איך האב זייער מורא אז די משפחות, די אנפירערס פון דעם עירוב, די וואס טראגן בעזות וחוצפה זיך צו רייצן, אזוי ווי עס שטייט ביי דתן ואבירם, יצאו נצבים, ווי רש"י זאגט בקומה זקופה לחרף ולגדף, זענען טיף טיף געזינקען אין קדושה, עס איז סאך מער ווי דעס וואס מען זעהט, עס איז נישט מעגליך אז אידן וואס זענען אפגעהיטן בצניעות בקדושה ובטהרה, מען פירט א ערליכע שטוב, מען היט זיך אויף די אויגן, מען היט זיך אויף איסורי יחוד, מען היט זיך אויף אלע הרחקות פון עריות איז דא די מדה פון בושה, קען מען נישט זיין אזא מין פרעכער עזות פנים, און גיין טראגן און וויי טוהן פאר אידישע קינדער.
ווען דו גייסט אויף די גאס און דו זעסט איינעם מיט לאנגע פאות ביז צו די קניען, צו מיט ווייסע זאקן צו מיט שווארצע זאקן, צו מיט א ספאדיק צו מיט א שטריימל, און דו זעסט אז ער טראגט, זאלסטו זיך נישט אפשרעקן... דו שרייסט אויף א פראסטן יונגאטש! זאל זיך דיר דאכטן אז דו שרייסט אויף א "מילך קעסטל"!! זאל זיך דיר דאכטן אז דו שרייסט אויף א "צוויי פיסיגן בהמה"!! און דו שרייסט גיי דיר פון דא, שבת קודש,