ועתה אמת אגיד לך; די ארגאניזאציע "זכו"

ווער ס׳געדענקט ווען מען איז ארויסגעקומען מיט א קול קורא אקעגן הגאון ר׳ שמואל ניימאן שליט"א - איז בו בזמן ארויסגעקומען א דעפיטיציע פון אידישע קינדער מיט׳ן אינהאלט "ר׳ שמואל ניימאן לערנט ווייטער מיט אונז תורה"!!
דאס זעלבע וואלט יעצט געדארפט ארויסקומען "אונז ווילן זיין איש ואשה שזכו" וכדומה -אדער "ר׳ משה עבער זייטס ממשיך מיט אייערע עבודת הקודש"
אונטערגעשריבען ביי כל עמך בית ישראל!!
 
וויאזוי סיינט מען זיך אויף צי זכו?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
וויאזוי סיינט מען זיך אויף צי זכו?
אה, איך האב הנאה אז נאך א איד טוט צו דער זאך (איך ווייס פון לכה"פ צוויי אנדערע וואס האבן זיך אויפגעסיינט צו די שיעורים), און אז די אוסרים טוען יא עפעס אויף מיט זייערע פינסטערע קול קורא'ס...

מיש ביטע צוריק 3 פעידזשעס, אויף דף 14 פון דעם שנירל וועסטו געפינען זייער עד און טעלעפאן נומער זיך אויפצוסיינען.

הצלחה רבה, וועסט זיכער הנאה האבן, דו האסט מיין פולע הסכמה... אויף וויפיל עס איז ווערד 😉
 
טייערע רבנים מוחים וואס עפעס איז נאר זכו זוכה צו אזאנע פרסום (החינם קרא שמו זכו, שזיכה וזכה כמה פעמים), סך הכל איז ער מודיע אפאר הלכות.
וואס וועט זיין מיט אונז? אונז זעמער עפעס א ראזשינקע? מ'בעהט ענק בכל לשון של בקשה קומט ארויס קעגן דעם וועבזייטל קרעמל, דאס איז שרעקליך, ס'איז א פירצה!
קומט ארויס קעגן כוואליעס! קעגן די וועקערס וואס מ'קען נאך קויפן!

פארשפרייט פאשקעווילן איבער גאנץ בארא פארק וויליאמסבורג מאנסי און קרית יואל. ס'איז גאר וויכטיג זיי זאלן אלע וויסן דערפון!
כ'בין גרייט צו מנדב זיין א חלק פון די קאפיעס...

ויהי רצון שיתקדש שם שמים על ידינו.
 
פאר איינער וואס שטערט צו גיין צו איינעם וואס רבנים זענען ארויסגעקומען דערקעגן, קען אייביג גיין צי פעגי, ווי ווייט איך ווייס איז נאך קיין איין רב ארויסגעקומען דערקעגן, איך טראכט יעצט אז אפשר איז זי צו פרום, לאמיר סווישטשען צי זכו!!
 
איך האלט אז די איסורים גייט נאך מיאוס בעקפייערן פאר די רבנים, איך האף נאר אז עס וועט נישט נעמען צו לאנג ביז דאס געשעהט.
 
איך האלט אז די איסורים גייט נאך מיאוס בעקפייערן פאר די רבנים, איך האף נאר אז עס וועט נישט נעמען צו לאנג ביז דאס געשעהט.
"ככל שיהיה רע יותר כך יהיה טוב יותר"
 
"ככל שיהיה רע יותר כך יהיה טוב יותר"
עס קען אויך זיין,אז די קדושים האבען דערשמעקט אז דא ליגט אסאך געלט, עס איז דא א מארקעט פאר סעקס עדיוקעשען, טראכטען זיי וואס עפעס זאל א בעלזער ייד כאפען די מארקעט , איז קודם דארף מען יענעם אראפ ברענגען, און בקרוב וועט זיין א נייע סדר פון שיעורים, פארשטייט זיך מיט די השגחה פון הרב דער און דער - אפשר התאחדות הרבנים - דענסטמאהל וועט עס שוין זיין א דבר טוב ומועיל לכל בר בי רב וצורבא, בכסף מלא .
 
איז דען נישט דא עפעס א סברא אז די סארט זאכן ברויכן זיין בצנעא?

איך זאג נישט אז די מערכה איז עפעס בעסער, ווארום דאס איז דאך א כ"ש אז די מערכה ברויך זיין בצנעא.

אבער לגופו של ענין וואלט איך געקלערט אז אויסלערנן חתן און כלה טיטשערס די אמתער דרך התורה איז א תכלית. א האטליין איז אפשר נישט.
 
די פראבלעם איז אז אפילו אין תש׳25 זענען די מדריכים ומדריכות נאך אלס סטאק אינעם אלטען סיסטעים וצרות רבות גרמו....
און טאקע דער ר׳ משה עבער ופמלייתו זענען ביזי שוין יארן אויפצוקלערן די מדריכים, און זיי טוהען אויף אסאך ב"ה!
לעצטענס האט זיך א חתן מדריך [מיושבי חושך] אויסגעדריקט צו א חתן "זיי שטארק געווארענט אז ס׳זאל נישט זיין ביי דיר איש ואשה שזכו...
 
אבער לגופו של ענין וואלט איך געקלערט אז אויסלערנן חתן און כלה טיטשערס די אמתער דרך התורה איז א תכלית. א האטליין איז אפשר נישט.
נו נו. קרינא דאגרתא. אפשר טוסטו דערין? איך ווייס פון אזעלכע וואס האבן פראבירט און גלייך אויפגעהערט, ווייל לא הרי סלונים כהרי גור פאפא מיט סאטמאר זענען נישט אויפן זעלבן פעידז וכדומה,
 
איז דען נישט דא עפעס א סברא אז די סארט זאכן ברויכן זיין בצנעא?

איך זאג נישט אז די מערכה איז עפעס בעסער, ווארום דאס איז דאך א כ"ש אז די מערכה ברויך זיין בצנעא.

אבער לגופו של ענין וואלט איך געקלערט אז אויסלערנן חתן און כלה טיטשערס די אמתער דרך התורה איז א תכלית. א האטליין איז אפשר נישט.
דאס אז נישט די סיבה פאר די מערכה, די אנדרייערס האבן די זעלבע פראבלעם מיט חתן כלה מדריכים
 
ביסט גערעכט אז די אנדרייערס ווילן אז יעדער זאל ליידן ווי זיי.

אבער די חותמים ווערן אריין געדרייט און שטיצן דער ענין צוליעב איין טענה וואס זיי זען אלס אויסגעהאלטן.
 
איך זעה נישט פארוואס דאס זאל נישט הייסן בצנעא, ווען יעדער זיצט אין זיין הויז אדער אפיס און הערט אויס א האטליין פריוואט.
ס'איז אפילו מער בצנעא ווי זיצן פנים אל פנים מיט א חתן רבי, ווייל דא זעהט ער נישט "קיינעם".
 
יא יא! אבער די עדווערטייזען איז זייער בפומבי,
נישט אז מיר פארשטייען איהם נישט,
אבער עס איז אמת, אז דער זאך האט אנגעדרייט אסאך פון די רבנים וואס חתמנ'ן אנטקעגן דעם, דאס וואס ער אדווערטייזד אזוי פיל ברבים, און אזוי קלאר ארויסשרייבן, דאס האט געטריגערט אביסל אז די אנדרייער'ס זאלן קענען באקומען דאסמאל אזויפיל שטיצע
 
איך זעה נישט פארוואס דאס זאל נישט הייסן בצנעא, ווען יעדער זיצט אין זיין הויז אדער אפיס און הערט אויס א האטליין פריוואט.
ס'איז אפילו מער בצנעא ווי זיצן פנים אל פנים מיט א חתן רבי, ווייל דא זעהט ער נישט "קיינעם".
עס קען זיין אז זייער עיקר טענה איז אז דע עדווערטייזמענטס וואס מאכען א פירסום פון די שיעורים איז דער שורש פון די פארפירערס, ווייל עס טאקע איז נישט בצנעה, אויב וואלט עס נאר געוועהן -פראם מאוטט טו מאואט-וואלט וועהן קיינער נישט מתרעם גיוועהן. און דעס איז דוקא יא דא א פוינט עס מאכט נישט קיין סענס אז אין די שוהלען ווי מען קומט דאבינען יונגלעך און בחורים, הענגט מען צעטלעך פאר סעקס עדויקעישן, הכל יודעים כלה למה נכנסה לחופה , דארף דער בחור נאך הערן אז עס איז דא א שיעור אויך,די חז״ל זאגען אין לך יפה מן הצניעות.
 
אינטערעסאנט איז אז ווייל די בעלזא דיין האט ארויסגעבקעט, זענען די מאנרוי דיינים אריינגעקומען קלאר



1000068259.webp
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG-20251220-WA0008.webp
    IMG-20251220-WA0008.webp
    92.6 KB · געזען: 75
  • IMG-20251220-WA0010.webp
    IMG-20251220-WA0010.webp
    67.6 KB · געזען: 75
איך בין אביסל צומישט.
די מתירים ציען צוריק פון די היתר און די אוסרים ציען צוריק פון די איסור?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top