ועתה אמת אגיד לך; די ארגאניזאציע "זכו"

וזה לשונו ״על אף שהסרתי ההכשר מכל מקום אני מעודד וממליץ על השיעורים
 
וזה לשונו ״על אף שהסרתי ההכשר מכל מקום אני מעודד וממליץ על השיעורים
ער שרייבט אז היות ס'נתפרסם געווארן לעצטע וואך אז ער שטיצט עס נאכאלץ, איז ער מודיע אז ער האט שוין גארנישט דערמיט.
 
ער שרייבט קלאר אין די בריוו אז כאטש וואס ער איז שטארק ממליץ אויף די שיערים דאך נעמט ער אראפ די הכשר וויבאלד די אנדערע רבנים האבן אזוי באשטימט

וזה לשונו ״על אף שהסרתי ההכשר מכל מקום אני מעודד וממליץ על השיעורים.

אין אנדערע ווערטער ״איך שטיץ עס ווייטער אבער איך האב מורא פון טעראר״
דו ליינסט נישט גוט אפ, ער זאגט אז אזוי איז נתפרסם געווארן אבער יעצט איז ער זיך אינגאנצן מסלק
 
דאס איז גראדע נאך גאנץ גרינג צו פארשטיין,
ווייל סוף כל סוף איז ער אוף די וועד צוזאמען מיט אנדערע רבנים, און אויב אלע האבן אזוי מחליט געווען, איז פשט אז רוב האלטן אזוי,
נאר וואס דען, די עוולה איז אז היתכן ער דארף שרייבן א בריוו, ווי כאילו יעצט איז ער אנטקעגן דעם,
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אין דער זעלבע חומש וואס עס שטייט דארט אז מ'טאר נישט טראגן קיין לאנגע שייטל אדער לערנן פשוטו של מקרא, שטייט אויך 'לא תגורו מפני איש'.
עס איז מיר אינטרעסאנט וועלכע עבירות זענן בבחינת דרוש וקבל שכר, און וועלכע זענן בבחינת יהרג ואל יעבור.
 
אין דער זעלבע חומש וואס עס שטייט דארט אז מ'טאר נישט טראגן קיין לאנגע שייטל אדער לערנן פשוטו של מקרא, שטייט אויך 'לא תגורו מפני איש'.
עס איז מיר אינטרעסאנט וועלכע עבירות זענן בבחינת דרוש וקבל שכר, און וועלכע זענן בבחינת יהרג ואל יעבור.
און אז ער האט יא מורא?
 
מפי השמועה האט ער געהאט מאויים'דיגע פרעשור פון וויזניץ מאנסי רבי, וואס איז געווארן פערזענליך נפגע פון דעם אז הג"ר בצלאל טובי' האט די "העזה" צו זאגן אנדערש פון אים (צוזאמען מיט חיים יהושע האלבערשטאם) א.ק.א. וועד רבני מאנסי, מיט זיין בעיביש'קייט האט ער געוואלט ארויסווארפן הג"ר בצלאל טובי' פון די וועד, וואס מיינט ווערן אפגעהאקט פון אלע זיינע קאלעגן - די מאנסי רבנים, און נאך פילע מיאוס'ע טעראר שטיק וואס יענקעלע כהן (מיט שיע לייפער) פירן אויס דורך זייערע מיטשפילער, דאסמאל וויזניץ מאנסי רבי.

יעדע רעכטדענקנדע מענטש מיט צוויי סענט שכל פארשטייט אז גארנישט האט זיך נישט געטוישט, נישט די שיעורים, נישט די וועד המפקח וואס די רבנים האבן געשטעלט דערויף, נישט קיינעמ'ס דעת תורה והסכמה מלאה, ועוד ועוד, בסך הכל האט מען געדארפט בארואיגן איינעמס ווילדע טענטראם...
 
וואס באדערט זיי אזוי שטארק וואס מען הערט אין פרייוועסי, מען רעדט דאך נארמאלע זאכן וואס יעדע בר דעת פארשטייט אז עס איז נוצליך, אפילו
מען זאל אננעמען אז דער מאנסי-וויזניץ רבי איז א קדוש און א פרוש, (אשרי מי שחושדים אותו ואין בו) אבער פארוואס זאל ער שטערן שלום בית פאר אנדערע, ער פארגינט נישט פאר א איד? ער דארף דאך רעפרעזענטן אהבת ישראל.
 
מפי השמועה האט ער געהאט מאוים'דיגע פרעשור פון וויזניץ מאנסי רבי, וואס איז געווארן פערזענליך נפגע פון דעם אז הג"ר בצלאל טובי' האט די "העזה" צוזאגן אנדערש פון אים (צוזאמען מיט חיים יהושע האלבערשטאם) א.ק.א. וועד רבני מאנסי, מיט זיין בעיביש'קייט האט ער געוואלט ארויסווארפן הג"ר בצלאל טובי' פון די וועד, וואס מיינט ווערן אפגעהאקט פון אלע זיינע קאלעגן - די מאנסי רבנים, און נאך פילע מיאוס'ע טעראר שטיק וואס יענקעלע כהן (מיט שיע לייפער) פירן אויס דורך זייערע מיטשפילער, דאסמאל וויזניץ מאנסי רבי.

יעדע רעכטדענקנדע מענטש מיט צוויי סענט שכל פארשטייט אז גארנישט האט זיך נישט געטוישט, נישט די שיעורים, נישט די וועד המפקח וואס די רבנים האבן געשטעלט דערויף, נישט קיינעמ'ס דעת תורה והסכמה מלאה, ועוד ועוד, בסך הכל האט מען געדארפט בארואיגן איינעמס ווילדע טענטראם...
ס'האט זיך אסאך געטוישט. אז די ביסל טראסט וואס מ'האט נאך געהאט אין די מנהיגים, האט זיך יעצט אויך געענדיגט.
 
מיאוס'ע טעראר שטיק וואס יענקעלע כהן (מיט שיע לייפער) פירן אויס דורך זייערע מיטשפילער
יענקעלע כהן שר"י ווייסעך שוין לאנג אז ער איז א רשע ומהרס אבער וואס איז לעצטנס געשען מיט יושע לייפער? ווער האט אים געפרעגט, פארוואס איז ער בכלל א ווארטזאגער? זינט ווען איז ער אזא עקסטרעמיסט???
 
ווייסט איינער קלאר על מה יצא הקצף הזה? ס'דאך שוין געווען א מערכה לאנג צוריק, אין דעמאלטס האט ער יא געהאט די שטיצע פין רבנים,
וואס איז יעצט געשען?
 
לעצט רעדאגירט:
דער רב הלל וויינבערגער איז שוין אן אלטער איד, און יצר כלה מאתו, (אפשר מיט וויאגרא),
איז וואס קומט ער זאגן דעות פאר יונגע מענטשן וואס זוכן צו אימפראווען זייער רילעישענשיפ, עס איז אינגאנצן נישט פאסיג משמעות פשוט ער פארגינט נישט פאר א צווייטן איד,
קהלת זאגט שמח בחור בילדותך
ווער עס קען אים ווייסט אז כבוד שטייט ביי אים איבער אלעס ער האלט אז דאס וועט אים ברענגען כבוד ער איז א פשוטער בעל גאוה!!!!!
 
עס איז נארמאל אין סאטמאר צי רעדן וועגן שמירת הברית צי די בחורים. ער הייבט אן מיטן זאגן אז ער וויל רעדן פון דעהם ווייל אפשר איז דא איינער וואס ווייסט נישט. ער האט געוואלט זיין קלאר פון וועלכע איבר ער רעדט האט ער געזאגט אז עס איז צווישן די פיס.

איך זאג נישט אז איך וויל מען זאל זאגן אזעלכע דרשות פאר מיינע קינדער, אבער עס מאכט אים נישט פאר קיין חזירַ, עס מאכט אים פאר א געווכנטליכע סאטמארע רעדנער.

אגעין, איך האלט נישט פון זיין השקפה, אבער ער איז נישט קיין חזיר פארן זאגן זאכן וואס ער האט געפילט פאר וויכטיג צו מסביר זיין.
אפילו אין סאטמאר איז נישט נארמאל צו רעדן אזוי שמוציג. פעך...
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
די פראבלעים און ציהל פון די מאפיאנערן איז לאו דווקא די יעצטיגע שיעורים עס איז טעראר אז אנדערע מיט נישט אזאנא ביצים זאלן זיך נישט זיכן זיך אריינצולייגן אויפצוטוען עפעס זאכליך פאר די מענטשהייט.

די חברה זענען די נידריגסטע וואס יומעניטי פאבריצירט, שווערע אנגעגעסענע עקלהאפטיגע ברואים.
 
פון וועלכע ביסל רעדסטו?
יעדע איד וואקסט אויף מיט טראסט אין די רבנים.

און עפ"י רוב פארדינען זיי עס. נאר ס'איז א שאד אז די פאר שמוציגע מעשיות פארשווארצט די פנים פון אנדערע ערענסטע רבנים.
 
ווייסט איינער קלאר על מה יצא הקצף הזה? ס'דאך שוין געווען א מערכה לאנג צוריק, אין דעמאלטס האט ער יא געהאט די שטיצע פין רבנים,
וואס איז יעצט געשען?
כ'מיין אז נישט צופיל האט זיך געטוישט, בערך דאס וואס ער האט יעמאלט געהאט האט ער איצטערט אויכעט, פחות או יותר.
 
א פלאקאט אקארשט געהאנגען, דעם מוצ"ש, אויף רחוב מאה שערים.
1000036036.webp
 
דאס וואס די (רוב) רבנים קענען זיך נישט האלטן אנטקעגן אזעלכע פרעשור, זענען אויך שולדיג די המון עם,
אנטשולדיגט! פאר'ן דאס זאגן ברבים אזוי קלאר אין פנים אריין,
די מציאות איז אז די פאר רבנים וואס זענען יא מקיים דעם לא תגורו מפני איש, און זאגן אלעמאל יא קלאר וואס זיי האלטן, און פאלן נישט פאר קיין פרעשור און טעראר, קיינער -אבער קיינער- קומט נישט ארויס זיי שטיצן [דאס ווייס איך בידיעה ברורה].
סוף כל סוף דארפן זיי צוקומען צו מענטשן, אסאך פון זיי האבן נישט קיין אנדערע פאסטן ווי העלפן מענטשן און ענטפערן שאלות פאר שואלים, און ווען זיי באקומען נישט קיין שטיצע פון מענטשן ארום זיי, קען דאס מיינען פארלירן זייער מקור הפרנסה,
און איך רעד נישט נאר ווען דו האלטסט נישט אז יעצט איז דער רב גערעכט [וואס באמת אויב ביסטו פון די מענטשן וואס האלטן אז דער רב טאר זיך נישט ברעכן פאר פרעשור און טעראר, מיינט עס אפילו ווען דו האלטסט נישט ווי איהם], נאר כאטש ווען דו ביסט מודה אז דער רב איז גערעכט און דו האלטסט אז די וואס ברעכן זיך פאר פרעשור זענען גארנישט ווערד, און דו פארלירסט די טראסט אין רבנים, וואו זענט איר צו שטיצן די וואס פאלן נישט פאר די טעראר?

די חברה זענען ארומגעלאפן צו יעדעם איינעם פרובירן, צוזאמען מיט ר' יהושע לייפער, זענען זיי געווען ביי ר' חיים פלאהר אפאר מאל, און פרובירט צו לייגן פרעשור אלע מיני וועגן,
די חברה זענען געווען ביי אדמו"ר מפארשעי [ער האט זיך נישט געבראכן פאר זיי, זיי באשמוצן איהם, וכו'], זיי האבן פרובירט ביי אלע וואס זענען אויף די וועד וואס די רבנים האבן געשטעלן צו מפקח זיין, אז זיי זאלן ארויסקומען זאגן אז זיי זענען מער נישט מפקח, און אז די שיעורים טויגן נישט,
איך ווייס נישט ווילאנג זיי וועלן זיך קענען האלטן פאר די פרעשור, אבער האט איינער דא געוויזן שטיצע פאר איינע פון די אויבענדערמאנטע?
האט איינער דא, אפילו נאר אין ביהמ"ד, אדער ביי א חנוכה מסיבה ווי מען רעדט דערפון, זיך אנגענומען ברבים פאר די רבנים וואס שטיצן דאס יא?
איך רעד שוין אפילו נישט פון אריבערגיין צו די רבנים אויף א תפילה מחזק זיין [אפילו גרויסע קענען נוצן די חיזוק, מען טאר דאס נישט אונטערשאצן, זיי זענען פארט בשר ודם, זיי זענען נאך נישט קיין מלאכים] אפילו נאר אינדערוואכן, פאר די וואס האבן א מנין?
זענט איר אמאל אריבער צו א שיעור פון איינע פון די רבנים, פשוט ארויסצוווייזן שטיצע?
איז אוודאי ווען זיי שפירן אמאל אז זיי זענען אליין אויפן וואסער, פאלן זיי פאר פרעשור, זיי זענען פארט מענטשן,
ואין כאן המקום להאריך, תן לחכם ויחכם עוד, איך קען נאך רעדן, אבער איך ברענג נאר ארויס די נקודה.
 
Back
Top