וואס קלערסטו וועגן birth control?

איך ווייס נישט וואס מען האקט דא אזוי שטארק אויף די דיינים, איך האב געפרעגט א דיין גאנץ א פרומאק און ער האט מיר עטליכע מאל מתיר געווען פאר א יאר + נאך א בעבי אדער אנדערע אונשטענדען למשל א surgery

די פיל האט סייד עפעקס ביי אסאך פרויען איז דא עפעס א insert וואס מען לייגט אריין 10 מינוט פאר תשמיש מיין דיין האט מיר געשיקט צו "זיין דיין" ער האט נישט געהאט די פלייצעס... איך האב באקומען די היתר without a blink or extra questions asked
שיק אריין דו קאנטעקט פון דעם דיין פליז...
 
שיק אריין דו קאנטעקט פון דעם דיין פליז...
aint happening
מיין פוינט איז אז מען דארף נישט מורה האבן צו פרעגן, אז ער וועט זאגן ניין וועסטו דעמאלטס זעהן וואס צו טוען אבער פארוואס דארף מען בויען גאנצע בנינים פון השערות וואס ער גייט זאגן just ask

די דיין גראדע האט אמאל ברבים געהאקט אויף די וואס זענען מיקל אין די וועלט אריין, אבער זעהט אויס אז איינער נעמט די Courage צו פרעגען איז א צווייטע מעשה, ער איז נישט דא צו פייניגען בשם התורה

BTW ער איז דעמאלטס געווען אינטער 45, מסתמא מאכט עס א גרויסע חילוק פון די עלטערע דור
 
אויב דו שעמסט זיך קענסטו עס קויפן אויף אמאזאן,
עס פילט אנדערש און קען זיין אז דו אדער\און דיין ווייב גייען עס נישט ליב האבן.
גוטע עצה צו קויפן אויף אמאזאן 👌

און עס זענען דא פארשידענע סארט, לוינט זיך צו פרובירן די וואס פילן מער נאטירליך (ס׳איז אויך דא מיט פלעיווערס פאר די וואס טוען oral)

דאס איז זיכער אז די ווייב און די מאן וועלן ביידע זיכער הנאה האבן ווען זיי פארמיידן די קאשמאַר פון האבן קינדער בעפאר מ׳איז גרייט.
 
אויב דיין ווייב איז אנגעשטרענגט וועט כמעט יעדע פרומע דיין מתיר זיין
 
מ'לייגט עס אריין simple
עס איז א קללינע דינע זאך, געדענק נישט די נאמען יעצט
איך מיין אז עס הרג'ט די sperm
עס קומט מיט אנווייזינגען
רוב דיינים וועלן מתיר זיין פילס ענדערש ווי spermicide
 
דאס איז דאכט זיך זייער נישט א עפעקטיוו BC אויב מדארף עכט BC ווייס איך נישט אויב דאס איז רעקאמאנדירט. סקען זיין אז וועגען דעם האט די דיין געלאזט
די פון וואס איך רעד איז די זעלבע אפעקטיווף 99%
די פראבלעם מיט דעם איז ווייל עס הרג'ט די זרע אבער ס'איז ווייניגער חמור ווי מוז"ל ווייל למעשה גייט עס אריין
 
די פון וואס איך רעד איז די זעלבע אפעקטיווף 99%
די פראבלעם מיט דעם איז ווייל עס הרג'ט די זרע אבער ס'איז ווייניגער חמור ווי מוז"ל ווייל למעשה גייט עס אריין
ער איז גערעכט. לויט א גוגל סערטש שטעלט זיך ארויס נאר 75% מענטשן האבן הצלחה. which means its a big risk אויב ס׳וועט בכלל העלפן
 
זיי געבן הארמאנעל, איך זיך עפעס נאטירלעך
Yes FAM איז די איינציגע נאטירליכע birth control מעטאד - אנגעפירט דורך א פרומע פרוי.

זי אפפערט א קורס עטליכע מאל דורכאויס די יאר. דיין פרוי קען זיך אויפסיינען אויף די waiting list כדי מ׳זאל איר לאזן וויסן ווען די רעגיסטראציע עפנט זיך נעקסט:

Unlocked Fertility Waitlist
 
Yes FAM איז די איינציגע נאטירליכע birth control מעטאד - אנגעפירט דורך א פרומע פרוי.

זי אפפערט א קורס עטליכע מאל דורכאויס די יאר. דיין פרוי קען זיך אויפסיינען אויף די waiting list כדי מ׳זאל איר לאזן וויסן ווען די רעגיסטראציע עפנט זיך נעקסט:

Unlocked Fertility Waitlist
וואס איז בערך די גאנג? די מהלך?
 
געוויסע סארטן פילס זענען די סייד עפעקטס לייכטער, צו.ב.ש. Lo Lestrin
 
וועלכע סייד אפעקטס, קומען פין די פילס?
מיין ווייב איז שוין דערויף די לעצטע יאר צייט אין זי ווייסט נישט פין קיין צרות צו זאגן...
 
וואס איז בערך די גאנג? די מהלך?
FAM stands for
Fertility Awareness Method

ס׳דא ביכער און פּאדקעסטס וועלכע זענען עס גוט מסביר, דא זענען צוויי ביישפילן פון גוטע ביכער דערויף

1.
Amazon.ca

2. Amazon.ca

סך הכל: א פרוי קען נישט ווערן מעוברת סיי ווען. ס׳נאר דא בערך 6 טעג אין חודש ווען זי קען potentially ווערן מעוברת. און דאס איז א מעטאד פאר פרויען זיך אויסצולערנען צו דערקענען ווען אט די טעג זענען און ווען נישט. (אוודאי זענען אויך דא פשוט׳ע וועגן צו מעסטן ovulation) אבער דאס איז אן in depth system פאר יעדע פרוי זיך צו באקענען מיט איר אייגענע קערפער, ווייל יעדן׳ס גוף איז אנדערש.

*ס׳דא פרויען וועלכע זענען אפילו נישט חתונה געהאט און האבן נישט קיין פּארטנער אבער זענען אזוי צופרידן זיי האבן זיך דאס געלערנט, ווייל ס׳העלפט א געוואלד ווען מ׳פארשטייט וויאזוי די אייגענע קערפער ארבעט. וויאזוי די הארמאנען ארבעטן, אויב די thyroïde ארבעט גוט, זיי ווייסן פונקטליך ווען זיי וועלן באקומען זייער וסת, זיי דארפן בכלל נישט guess’ן

מענטשן וואס האבן שוועריקייט מיט ווערן מעוברת בענעפיטן אויך געוואלדיג דערפון ווייל זיי לערנען זיך אויס וואס דער פראבלעם איז, זיי קענען זעהן אויף די chart אויב זייער progesterone איז צו נידריג, אדער אויב זיי ovulate צו פרי אדער צו שפעט וכו׳
(ס׳איז ווי א diagnostic tool וואס אינפארמירט א פרוי אלס וואס זי קען מרויח זיין פון זיין empowered מיט אינפארמאציע וועגן איר אייגן גוף)

נ.ב. איינער האט אויבנדערמאנט אז ס׳זייער שווער און לויט וואס כ׳האב געהערט ערשט-האנטיג איז עס געוויס נישט גרינג אין אנהויב: פונקט ווי ווען איינער דרייווט דאס ערשטע מאל, וועט אים נעמען פינף מינוט צו טשעקן אלע שפיגלען, און אויב די סיט איז אין די ריכטיגע פאזיציע. אבער ווי נאר דו ווערסט צוגעוואוינט דויערט נישט מער ווי אפאר סעקונדעס פאר דו הייבסט אן פאָרן. און דו קענסט אפילו לאזן א מעסידש פאר איינעם אויף ספּיקער בשעת דו פארסט. משא״כ ווען מ׳הייבט אָן לייגט מען ביידע הענט פארזיכטיג אויפ׳ן רעדל און יעדע שריט איז דורכגעטראכט ווייל ס׳נאכנישט געווארן א רגילות. די זעלבע מיט FAM נאכדעם וואס מען געוויינט זיך צו ווערט עס ווי second nature
(נעמט נישט מער ווי דרייסיג סעקונדעס אינדערפרי צו טשעקן ווען מ׳האלט דעם מעסטער אויפ׳ן נאכטקעסטל)

איינמאל זי ווייסט ווען זי איז fertile קען מען אדער פארמיידן די ״מצוה״ יענע צייט - דאס איז די 100 פראצענטיגע גאראנטי אז זי וועט נישט טראגעדיג ווערן אדער אויב מ׳וויל יא זיין צוזאמען אין אזא אופן קען מען אין יענע צייט ניצן א דייעפרעם
Diaphragm.

שיק אריין דו קאנטעקט פון דעם דיין פליז...

איך קען א מעשה פון א אינגערמאן וואס האט געהאלטן אז זיין ווייב דארף נעמען א ברעיק, זיין שווער האט זיך אריינגעמישט און אים געשטיפט צו אפאר רבנים וואס האבן גע'אסרט,

צום סוף איז דער אינגערמאן אליין אנגעקומען צו א רב וואס האט געמאכט סדר. קענסט מיר שיקן א מעסעדש פאר פרטים.
 
וואס איז בערך די גאנג? די מהלך?
טריגער ווארענונג: קלארע (explicit) אנווייזונגען וויאזוי מ׳ארבעט מיט די דייעפרעם.

ס׳איז רינדעכיג און פלעקסיבּל, געמאכט פון silicon און זי האלט עס אין די האנט ווי א קליינטשיגע שיסעלע
און דערין לייגט זי אריין א gel וואס הייסט:
Contragel

באמערקונג: דאס איז בכלל נישט קיין spermicide (דרך אגב איז דא וואס זאגן אז ספערמיסייד קען זיין irritating און ס׳נישטגעזונט, און נישט אלעמאל העלפט עס. איך האב דאס אבער נישט מברר געווען)

די אופן וויאזוי מ׳דארף ניצן די דייעפרעם איז

אז זי לייגט עס אריין vaginally בערך צוויי שעה פאר די ״מצוה״, און זי מוז עס לאזן דארט ליגן כאטש 6 שעה אין א צי (זי קען עס ארויסנעמען ערשט די נעקסטע אינדערפרי אויב זי וויל, און דאן וואשט זי עס מיט זייף און אזוי קען זי עס איבערניצן אלעמאל ווען זי דארף)

וויכטיג: די דייעפרעם איז אויך עפעס וואס נעמט צייט - צוביסלעך זיך צו לערנען עס צו ניצן.

ערשט מוז זי גיין צו א midwife צו ווערן properly fitted - ווייל ס׳נישט “one size fits all”,
זי דארף האבן איינע וואס איז באהאוונט און ווייסט וויאזוי אויסצופרובירן עטליכע סייזעס צו זעהן וועלכע איז בעסט צוגעפאסט פאר איר -

ווייל די ווירקזאמקייט פון פארמיידן אן אומגעוואונטשענע פּרעגנענסי איז שטארק אנגעוואנדן: אין ווי גוט די דייעפרעם איז צוגעפאסט (ס׳מוז זיין well fitted)

געדענק אז ווען זי האט דיין חיזוק און סופארט קען עס אסך צוהעלפן דורכצוגיין די טשעלענדש בפרט אין אנהייב ווען ס׳קען זיין סטרעס-פול

ווען זי לערנט זיך אויס גוט און געוואוינט זיך צו, ווערט עס מיט די צייט אזוי גרינג ווי נעמען א פּיל!

ס׳וויכטיג צו פארשטיין: ס׳דא פרויען וואס האבן נישט כח אדער מח צו טוהן די טשארט און מעסטן וכו׳ ממילא ניצן זיי די סטראטעגיע פון אלעמאל ניצן די דייעפרעם.

👈 די איינציגסטע חסרון פון דעם איז, אז ווען זי איז fertile פיט די דייעפרעם גרינג אריין
she’s not supposed to feel it- ס׳איז אינגאנצן באקוועם.

משא״כ ווען זי איז נישט fertile איז איר cervix אין אן אנדערע סארט פאזיציע, ממילא איז עס אביסל אומבאקוועם צו ניצן דעמאלס די דייפרעם (ס׳נישט painful, אבער אויך נישט זייער געשמאק) - ס׳איז פשוט א מחי׳ ווען זי דארף עס נישט ניצן אין די אלע טעג ווען זי איז נישט furtile,

דערפאר לוינט, אויב מעגליך, זיך לערנען וויאזוי צו מעסטן און ניצן די טשארטס אזוי דארף זי קיינמאל נישט ניצן די דייעפרעם פאר די איבריגע טעג פונ׳ם חודש (אויסער די זעקס furtile טעג)
 
Back
Top