והגדת לבנך - הבהרה

איזי פאזען

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מאי 23, 2024
מעסעדזשעס
39
רעאקציע ראטע
520
פונקטן
103
איך וויל קלאר מאכן עפעס בנוגע מיין ארטיקל "והגדת לבנך" פאר פסח. איך האב געשריבן דעם ארטיקל אויף צו ארויסברענגען אן אנדערע מהלך און צוגאנג אויף דער וויכטיגקייט און באדייט פונעם סדר נאכט - א מסורה וואס גייט שוין אן אין כמעט דער זעלבער פארעם איבער צוויי טויזנט יאר מיט מקורות נאך אין בית שני (דאס רעדט מען פונעם סדר; פארשטייט זיך אז פסח אליין און די נאכט פון פסח שטייט שוין אין דער תורה אז דאס האט מען געפייערט שוין זייט די נאכט פון יציאת מצרים). איך האב געהערט פון אסאך מענטשן אז זיי מוטשן זיך זיך צו באהעפטן צו פסח, צי מחמת אמונה-שאלות, צי ווייל פאר טייל מענטשן איז עס אן אנגעשטרענגטע יום טוב, פארבונדן מיט טראומאטישע זכרונות פון דער יוגנט. אין מיין ארטיקל האב איך געוואלט עקספלארירן א מהלך וואס איז אנדערש און וואס קען אפשר רעדן צו מענטשן פאר וועלכע די טראדיציאנעלע און באקאנטע מהלכים רעדן נישט. און טאקע, איך האב צוריקגעהערט פון פיל ליינער אז דער ארטיקל האט זיי שטארק מחזק געווען און געגעבן א נייעם צוגאנג צום ליל הסדר.

איך וויל אבער קלאר מאכן אז איך האב ח"ו נישט געמיינט מיט דעם ארטיקל צו שטעלן שאלות אויף די עקרי אמונה אדער אוועקצומאכן דעם פונדאמענטאלן יסוד פון א תורה שבכתב און א תורה שבעל פה וואס גייען צוריק צו משה מסיני. איך האב נישט אלע תירוצים אויף אלע קשיות, אבער א חלק פון קבלת עול תורה ומצוות איז צו מקבל זיין און גלייבן די עקרי אמונה, צי מ'פארשטייט יא צי מ'פארשטייט נישט. מיט מיין ארטיקל האב איך געהאפט צו געבן א מהלך פאר די וואס האבן שוין שאלות און ספיקות אז זיי אויך זאלן קענען האבן א שמחת יום טוב און אנטייל נעמען אין אונזערע אור-אלטע טראדיציעס, אבער נישט ח"ו אויפצועפענען נייע קשיות און ספיקות פאר די וואס האבן יא די זכיה אנצונעמען און מקבל צו זיין וואס א שומר תורה ומצוות דארף צו גלייבן.

לויט די רעאקציע צום ארטיקל זע איך אז מערסטע ליינער האבן יורד געווען לסוף דעתי און האבן ארויסגענומען די עיקר נקודה: אז די מסורה פונעם סדר נאכט איז פאר יעדן, באשר הוא, על אף זיינע ספיקות און קווענקלענישן א גאנץ יאר. מצה איז מיכלא דמהימנותא, פשט אז אפילו די וואס האבן ספיקות און ראנגלענישן א גאנץ יאר, ווען ס'קומט צו דער נאכט פון אמונה כאפט מען זיך אן אויף עפעס, מ'איז זיך נישט מוציא עצמו מן הכלל, מ'כאפט זיך מיט מיט דורות פון טויזנטער אידן וואס האבן איבערגעגעבן די מסורות אויף ווייטער און דערציילט די סיפורים און השגחות באמונה מדור לדור.

נאכן זיך מייעץ זיין מיט מורי-דרך, פארשטיי איך אז מיין ארטיקל האט דאך אנגערירט הייקעלע עניינים אויף אן אופן וואס קען זיך אנהערן בניגוד צו עקרי אמונה ח"ו, וואס דאס איז ח"ו נישט געווען מיין כוונה. כדי ס'זאל נישט ארויסקומען א מכשל דערפון האב איך געבעטן די מערכת אראפצונעמען דעם ארטיקל און עס פארמעקן ביז איך קען פאררעכטן דאס לשון און פארבעסערן דעם תוכן ארויסצוברענגען די עיקר נקודה אן אנרירן אין הייקעלע נושאים וואס רירן אן אויף עקרי אמונה. איך בעט אז דער ציבור זאל מיר מוחל זיין אויף מיין פארזען, און איך האף אז דער טעות נעמט נישט אוועק דעם זיכוי פאר די וואס האבן יא ארויסגענומען חיזוק פונעם ארטיקל און פאר וועמען עס האט זיי געהאלפן אפצורעכטן א סדר מיט מער געשמאק, באדייט און דיבוק צו אונזער געשיכטע. זאל מיין ווידוי ברבים פאר פסח שני מתקן זיין וואס איך האב מקלקל געווען פאר פסח ראשון.

ויהי רצון שלא יארע דבר תקלה על ידי.
 
וכשם שקיבלת שכר על הדרישה כן תקבל שכר על הפרישה.

אמאל קען עפעס פיליזאפיש אויסקוקן צו סתם עמך מענטשן ווי א זלזול חלילה. ס'שיין צו זעהן ווי מ'רעכנט זיך!
 
וכשם שקיבלת שכר על הדרישה כן תקבל שכר על הפרישה.
און אט דאס האט ר׳ שמעון/נחמיה העמסוני געזאגט (פסחים כב ע״ב) ווען ער האט טאקע נישט געוואלט דרש׳נן דעם ״את״ ה׳ אלקיך תירא, וויבאלד ער האט נישט געוואלט מדמה זיין עפעס להקב״ה און צורירן צו וואס מענטשן נעמען אָן אלס האקעל. אבער מ׳דארף טאקע צוקומען דערצו צו וואס ר״ע האט יא גע׳דרש׳נט דערפון אז עס איז ארויסצוהייבן די געדאנק פון ת״ח. והיינו, אז מ׳דארף פארשטיין אז לא האמונה בזה היא העיקר, אלא הדרש פון ליגן בחכמה ותורה והמעשה וואס מ׳לערענט דערפון.

ייש״כ @איזי פאזען פאר׳ן אריגינעלן ארטיקל, און פאר די יעצטיגע אויפריכטיגקייט פון זיך רעכענען מיט אנדערע (מיט וועמען איך בין ל״ד מסכים).
 
ווי שטארק ס'באדערט מיר ווען איך ליין ארטיקלן וואס האט אפשר שאלות אויף די עקרי אמונה,
באדערט מיר 1000 מאל שטערקער ווען די ארטיקלן ווערן אראפגענומען פאר "אידישקייט" צוועקן...

פארפאלן, די פאקט אז איך ווייס אז מענטשן קענען דא זאגן, פרעגן, שרייבן, אן דארפן טראכטן צוויי מאל צי ס'איז "אויסגעהאלטן" האט מיר געמאכט נענטער צי אידישקייט,

איך האב געטראפן א אידישע פלאץ ווי קיינער שלאגט נישט פארן פרעגן, אידישקייט איז נישט אזוי שלעכט..

יא איזי, האסט גוט געהערט, די מאכסט קירוב :)

גם זו לטובה
 
גם זו לטובה
אז איך האב פריער צוגעברענגט ר׳ נחמיה העמסוני דערין, האלט דאך הרב דר. אליעזר [לוּאיס] פינקעלשטיין אז ר׳ נחמיה העמסוני איז נחום איש גמזו, וואס איז דאך געווען רגיל לומר ״גם זו לטובה״…
 
Back
Top