חזקי טורנהיים און מוסדות רמ"א

נעכטן איז דער שליח פאר מוסדות רמ"א אין ארץ ישראל ארומגעגאנגען נאך געלט אין בית המדרש, און ווי יאר יערליך האט ער דערציילט אלערליי מופתים און ישעות וואס אידן האבן געזען ביים מנדב זיין פאר די הייליגע מוסדות, בזכות רבי משה ארי' פריינד וואס האט אים געשאנקען דעם כוח פון וואונטשן ברכות.

אליין נישט וויסנדיג פונקטליך וואס איך וויל ארויסברענגען, בין איך אריין אין א היציגע ויכוח מיט מיין חבר. איך האב גע'טענה'ט אז סטאטיסטיש גערעדט, איז בכלל נישט קיין וואונדער אז מענטשן זעען ישעות, ווייל פון צווישן די טויזנטער מענטשן וועמען ער וואונטשט אן, וועלן אוודאי זיין עטליכע וואס וועלן זען ישעות, און די איבריגע קומען דאך נישט צוריק צו אים פארציילן אז זיי האבן 'נישט' געזען ישועות.

נישט אז איך האב טענות אויף אים, צי אויף ר' משה ארי', אדער אויפ'ן אויבערשטן גאר, היתכן ער העלפט נישט ממש יעדן. איך פארשטיי אז עס זענען פארהאן זאכן וואס זענען העכער אונזער השגה, און אזוי דארף זיין. וואס איך טענה אבער יא איז, אז איך זע נישט דער לאגיק פון ארומגיין פארציילן זיינע מעשיות פון מענטשן ווואס זענען געהאלפן געווארן, בעת עס זענען פארהאן טויזנטער אידן וואס דארפן פונקט אזוי א ישועה און זיי האבן עס נישט באקומען.

מיין חבר איז גאנץ שנעל ווילד געווארן און דערקלערט אז איך רעד כפירה, ממילא האב איך דא געענדיגט דעם שמועס.

היינט, ווען איך האב מיך אנגעשטויסן אין עטליכע ווידעאס פון חזקי טורנהיים'ס בר מצוה, האב איך געכאפט וואס עס האט מיר געבאדערט פון מוסדות רמ"א פראפאגאנדע.

חזקי טורנהיים איז א יונגער בחור'ל וואס וואוינט אין ארץ ישראל. ער איז געבוירן מיט א שווערע קרענק וואס מאכט די ביינער ברעקלדיג, און די דאקטוירים האבן אים נישט געגעבן קיין סאך שאנסן איבערצולעבן. חזקי האט זיך געפינען אין שפיטאל ביז די פיר יאר, און קעגן אלע אויסזיכטן האט ער באוויזן נישט בלויז צו בלייבן לעבן, נאר זאגאר ארומצורייזן איבער דער וועלט אלס אזויגערופענער "נס קינד", און האלטן איבעראל דרשות פול מיט חיזוק און אמונה.

זיין בר מצוה איז געפראוועט געווארן מיט גרויס פאראדע מיט דער באטייליגונג פון אסאך גדולי ישראל וואס האבן אלע געוואלט זיך מיטפרייען מיט'ן נס קינד וועלכע איז געווען באקליידעט מיט ספעציעלע קליינטשיגע בגדים'לעך צו פאסן זיין קליינעם, צארטן גוף. עס זענען געהערט געווארן הארציגע דרשות איבער אמונה, בטחון און ישעות השם, רוב פון וועמען'ס ווידעאס עס זענען פארשפרייט געווארן איבער דער גאנצער וועלט, און פיל מענטשן האבן געשעפט אינספיראציע פון זיין געשיכטע.

און איך זיץ מיט א פארקנייטשטע שטערן, און פראביר צו באגרייפן וואס דער הייפ איז. וואס וויל מען דא ארויסברענגען? ווייסן דען נישט די אלע בעלי דרשנים אז ווייס'ך וויפיל אנדערע אידישע קינדער, וואס זענען פונקט אזעלכע הייליגע נשמות ווי חזקי, און זייערע עלטערן האבן פונקט אזויפיל געהאפט און מתפלל געווען, האבן טאקע נישט דורכגעמאכט דעם קרענק און זענען יא געשטארבן אין שפיטאל צו די ביטערע געוויין פון זייערע עלטערן? וואס רייצסטו זיך מיט זיי?...

און דא זאג איך ווייטער: איך בין מסכים אז מיר קענען נישט פארשטיין דעם אויבערשטן'ס חשבונות, און עס איז פארהאן א געטליכע ענטפער צו די אלע קינדער וואס שטארבן פון קרענק, אבער וואס איז דער לאגיק פון טייטלען אויף איין קינד וועמען עס איז יא געלונגען? וואס וויל מען ארויסלערנען דערפון? איך זאג אן איפכא מסתברא! ווי שטערקער דו ברענגסט ארויס אז ס'איז ממש א נס אז חזקי איז געבליבן לעבן, זאגסטו בעצם אין אנדערע ווערטער אז די 'נארמע' איז אז קינדער מאכן עס טאקע נישט אדורך…

אלזא, וואס באדערט מיר איז, וואס ווילסטו ארויסברענגען? אויב ווילסטו סתם פאמפען אין דער וועלט אריין אז דער דורכשניטליכער עמך איד זאל האבן פון וואס צו ווערן איבערראשט, דאן טוה וואס דו ווילסט. מיר בארירסטו נישט. אבער אויב דו האסט עפעס א טיפערע ציל, דו ווילסט דא איבערצייגן עפעס, דאן פארשטיי איך נישט דיין לאגיק פון נעמען דעם מיעוט און דאס אויפבלאזן. אין אזא פאל, וואלטסטו ענדערש געדארפט קומען מיט א געהעריגע סטאטיסטיק פון מענטשן וואס זענען יא אדער נישט געהאלפן געווארן, און אפמאלן א פולע אנאליז, גענוי ווי דאקטוירים טוען ביים טעסטן א נייע מעדיצין.


אויב עמיצער קען מיטטיילן א צווייטע פערספעקטיוו דערויף, זאל ער ביטע ארויסהעלפן, ווייל איך געב מיך נישט קיין עצה דערמיט...
איך מיין אז דו גראבסט צו טיף
סתם עמך אידן האבן ליב אזעלכע מעשיות וואס שטיצט זייער גלייבן און געט זיי האפענונג אז אפשר וועלן זיי אויך איין טאג זיין lucky

ווידעראום דעי וואס פארקויפן די מעשיות- וואס טוט מען נישט פאר געלט? גוטע מעשיות ברענגט אריין גרויסע סכומים - follow the money ווי מ׳זאגט
 
דערויף האב איך געזאגט אז ער זאל קומען מיט געהעריגע סטאטיסטיק! ווען ער וואלט גערעדט דיין שפראך וואלט איך נישט געהאט קיין קשיא! מיין פראבלעם איז אז ער רעדט פון די צען וואס זענען געהאלפן געווארן, איגנארירנדיג גענצליך די טויזנט וואס נישט.
ביזנעס ביפאר פלעזשור
 
אויב עמיצער קען מיטטיילן א צווייטע פערספעקטיוו דערויף, זאל ער ביטע ארויסהעלפן, ווייל איך געב מיך נישט קיין עצה דערמיט...
שאלה גדולה שאלת!
און גוט האט דיין חבר געזאגט אז מ'טאר אזאנס נישט פרעגן.. זעסט דאך אליין ס'הייבט זיך אן מיט עוואלוציע און שפינוזא און ס'ענדיגט זיך מיטן פרעגן קשיות אויף חזקי טורנהיים... ירחם השם.

די עכטע ענטפער הייסט אבער 'טשערי פיקינג', 'קאנפירמאציע בייעס' און 'סעלעקטיוו עווידענס'.. טאקע ווייל אונזער עולם איז אזוי איליטערעט (ווי אויסגעשמועסט אין די מופתים שנירל) און אונז האבן ליב ניסים מיט מיסטישע קוגלעך, גלייבן מיר און מיר ווערן עקסייטעד מיט יעדע סטארי, ווער רעדט נאך ווען מ'קען דערויף מאכן אפאר דאלאר וואס סיי וועלכע אפאזיציע איז דאך אטאמאטיש א כופר.. איז עס דען נישט קיין געוואלדיגע ביזנעס מאדעל?

רוב זענען נאכגעגאנגען די סטאטיסטיקס, ער נישט
וואס איז די סטאטיסטיק בכלל? אויב איינס פון א געוויסע נומער לעבט עס יא איבער איז ער פונקט אזוי טייל פון די 'סטאטיסטיק' - גארנישט אויסערארענטליך דערמיט..
 
לגבי מוסדות רמ"א קען איך מעיד זיין בדידי הוי עובדא:

כ'האב געוואלט אז מיין העלט אינשורענס זאל אפראוון א געוויסע פראצעדור וואס ווערט געווענליך באשטעטיגט אן קיין פראבלעמען אבער מחמת איזה סיבה בין איך declined געווארן, בין איך געגאנגען צו ר' אייזיק ווייס (דער שליח פון מוסדות רמ"א) און אים געגעבן $100 (עטליכע יאר צוריק) אז ער זאל מיך צוזאגן אז אינשורענס וועט עס דעקן ווען איך וועל אפעלירן דעם פארלאנג.

למעשה האט עס אינשורענס עד היום נישט באשטעטיגט, און כ'האב עס געדארפט צאלן פון מיין אייגענעם טאש. אלזא מורי ורבותי! מוסדות רמ"א ישועות איז א סקעם! והבטחתי לפרסמו
 
בנוגע חזקי טורנהיים:

מענטשן האבן ליב זיך צו פארסמאקעווען אין א מילתא דלא שכיחא, מענטשן קויפן די לאטערי כאטשיג זיי האבן ווייניגער אויסזיכטן צו געוואונען ווי חזקי טורנהיים'ס שאנסן צו וואקן...

ס'גיבט עפעס א גוטע פילינג פאר'ן מענטש אז 'ס'איז נאך פארהאן האפענונג' בבחינת ישועת ה' כהרף עין, דעריבער איז זעלבסטפארשטענדליך אז ווי מער זעלטן און אומדערהערט די פענאמענאן איז, א שטייגער ווי דאס אז חזקי טורנהיים לעבט, אלס מער וועל מענטשן וועלן רילעיטן צו דעם, דאס גיבט זיי א (פאלשע) קאוזי פילינג פון האפענונג אז מארגן וועט עפעס א ישועה אויספראצן פון וואו אימער
 
פאלט מיר יעצט איין נאך א פשט אינעם ׳לולי המשתגעים נשאר העולם חרב׳.

דער חכם קומט מיט זיינע סטאטיסטיקס און גיבט אויף נאך פאר׳ן פראבירן… דער נער כאפט זיך ארויף אויף יעדע מעשה׳לע, גיבט נישט אויף. פארט ווייטער, טוט און מאכט… און צומאל געלונגט עס טאקע.
 
פאלט מיר יעצט איין נאך א פשט אינעם ׳לולי המשתגעים נשאר העולם חרב׳.

דער חכם קומט מיט זיינע סטאטיסטיקס און גיבט אויף נאך פאר׳ן פראבירן… דער נער כאפט זיך ארויף אויף יעדע מעשה׳לע, גיבט נישט אויף. פארט ווייטער, טוט און מאכט… און צומאל געלונגט עס טאקע.
כִּ֛י בְּרֹ֥ב חׇכְמָ֖ה רׇב־כָּ֑עַס וְיוֹסִ֥יף דַּ֖עַת יוֹסִ֥יף מַכְאֽוֹב (קהלת א-יח)
 
Back
Top