עוד ינובון בשיבה

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
1,124
רעאקציע ראטע
5,292
פונקטן
943
אלס קינד האב איך געציטערט פון שטארבן יונג. אזוי ווייט איז דער פחד געווארן איינגעבאקן, אז אפילו אלס פערציג יעריגער ווען איך האב באזוכט אמאל א מושב זקנים און געזעהן א הונדערט און דריי יעריגע זקנה איז מיר געקומען טרערן פון די אויגן ווייל די קליין קינד וואס לעבט אין מיין הארץ האט געזעהן בחוש אז ס׳איז מעגליך צו האבן אריכות ימים

(ווער רעדט נאך די האפענונג אלס קינד ווען כ׳האב געהערט אז די שכר פון כבד את אביך ואת אמך איז למען יאריכון ימיך! איך האב זיך אזוי געפלאגט צו זיין גוט און קיינמאל נישט ״מצער זיין״ מיינע עלטערן. אבער ס׳געווען אוממעגליך זיי אלעמאל צו מאכן פרייליך ווען די טרדות פון א שטוב מיט קינדער האט דא און דארט זיי געמאכט פארלירן דאס געדולד מיט מיר. איך האב עס נעבעך אויסגעטייטשט אז כ׳האב נישט גענוג גוט פרובירט און כאילו ס׳מיין שולד… און איך האב אנגעהויבן חלומ׳ען פון טרעפן א וועג צו מאכן שליח הקן)

דאס אלעס קומט מיר אויף אין זכרון ווען איך הער די כמעט 104 יעריגע פרוי דערציילט די life lessons וואס זי האט געלערנט אין די נסיונות פון איר לעבן.

View: https://youtu.be/6JlYg0F_d7s?si=PlfRMBq_Q6Tu7nR3
 
יעצט גענעדיגט וואטשן! יוש איז זי זיס!
ליבשאפט, זיכן פאר די לעכטיגקייט, זיין צופרידן אז מ'האט עסן. שווערע צייטן קומען אבער גייען!
 
יעצט גענעדיגט וואטשן! יוש איז זי זיס!
ליבשאפט, זיכן פאר די לעכטיגקייט, זיין צופרידן אז מ'האט עסן. שווערע צייטן קומען אבער גייען!
דעיס איז נאך אסך זיסער 😃
זי זאגט זי איז 96 און האט איר צווייטע קינדהייט.
זי האט געהאט פיינפולע קינדער יארן און יעצט ענדליך האט זי געפינט זי א געלעגנהייט צו פילן די הנאה פון זיין א קינד

View: https://youtu.be/r-rHc8tm5_c?si=OQwSXznc_36ZrWsM
 
א לייק פאר דעם קעפל, א שיינע מליצה!

נאר פון שטארבן יונג האסטו מורא געהאט?
פון שטארבן אלט נישט?
I like your question
ווייל ס׳דערמאנט מיר די ערשטע מאל ווען כ׳האב געהאט א פאניק אטאקע: איינער פון אונזער קהילה איז פלוצלונג אוועק פון א הארץ אטאק אינמיטן בית מדרש, קענסט דיך אוודאי פארשטעלן ווי אויפגעשאקלט יעדער איז געווען (ער איז נישט געווען אלט,) אבער אפילו ווען יא, צו וואטשן איינעם׳ס נשמה אויסגיין, און פלוצלונג פון איין רגע צום צווייטן
It does a number on you

הקיצור יענע נאכט האט מיר אנגעכאפט אזא מין פחד (אין אלגעמיין איז דער כח הדמיון שטערקער ביינאכט) און כ׳האב זיך פארגעשטעלט אז איך וועל אפשר פלוצלונג חלילה שטארבן. מיט טרערן האב איך אנגעקלינגען א גוטע פריינט וואס כ׳האב געטרויט און זיך געבעטן ברחמים ער זאל מיר ביטע נישט פרובירן צו בארוהיגן אז איך גיי נישט שטארבן ווייל ער קען נישט וויסן דעם אמת; ענדערש זאל ער מיר זאגן וואס איך האב דא צו טון; איך ווייס נישט וואו אנצוהויבן, כ׳האב אזויפיל אין לעבן אויף וואס איך האב חרטה און וואס כ׳האב נאך געוואלט פארבעסערן. זאגט מיר מיין פריינט: וואס איז די וויכטיגסטע זאך ביי דיר? וועלכע זאך האסטו די מערסטע חרטה? אז דו האסט נישט פארברענגט גענוג צייט מיט דיינע קינדער? נישט געווען א גוטע פארטנער לויט ווי דו האסט געשטרעבט? נו, קענסטו יעצט אין דיין פארבליבענע צייט זיך אפגעבן מיט דעם, לייגן דיין גאנצע פאקוס אויף וואס איז באמת ביי דיר טייער און וויכטיג.

דאס האט מיר טאקע בארוהיגט. at least האב איך געקענט טון עפעס למעשה אנשטאט סתם זינקען אין פארלוירנקייט.

פארוואס דערצייל איך עס דא? ווייל נאר יארן שפעטער האב איך זיך געכאפט פארוואס מיין פחד איז געווען אזוי ריזיג גרויס (יעדע מענטש האט נאטירליך מורא פון טויט, אבער מ׳כאפט נישט סתם א פאניק אטאק…)

אבער ביי מיר איז דעמאלס געווען א בחינה פון נישט קענען דערהייבן אזא געדאנק אז מיין לעבן האט זיך נאך אפילו נישט אנגעהויבן און דא האב איך געפילט די threat אז ס׳ווערט אפשר אוועקגענומען.

נאך יענע געשיכטע האב איך זיך צוביסלעך מער אריינגעלייגט צו לעבן פאר זיך צו געפעלן און נישט פאר יענעם (ס׳זאגט זיך גרינגער ווי ס׳טוט זיך) און אמת׳דיג לעבן אין אן אופן וואס מאכט מיר proud פון וויאזוי איך פול אן מיינע טעג, ממילא היינט ווען דו פרעגסט מיר אויב איך האב מורא פאר׳ן טויט? יא, ווי יעדע נארמאלע מענטש. אבער נישט דעי פחד פחדים אז כ׳נאך ניטאמאל טועם געווען עכט פונ׳ם לעבן און ממילא איז אסך שרעקעדיגער צו שטארבן.

היינט פיל איך רוהיג, אז איך האב אויפגעטון וואס איז מיר גאר וויכטיג אין לעבן (כ׳האב נאך אסך מער וואס איך וויל אריינכאפן) נאר יעצט איז שוין יעדע טאג א bonus

פארשטייצעך איך וויל האבן אריכות ימים, אבער
It’s not the years in your life that matters most, but rather the life in your years
און דאס איז מיין ציל. צו לעבן לויט מיינע values.
 
זייער אינטערסאנט וואס דו שרייבסט. איך האב נאכנישט געוואטשט די ווידיאוס אבער איך קוק ארויס עס צו זעהן פריער ווי שפעטער.
איך אבער האב קיינמאל נישט מורא געהאט פונעם טויט. איך האב מער מורא פאר אויב סדא משפחה אדער חברים ארום וואס קענען ווערן אפעקטירט.

אגב, איז אריכת ימים א מעלה? אויבן אויף יא, ווייל ווי דו זאגסט איז עס א שכר פאר געוויסע מצות.
אבער איין מינוט, פארוואס איז עס א מעלה? איז נישט בעסער צו זיין אין גן עדן? איז נישט די פוינט פון טון מצות כדי מען זאל דארט אנקומען? נא פארוואס נישט אנקומען דארט פריער.. אויב לעבט מען לאנג איז דא צייט פאר מער מצות וואס דאס מאכט איז משיח זאל קומען, בלייבט איבער ווייניגער צייט צו זיין אין גן עדן.
אבער העי, ווער זאגט אז זיין אין גן עדן איז גוט.. סזעיט אויס אז תחית המתים איז מער א זכיה און מער עקסקלוסיוו. סאו זיין אויף די וועלט איז אפשר יא בעסער..
כווייס נישט.. כבין שוין צומישט..
 
זייער אינטערסאנט וואס די שרייבסט. איך האב נאכנישט געוואטשט די ווידיאוס אבער איך קוק ארויס עס צו זעהן פריער ווי שפעטער.
איך אבער האב קיינמאל נישט מורא געהאט פונעם טויט. איך האב מער מורא פאר אויב סדא משפחה אדער חברים ארום וואס קענען ווערן אפעקטירט.

אגב, איז ארוכות ימים א מעלה? אויבן אויף יא, ווייל ווי די זאגטס איז עס א שכר פאר געוויסע מצות.
אבער איין מינוט, פארוואס איז עס א מעלה? איז נישט בעסער צו זיין אין גן עדן? איז נישט די פוינט פון טון מצות כדי מען זאל דארט אנקומען? נא פארוואס נישט אנקומען דארט פריער.. אויב לעבט מען לאנג איז דא צייט פאר מער מצות וואס דאס מאכט איז משיח זאל קומען, בלייבט איבער ווייניגער צייט צו זיין אין גן עדן.
אבער העי, ווער זאגט אז זיין אין גן עדן איז גוט.. סזעיט אויס אז תחית המתים איז מער א זכיה און מער עקסקלוסיוו. סאו זיין אויף די וועלט איז אפשר יא בעסער..
כווייס נישט.. כבין שוין צומישט..
זעמער דאך געקומען פון גן עדן, און פארוואס האט די נשמה מסכים געווען דורכצוגיין די שוועריקייטן פון דעי וועלט, צוליב די תענוג וואס זי קען נהנה זיין ווען זי זעהט די אומגלויבליכע זאכן וואס זי האט געקענט דערגרייכן אין אזא שפל׳דיגע וועלט despite די challenges

ווען משיח קומט איז לכאורה א יום שכולו שבת און ס׳קוקט אויס ווי א גן עדן אויף דעי וועלט לויט ווי מ׳האט עס אונז אראפגעלייגט 😜

איך זעה נישט די ״גליק״ פון לעבן אויב מ׳האט נישט הנאה פון וואס מ׳טוט אויף (ס׳מאכט נישט קיין סענס לפענ״ד - צו ווארטן אנצוהויבן הנאה האבן נאכ׳ן שטארבן)

די הערליכע וועלט איז באשאפן געווארן בלויז פאר גויים הנאה צו האבן? אזוי פלעג איך אמאל גלייבן, ווייל מ׳האט מיר איינגעבאקן אז דעי וועלט געהער צו בני עשו און יענע וועלט איז פאר די בני יעקב…

ביז כ׳זיך אנגעשטויסן אין רש״ר הירש וואס זאגט ״מיר וועלן דארפן אפגעבן דין וחשבון אויב מ׳האט געהאט א מעגליכקייט צו גיין זעהן די הערליכע שווייצע בערג, אדער אנדערע וואונדערליכע נאטור אין די וועלט, און מ׳האט זיך אפגעהאלטן. הלמאי דער באשעפער האט אונז געגעבן אזויפיל וועגן הנאה צו האבן און מ׳ווארפט עס אים צוריק אין פנים?״ (די גמרא דערמאנט אויך וועגן דעם אין עטליכע ערטער)

דעמאלס האב איך מיך געכאפט אז די אסקעטישע מהלך איז נישט די ״עבודת השם״ וואס מ׳האט מיר אויסגעלערנט און דעי וועלט איז אויך געמאכט הנאה צו האבן ווי מער מ׳קען (פארשטייט זיך הולטיי טאג און נאכט איז נישט אמת׳דיג געשמאק, די גליק אין לעבן איז ווען מ׳מאכט א באלאנס צווישן ארבעטן, רוען, און ארומשפילן און הנאה האבן)
 
איך האלט נישט אלעס וואס זי זאגט איז ריכטיג
אבער די סיבה פארוואס כ׳טייל עס מיט איז

1. פאר די delight אז ס׳מעגליך צו האבן אריכת ימים (ווי איך האב מאריך געווען אין אנפאנג פון דעם שנירל)

2. ווייל כ׳האב זייער ליב איר attitude 😍

3. איך האב ליב וויאזוי זי איז עוקר די ליגנט פון meritocracy וואס איז אונז איינגעבאקן - יעדער היינט קומט פארקויפן (עספּעשעלי אנליין!) ״קום לערן זיך פון מיר וויאזוי אפצופאלן וואָג״ אדער ״דו קענסט האבן א גליקליכע שלום בית אויב דו פאלגסט אויס דעי כללים…״ כאילו אז ווען זאכן גייען שיף איז עס פשוט ווייל דו ביזט נישט נאכגעגאנגען די אנווייזונגען. די פארדארבענע מעטאד פון blaming ווען מענטשן האבן שוועריקייטן האט שוין אסך חרוב געמאכט - און דא איז א דערקוויקעניש ווי זי לאכט עס אפ: איך בין 105 זאגט זי און מיין מאמע איז געשטארבן ביי די 60! ס׳נישט קיין ״סוד״… פשוט יעדן׳ס גורל איז אנדערש

*דרך אגב: לאז דיך נישט נאַרן מיט די האלבע זאץ וועגן דעפרעסיע וואס זיי לייגן אין די intro - ס׳קען זיך דאכטן ווי זי קומט מיט די משוגעת׳ן כאילו ״דעפרעסיע איז א בחירה״ אבער ווען דו הערסט די קליפ זעהסטו אז זיי האבן אפגעהאקט די זאץ און זי זאגט גאנץ אנדערש

View: https://m.youtube.com/watch?v=iqjQoIZcCNw
 
דאס אז איר איז עס אנעקדאוטעלע געלונגען מיינט נישט גארנישט, טראמפ פרעסט נאך מקדאנעלד סענדוויטשעס און לעלובער רבי האט גערייכעט עד סוף ימיו און ער האט געלעבו גאנץ לאנג. סדא מענטשען וואס עסען נאר בראקעלי א גאנצן טאג און זיי שטארבן פון א עקסידענט, איך זעה נישט ווי מזל קומט אריין.
אין קארצן א מענטש איז (בדרך כלל) יא שולדיג אין זיינע קאנסעקווענצען צו גוטן אדער צו בייזן.
שולדיג מיין איך נישט וויקטים בלעמינג איך מיין צו זאגן אז ער קען זיך נעמן אין די הענט אריין, כאטש וואס ער איז נישט שולדיג אז ער איז געווארען מאלסטעד, באגאנוועט, צודרייטע משפחה אא״וו.
 
ביי די דריי און ניינציג קען דער אלטער זקן שלעפן שווערערע געוויכט (lift weights) ווי איך קען ביי די פערציג…

View: https://youtu.be/HPQLMHXFdjk?si=dUrXkBLncIRH8SZ-

ער טענה׳ט אז עקסערסייז איז ווי fertilizer - ס׳העלפט די קערפער וואקסן געזונט און שטארק

און איך קען מענטשן, וואס זאגן אז עקסערסייז מאכט זיי פילן אויפגעלעבט!

מען דארף אבער וויסן די ריכטיגע וועג וויאזוי עס צו טון מיט א טרעינער וואס פארשטייט וויאזוי דיר צו העלפן צוביסלעך, און מיט׳ן ריכטיגן אופן צו טון יעדע עקסערסייז, נישט חלילה גורם צו זיין אן injury

צ.ב.ש. מאכן stretches די ריכטיגע וועג בעפאר יעדעס מאל וואס מ׳הייבט אן מאכן עקסערסייז

אדער: חלילה נישט צוברעכן די ריקן מיט׳ן הייבן lifts נאר עס טון מיט די געזונטע וועג פון בייגן

כ׳טייל מיט דעי ^ צען מינוט׳יגע שמועס פון דעם אלטן, פאר ווער ס׳וויל עס הערן, ווייל כ׳געדענק מיין באבע ע״ה פלעגט מקנא זיין איר שכנה וואס איז עלטער געווען פון איר אבער אלעמאל געפילט יונג: געגאנגען שווימען יעדע וואך, ווייל זי האטגוט קעיר גענומען צו עסן גענוג nourishing געזונטע שפייז און מאכן עקסערסייז

אבער איך וויל צולייגן צוויי קליינע מעשיות - ארויסצוברענגען ווי וויכטיג איז צו
Listen to your body
Go on your own pace- don’t overdo it
  1. איך האב א קרוב וואס האט זיך אוועקגע׳הרג׳עט זיינע קניען צוליב דעם וואס ער האט זייער ליב געהאט מאכןעקסערסייז - אבער נישט צוגעהערט ווען די גוף שרייט ניין! ס׳שוין צופיל. אוודאי איז זיין סטאָרי נישט טיפיקל, וויילגעווענטליך injuries האבן א טשענס זיך צו היילן ווען מ׳נעמט קעיר, און אין דעי פאל האט מיין קרוב אויסגעפינען אזזיי ליידן פון EDS וואס עפעקט די connective tissue און ממילא האט עס ניטאמאל געצייגט אויף א געווענטליכע x-ray און די דאקטער האט ליידער מחזק געווען ווייטער צו מאכן עקסערסייז אנשטאט צו ניצן די פאסיגע רפואה מיטלעןפאר EDS
מוסר השכל איז: א דאקטער קען אויך אמאל מאכן א טעות, און זאלסט קיינמאל נישט איגנארירן ווען דיין גוף שרייט slow down, אדער ווי דר. גאבור מאטה זאגט: הער זיך צו ווען דיין קערפער שרייט ניין


2. אפילו אזא הילפבארע זאך
ווי מעדיטאציע (meditation)
איז אויך וויכטיג צו ארבעטן מיט דיין גוף
נישט קעגן דיין גוף.

צום ביישפיל, כ׳האב א חבר וואס האט זייער ליב די רעזאלטאטן וואס מעדיטאציע ברענגט אין לעבן,
און ווען מ׳האט פארגעשלאגן ער זאל מיטהאלטן א breathwork סעסיע ווייל דאס קען ברענגען א געפיל פון calm און groundedness
פאר אסך מענטשן האט ער געקלערט אז
ס׳גאר א גוטע עצה!

,Luckily
האט ער א זייער גוטע צוגאנג ווען ס׳קומט
זיך צוצוהערן צו די needs פון זיין גוף - און עס נישט איבערצושטרענגען,
אלעמאל איז ער פארזיכטיג נאר צו גיין מיט א מאס,

און ער דערציילט מיר אז בשעת יענע אטעמען סעסיע (breathwork) האט ער געסטאפט מיטהאלטן. ער האט נישט געפילט ווי ער קען עס פארנעמען.

און א לאנגע צייט שפעטער האט ער נאך געטראכט, אפשר דארף איך זיין מער דרייסט און עס יא מיטהאלטן? מ׳זאגט דאך אז ס׳העלפט אזוי סך!

Guess what?

עטליכע יאר שפעטער האט ער געליטן פון א seizure און דער דאקטער האט געזאגט אז מענטשן וואס זענען prone צו האבן א seizure זאלן נישט טון קיין breathwork וואס encouraged hyperventilating ווייל דאס קען גורם זיין עס זאל טריגערן נאך א seizure

אין אנדערע ווערטער:
אויב וואלט ער זיך געצווינגען מיטצוהאלטן יענע שנעלע אטעמען סעסיע וואלט ער גאנץ מעגליך געהאט א seizure און ער האט גארנישט געוואוסט ווי ריכטיג ער האט געטון מיט׳ן נישט איבערגיין די מאס פון וואס זיין גוף קען דערהייבן.
 
קניען אינדזשערי פון עקסערסייז געשעט ווייל מען האט נישט קיין גוטע סניקערס, מען דארף קויפן דייקא ראנינג-סניקערס און מען דארף עס טוישען יעדע דריי הונדערט מייל.
 
איינער זעט ביי א שמחה ווי א עלטערע איד זיצט איבערן טעלער און האקט שטיקער, פרעגט ער אים, אנטשולדיגט, אבער אין אייער יארגאנג איז עס נישט אויסגעהאלטן צו עסן וויפיל איר עסט

זאגט אים די עלטערע איד, איך נעם יעדן טאג מעדעצינען פאר די קישקעס, פאר די לעבער וכו', זאלן זיי ארבעטן!...
 
קניען אינדזשערי פון עקסערסייז געשעט ווייל מען האט נישט קיין גוטע סניקערס, מען דארף קויפן דייקא ראנינג-סניקערס און מען דארף עס טוישען יעדע דריי הונדערט מייל.
יישר כח פאר׳ן מיטטיילן די אינפארמאציע

אין פאל פון מיין קרוב וואלט דאס נישט געהאלפן, ווייל זיי זענען גראדע יא מקפיד אויף גוטע סניקערס נאר די פראבלעם איז דארט א גענעטישע אשכנז׳ישע אישאָ פון EDS וואס מ׳האט נישט געוואוסט דערפון און געשטופט די קערפער מער ווי ס׳האט געקענט דערהייבן.
 
Back
Top