ויהי כמשלש שבועות

אלטע שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 7, 2024
מעסעדזשעס
109
רעאקציע ראטע
261
המשך פון דא

אברמ'ל איז ווייטער אנגעגאנגן מיט די לעבן. ער האט אזוי געהאפט אז עפעס וועט זיך ענדערן, אבער צוויינגן גייט ער נישט, און די אומעטיגע, צוקלאפטע סדר היום האט זיך ווייטער געצויגן.

אבער עפעס א פונק האט זיך ערוועקט ביי אים אין געוויסן. נאכן זען די אלטע פאר פאלק מיט זייער נארישקייטן, האט ער שוין געזען אז אזוי מוז נישט זיין, א פארפאלק קען לעבן אנדערש ווי אין די קאלטע קריג וואס ער לעבט.

נאך א סאך טראכטן און קלערן אין זיין ליידיגע צייט, האט אברמ'ל מחליט געווען אויף א נייעם מהלך וויאזוי רויזע-בילא וועט זיך צוריק קערן צו אים. ער וויל שוין ווייטער נישט אנגייען מיט די קאלטקייט וואס האט אנגעכאפט זיין הארץ.

ער האט מחליט געווען אז אנשטאטס זיך דרייען אין די גאסן, די לייברעריס, קיאסקס, שטיבלעך, קאווע שטיבלעך, און פארקס, וועט ער וויילן אסאך מער צייט אין שטוב. כל זמן ער וועט זיין אין שטוב, וועט זי אים נישט קענן איגנארירן. זי וועט זען אז ער איז דא, אוועילעבל, און גרייט צו רעדן מיט איר און זיך עפענן פאר איר. זאל זי זיך נאר אומקערן צו אים, געבן א ריר אין זיין ריכטונג, און זי וועט שוין זען צו וואס ער טויג, וואס ער קען נאר טון, און וויפיל זייער לעבן קען בעסער ווערן.

עס איז שוין דריי וואכן זייט דעם וואס ער האט געזען די אלטיטשקעס, און ער האט נאכאלס געווארט אויף א ווארט פון זיין רויזע-בילא. ער גייט יעצט אהיים מיט א שטארקן החלטה אז ער גייט יעצט הייבן די מוט אין שטוב און עפעס גייט זיך ענדערן.



רויזע-בילא האט נישט געקנט פארגעסן פון די פארפאלק וואס זי האט געזען. זייער אויגן בליקן, זייער תמימות'דיגע האפענונג אויף זייער געזיכטן, האט איר אזוי געציפט אזש זי האט נאר געקענט טראכטן און קלערן און וואונדערן וועגן איר לעבן מיט איר מאן.

אבער וואס זאל זי טון? ט'קען זי דען טרעפן צייט זיך צוריק צו קערן צו איר מאן? ער זיצט אין שטוב, אבער העלפט גארנישט. זי מוז נאכאנאנד קערן, וואשן, קאכן, באקן, און איינקויפן. קיין געלט ברענגט ער נישט אריין, און זי קען נישט ווייטער אנגייען אן א מאן וואס וועט איר אנקוקן. ביזדערווייל האט זי זיך באשעפטיגט ווייטער מיט איר שטוב ארבעט, און פראבירט אז דאס זאל איבערנעמן איר לעבן ביז זי פארגעסט פון איר דמיונות.



צוויי וואכן זענן אריבער, און דער לעבן האט געטון וואס זי טוט געווענדליך, און ווייטער געפארן, זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון די קווענקעלענישן וואס טון זיך אפ ביי יעדער אין געוויסן.

ויהי היום און רויזע-בילא האט געמוזט גייען צום דאקטאר פאר איר יערליכן טשעק-אפ. צוויי וואכן נאך די 'געשיכטע', האט זי גענומן א קאר סערוויס און דער דאקטאר האט איר איבערגעקוקט. זי איז געזעסן אין איר בענקל און געקלאצט, ביז זי האט געזען די דאקטאר אריין קומן, מיט צוויי שוועסטערס, און דריי ערנסטע געזיכטן. ווי א דונער אויף א זוניגע טאג, האט זי געהערט וואס זענן זייער חששות, זיי רישן זיך אויף די ארגסטן, עפעס האבן זיי געזען דארט אין די באהאלטענם חלקים פון די גוף, די חלקים וואס מ'ווייסט פון זייער עגזיסטענץ נאר ווען זיי מאכן טראבל, אזוי ווי יענער קינד אין חדר וואס קען שפעטער ווערן א מאס מערדער און קיינער האט עס נישט פארגעזען.

"א חודש האסטו, און דעמאלס מוז מען אפערירן און זען וואס טוט זיך. האפעדיג וועט מען אלס קענן ארויסנעמן דעמאלס."

רויזע-בילא איז דארט געזעסן א צוקלפאטע, "וואס טו איך יעצט? ווי גיי איך זיך ווענדן? אויף וועמן קען איך זיך פארלאזן? ביי וועמן קען איך כאטש אויסרעדן די הארץ?"

זי איז אהיים געקומן מיט א החלטה. עס איז שוין דריי וואכן און פון אברמל האט זי גארנישט געהערט, אבער זי קען שוין נישט ווארטן ביז ער מאכט דער ערשטן טריט. איר מצב איז ביטער, זי ווייסט גארנישט וואס קומט איר פאר, און זי מוז זיך צוריק בינדן מיט אים.



רבותי, חודש אלול איז שוין דא ביים שוועל, מער דארף מען ניט זאגן.
 
איך וויל אפשר ווייטער אריין ציען אין ראש השנה, יוכ"פ, און סוכות.

אבער עס זעט מיר אויס אז דער עולם איז גארנישט אזוי אינטרעסירט. אדער איז עס א בחינה פון 'שפתים ישק', און אלע שווייגן פון פארגאפטקייט?
 
ח"ו!
זעה די לייקס, ס'איז זויווי פאעזיע, מ'בלייבט פארטראכט און מ'קלאצט ווייטער איבער דעם!
פליז הער נישט אויף!
 
איך בין געבליבן געפלעפט! Wow wow wow
 
ייש"כ פאר אלע פארגינערס וואס האבן געגעבן לייקס.

איך זוך אבער אז מ'זאל עס קריטיקן, באמערקן די קליינע רמזים אינדערמיט, און ווייזן אז די ארבעט האט זיך געלוינט.
 
Back
Top