלה בכלל?
ביז א יאר, לכאורה נישט

אבער נאך א יאר, נוהגים אז מפרעגט א שאלה
גייי ווייס פארוואס ...

(די סיבה פארוואס מפרעגט, איז ווייל בעצם איז דא א חיוב פון פריה ורביה און הוצאת שכז"ל (ווענד זיך וועלכע מין מנוצט)
 
וואס איז די שאלה להלכה?
דיסקלעימער איך פיהר מיך פונקט אזוי ווי מיין דיין הייסט
 
טייערע אידן אין אמעריקע, נוצט קאנדעמס וועט אייך גוט זיין...
הלוואי ווען אלע פרויען זענען מסכים -
ליידער באכעט מען אריין אין זיי מיט די ארגסטע הארבקייט וועגן די ״שרעקליכע״ זאך פון birth control און אסך פון זיי ווייסן אפילו נישט אז פריה ורביה איז ניטאמאל א חיוב בכלל אויף זיי נאר אויפ׳ן מאן, מ׳זאגט זיי אוודאי נישט אויס (פארדעם לאזט מען דאך נישט מיידלעך לערנען ווייל זיי וועלן זיך אויסלערנען טראכטן פאר זיך)

So רוב יונגע ווייבלעך וואס זענען נאך פארמאכט אין די אייער שאלאכץ וועלן זיך אפשר דערשרעקן ווען זיי זעען אזא זאך (חוץ אויב זי איז אזוי נאיוו אז ווען זי פרעגט דערוועגן און ער זאגט אז דער דאקטער האט אים געהייסן עס לייגן ס׳זאל זיין גרינגער/בעסער פאר איר, וועט זי עס אפשר גלייבן? ווענדט זיך באמת ווי פארמאכט זי איז) אגב ס׳נישט קיין ליגנט, ווייל יעדע דאקטער וואס פארשטייט פסיכאלאגיע וועט זיכער אזוי ראָטן און נישט endorse צו ברענגען קינדער אויף דער וועלט בעפאר מ׳האט בכלל צוגעגרייט א היים פאר זיי וואו זיי קענען וואקסן גייסטיש געזונט און נישט טראמאטיזירט ווערן פון עלטערן׳ס מחלוקת כסדר 💔
 
האט שוין א קלוגער איד געזאגט, אז אלע פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן ווען מ'האט אויפגעטוישט פון וואס ס'קומט, מ'האט געגעבן פריה ורביה פאר די פרויען און עונה פאר די מענער, ושפתים ישק
 
מיין ווייב האט באקימען איר period 4 חדשים נאך מיין ערשטע קינד איז געבוירן. קען מיך אייער מסבר זיין פארוואס עס איז מיך נישט אפילו איינגעפאלן צו רעדן מיט א דיין וועגן דעם???
פארשטייט זיך זי איז געווארן פרעגנענט די נעקסטע חודש!!
 
אויב קיינער האט דיר נישט געזאגט ביסטו גארנישט שולדיג
 
הלוואי ווען אלע פרויען זענען מסכים -
ליידער באכעט מען אריין אין זיי מיט די ארגסטע הארבקייט וועגן די ״שרעקליכע״ זאך פון birth control און אסך פון זיי ווייסן אפילו נישט אז פריה ורביה איז ניטאמאל א חיוב בכלל אויף זיי נאר אויפ׳ן מאן, מ׳זאגט זיי אוודאי נישט אויס (פארדעם לאזט מען דאך נישט מיידלעך לערנען ווייל זיי וועלן זיך אויסלערנען טראכטן פאר זיך)
I should add:
צו געבן א דוגמא ווי ווייט די indoctrination גייט: מיין שוועסטער דערציילט מיר, אז איר כלה טיטשער האט שוין אריינגעבאקן אין איר די הארבקייט און וואספארא ״עבירה״ birth control איז -
נאך פאר זי האט אפילו געוואוסט בכלל פון די ״מצוה״ זי האט נאך ניטאמאל פארשטאנען וויאזוי מ׳האט קינדער (יא איך קום פון אזא סארט פרומע משפחה) און שוין האט מען אנגעפולט איר קאפ מיט ווארענונגען אז: אפילו אויב דער דאקטער שלאגט עס פאר - זאל מען חס ושלום עס נישט אננעמען, חוץ אויב מ׳האט באקומען רשות פון א רב - און צוגעלייגט ״בדרך אגב״ אז ס׳זייער זעלטן אזא זאך זאל געשעהן (מ׳זאל דארפן צוקומען צו א רב זאל צושטימען צו אזא הארבע זאך... only in rare dangerous circumstances)

True story.

וואס מיינט איר ס׳מיר אזוי געגאנגען אין לעבן צו עפענען דעם שנירל. ווייל ס׳איז א הימל געשריי וויאזוי מ׳מאכט חרוב אידישע שטיבער און אומשילדיגע מאמעס און טאטעס האבן נישט קיין מנוחה - אלס ווייל די ״וועג-ווייזער״ און א.ג. מנהיגים ווילן וואקסן א גרעסערע פארטיי פאר זיך, און ווי די ס׳שטייט שוין אין שמות, וויאזוי האט פרעה אונטערטעניגט יעקב אבינו׳ס אייניקלעך: ער האט געמאכט זיכער אז זיי זענען אזוי פארפלאגט און פאריאגט אז זיי האבן ניטאמאל צייט צו טראכטן, און זיכער נישט די כח בועט צו זיין אין אזא אויסגעשעפטע צושטאנד
מיין ווייב האט באקימען איר period 4 חדשים נאך מיין ערשטע קינד איז געבוירן. קען מיך אייער מסבר זיין פארוואס עס איז מיך נישט אפילו איינגעפאלן צו רעדן מיט א דיין וועגן דעם???
פארשטייט זיך זי איז געווארן פרעגנענט די נעקסטע חודש!!
די הסבר איז פשוט׳ער פון פשוט
You can’t know what you don’t know

די קלוגסטע מענטשן קענען זיך ביטער באנארישן ווען מ׳רויבט פון זיי צו די מעגליכקייט (access) צו די נויטיגע ידיעות

אויב דו פרעגסט מיר וואלט איך דיר געזאגט: סטאַפּ בּלעימינג יורסעלף. לייג די בּלעים וואו ס׳קומט: א קראנקע סיסטעם וואס האט created this terrible situation
 
לעצט רעדאגירט:
איך וואונדער זיך צומאל צו די דעבאטעס דיסקוסיעס זענען באזירט אויף די אלגעמיינע בליק אויף די נושא, אדער מען רעדט דא פון א אידישע הלכה'דיג אויסגעהאלטענע פערספעקטיוו?

צום ביישפיל א קאנדאם. איך האב נישט געזעהן קיין שום רב אדער ספר וואס געבט א היתר דערויף *אינטער נארמאלע אומשטענדן*

אויב וויל מען רעדן איבער נורסען קליען פאר 2 יאר, עס איז דא כל מיני אופנים און עצות פאר דעם. עס וואלט געוועהן א העלפפול דיסקוסיע
 
ביז א יאר, לכאורה נישט

אבער נאך א יאר, נוהגים אז מפרעגט א שאלה
גייי ווייס פארוואס ...

(די סיבה פארוואס מפרעגט, איז ווייל בעצם איז דא א חיוב פון פריה ורביה און הוצאת שכז"ל (ווענד זיך וועלכע מין מנוצט)
הוצאת שכז"ל איז נאר ווען עס איז נישט כדרכה
היינט איז אכשר דרא עס איז דא וועגן (פאר דער וואס איז נערווירט) אזש מקען בועל'ן רוהיגעהייט אן קיין חשש פון ברענגן קינדער....
 
Back
Top