חזקי טורנהיים און מוסדות רמ"א

נעכטן איז דער שליח פאר מוסדות רמ"א אין ארץ ישראל ארומגעגאנגען נאך געלט אין בית המדרש, און ווי יאר יערליך האט ער דערציילט אלערליי מופתים און ישעות וואס אידן האבן געזען ביים מנדב זיין פאר די הייליגע מוסדות, בזכות רבי משה ארי' פריינד וואס האט אים געשאנקען דעם כוח פון וואונטשן ברכות.

אליין נישט וויסנדיג פונקטליך וואס איך וויל ארויסברענגען, בין איך אריין אין א היציגע ויכוח מיט מיין חבר. איך האב גע'טענה'ט אז סטאטיסטיש גערעדט, איז בכלל נישט קיין וואונדער אז מענטשן זעען ישעות, ווייל פון צווישן די טויזנטער מענטשן וועמען ער וואונטשט אן, וועלן אוודאי זיין עטליכע וואס וועלן זען ישעות, און די איבריגע קומען דאך נישט צוריק צו אים פארציילן אז זיי האבן 'נישט' געזען ישועות.

נישט אז איך האב טענות אויף אים, צי אויף ר' משה ארי', אדער אויפ'ן אויבערשטן גאר, היתכן ער העלפט נישט ממש יעדן. איך פארשטיי אז עס זענען פארהאן זאכן וואס זענען העכער אונזער השגה, און אזוי דארף זיין. וואס איך טענה אבער יא איז, אז איך זע נישט דער לאגיק פון ארומגיין פארציילן זיינע מעשיות פון מענטשן ווואס זענען געהאלפן געווארן, בעת עס זענען פארהאן טויזנטער אידן וואס דארפן פונקט אזוי א ישועה און זיי האבן עס נישט באקומען.

מיין חבר איז גאנץ שנעל ווילד געווארן און דערקלערט אז איך רעד כפירה, ממילא האב איך דא געענדיגט דעם שמועס.

היינט, ווען איך האב מיך אנגעשטויסן אין עטליכע ווידעאס פון חזקי טורנהיים'ס בר מצוה, האב איך געכאפט וואס עס האט מיר געבאדערט פון מוסדות רמ"א פראפאגאנדע.

חזקי טורנהיים איז א יונגער בחור'ל וואס וואוינט אין ארץ ישראל. ער איז געבוירן מיט א שווערע קרענק וואס מאכט די ביינער ברעקלדיג, און די דאקטוירים האבן אים נישט געגעבן קיין סאך שאנסן איבערצולעבן. חזקי האט זיך געפינען אין שפיטאל ביז די פיר יאר, און קעגן אלע אויסזיכטן האט ער באוויזן נישט בלויז צו בלייבן לעבן, נאר זאגאר ארומצורייזן איבער דער וועלט אלס אזויגערופענער "נס קינד", און האלטן איבעראל דרשות פול מיט חיזוק און אמונה.

זיין בר מצוה איז געפראוועט געווארן מיט גרויס פאראדע מיט דער באטייליגונג פון אסאך גדולי ישראל וואס האבן אלע געוואלט זיך מיטפרייען מיט'ן נס קינד וועלכע איז געווען באקליידעט מיט ספעציעלע קליינטשיגע בגדים'לעך צו פאסן זיין קליינעם, צארטן גוף. עס זענען געהערט געווארן הארציגע דרשות איבער אמונה, בטחון און ישעות השם, רוב פון וועמען'ס ווידעאס עס זענען פארשפרייט געווארן איבער דער גאנצער וועלט, און פיל מענטשן האבן געשעפט אינספיראציע פון זיין געשיכטע.

און איך זיץ מיט א פארקנייטשטע שטערן, און פראביר צו באגרייפן וואס דער הייפ איז. וואס וויל מען דא ארויסברענגען? ווייסן דען נישט די אלע בעלי דרשנים אז ווייס'ך וויפיל אנדערע אידישע קינדער, וואס זענען פונקט אזעלכע הייליגע נשמות ווי חזקי, און זייערע עלטערן האבן פונקט אזויפיל געהאפט און מתפלל געווען, האבן טאקע נישט דורכגעמאכט דעם קרענק און זענען יא געשטארבן אין שפיטאל צו די ביטערע געוויין פון זייערע עלטערן? וואס רייצסטו זיך מיט זיי?...

און דא זאג איך ווייטער: איך בין מסכים אז מיר קענען נישט פארשטיין דעם אויבערשטן'ס חשבונות, און עס איז פארהאן א געטליכע ענטפער צו די אלע קינדער וואס שטארבן פון קרענק, אבער וואס איז דער לאגיק פון טייטלען אויף איין קינד וועמען עס איז יא געלונגען? וואס וויל מען ארויסלערנען דערפון? איך זאג אן איפכא מסתברא! ווי שטערקער דו ברענגסט ארויס אז ס'איז ממש א נס אז חזקי איז געבליבן לעבן, זאגסטו בעצם אין אנדערע ווערטער אז די 'נארמע' איז אז קינדער מאכן עס טאקע נישט אדורך…

אלזא, וואס באדערט מיר איז, וואס ווילסטו ארויסברענגען? אויב ווילסטו סתם פאמפען אין דער וועלט אריין אז דער דורכשניטליכער עמך איד זאל האבן פון וואס צו ווערן איבערראשט, דאן טוה וואס דו ווילסט. מיר בארירסטו נישט. אבער אויב דו האסט עפעס א טיפערע ציל, דו ווילסט דא איבערצייגן עפעס, דאן פארשטיי איך נישט דיין לאגיק פון נעמען דעם מיעוט און דאס אויפבלאזן. אין אזא פאל, וואלטסטו ענדערש געדארפט קומען מיט א געהעריגע סטאטיסטיק פון מענטשן וואס זענען יא אדער נישט געהאלפן געווארן, און אפמאלן א פולע אנאליז, גענוי ווי דאקטוירים טוען ביים טעסטן א נייע מעדיצין.


אויב עמיצער קען מיטטיילן א צווייטע פערספעקטיוו דערויף, זאל ער ביטע ארויסהעלפן, ווייל איך געב מיך נישט קיין עצה דערמיט...
איך מיין אז דו גראבסט צו טיף
סתם עמך אידן האבן ליב אזעלכע מעשיות וואס שטיצט זייער גלייבן און געט זיי האפענונג אז אפשר וועלן זיי אויך איין טאג זיין lucky

ווידעראום דעי וואס פארקויפן די מעשיות- וואס טוט מען נישט פאר געלט? גוטע מעשיות ברענגט אריין גרויסע סכומים - follow the money ווי מ׳זאגט
 
דערויף האב איך געזאגט אז ער זאל קומען מיט געהעריגע סטאטיסטיק! ווען ער וואלט גערעדט דיין שפראך וואלט איך נישט געהאט קיין קשיא! מיין פראבלעם איז אז ער רעדט פון די צען וואס זענען געהאלפן געווארן, איגנארירנדיג גענצליך די טויזנט וואס נישט.
ביזנעס ביפאר פלעזשור
 
אויב עמיצער קען מיטטיילן א צווייטע פערספעקטיוו דערויף, זאל ער ביטע ארויסהעלפן, ווייל איך געב מיך נישט קיין עצה דערמיט...
שאלה גדולה שאלת!
און גוט האט דיין חבר געזאגט אז מ'טאר אזאנס נישט פרעגן.. זעסט דאך אליין ס'הייבט זיך אן מיט עוואלוציע און שפינוזא און ס'ענדיגט זיך מיטן פרעגן קשיות אויף חזקי טורנהיים... ירחם השם.

די עכטע ענטפער הייסט אבער 'טשערי פיקינג', 'קאנפירמאציע בייעס' און 'סעלעקטיוו עווידענס'.. טאקע ווייל אונזער עולם איז אזוי איליטערעט (ווי אויסגעשמועסט אין די מופתים שנירל) און אונז האבן ליב ניסים מיט מיסטישע קוגלעך, גלייבן מיר און מיר ווערן עקסייטעד מיט יעדע סטארי, ווער רעדט נאך ווען מ'קען דערויף מאכן אפאר דאלאר וואס סיי וועלכע אפאזיציע איז דאך אטאמאטיש א כופר.. איז עס דען נישט קיין געוואלדיגע ביזנעס מאדעל?

רוב זענען נאכגעגאנגען די סטאטיסטיקס, ער נישט
וואס איז די סטאטיסטיק בכלל? אויב איינס פון א געוויסע נומער לעבט עס יא איבער איז ער פונקט אזוי טייל פון די 'סטאטיסטיק' - גארנישט אויסערארענטליך דערמיט..
 
לגבי מוסדות רמ"א קען איך מעיד זיין בדידי הוי עובדא:

כ'האב געוואלט אז מיין העלט אינשורענס זאל אפראוון א געוויסע פראצעדור וואס ווערט געווענליך באשטעטיגט אן קיין פראבלעמען אבער מחמת איזה סיבה בין איך declined געווארן, בין איך געגאנגען צו ר' אייזיק ווייס (דער שליח פון מוסדות רמ"א) און אים געגעבן $100 (עטליכע יאר צוריק) אז ער זאל מיך צוזאגן אז אינשורענס וועט עס דעקן ווען איך וועל אפעלירן דעם פארלאנג.

למעשה האט עס אינשורענס עד היום נישט באשטעטיגט, און כ'האב עס געדארפט צאלן פון מיין אייגענעם טאש. אלזא מורי ורבותי! מוסדות רמ"א ישועות איז א סקעם! והבטחתי לפרסמו
 
בנוגע חזקי טורנהיים:

מענטשן האבן ליב זיך צו פארסמאקעווען אין א מילתא דלא שכיחא, מענטשן קויפן די לאטערי כאטשיג זיי האבן ווייניגער אויסזיכטן צו געוואונען ווי חזקי טורנהיים'ס שאנסן צו וואקן...

ס'גיבט עפעס א גוטע פילינג פאר'ן מענטש אז 'ס'איז נאך פארהאן האפענונג' בבחינת ישועת ה' כהרף עין, דעריבער איז זעלבסטפארשטענדליך אז ווי מער זעלטן און אומדערהערט די פענאמענאן איז, א שטייגער ווי דאס אז חזקי טורנהיים לעבט, אלס מער וועל מענטשן וועלן רילעיטן צו דעם, דאס גיבט זיי א (פאלשע) קאוזי פילינג פון האפענונג אז מארגן וועט עפעס א ישועה אויספראצן פון וואו אימער
 
פאלט מיר יעצט איין נאך א פשט אינעם ׳לולי המשתגעים נשאר העולם חרב׳.

דער חכם קומט מיט זיינע סטאטיסטיקס און גיבט אויף נאך פאר׳ן פראבירן… דער נער כאפט זיך ארויף אויף יעדע מעשה׳לע, גיבט נישט אויף. פארט ווייטער, טוט און מאכט… און צומאל געלונגט עס טאקע.
 
פאלט מיר יעצט איין נאך א פשט אינעם ׳לולי המשתגעים נשאר העולם חרב׳.

דער חכם קומט מיט זיינע סטאטיסטיקס און גיבט אויף נאך פאר׳ן פראבירן… דער נער כאפט זיך ארויף אויף יעדע מעשה׳לע, גיבט נישט אויף. פארט ווייטער, טוט און מאכט… און צומאל געלונגט עס טאקע.
כִּ֛י בְּרֹ֥ב חׇכְמָ֖ה רׇב־כָּ֑עַס וְיוֹסִ֥יף דַּ֖עַת יוֹסִ֥יף מַכְאֽוֹב (קהלת א-יח)
 
דא האט איר א מעשה וואס עס פארציילט איינער וואס איז אנגעבליך געראטעוועט געווארן פון דער היינטיגער טעראר אטאקע.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=77966

און איך וואונדער מיך.
האסט טאקע געמיינט אז צווישן די הונדערטער איינוואוינער וועט נישט זיין איינער וואס וועט 'פונקט' געראטעוועט ווערן? איז וואס איז אז ס'איז פונקט דיר? וואס זעסטו דערפון? איך פארשטיי אז די שפירסט זייער לאקי, און דו זאלסט טאקע שפירן אזוי! קענסט אפילו דאנקען דעם באשעפער דערויף! איך פארשטיי אפילו דער פוינט פון דאס פארציילן פאר'ן ציבור! אבער וואס 'זעסטו' פון דער מעשה וואס דו האסט נישט געוואוסט פון בעפאר?

כ'וועל דיר זאגן נאכמער. דער שרייבער דארט זאגט דאס נישט, אבער איך בין זיכער אז ער האט לעצטנס געטוהן עפעס א סגולה. ווער האט דען נישט?
אלזא, האבן מיר 'קלארע' באווייז אז דער סגולה מאכט מופתים! בדוק ומנוסה!

נאך א מזל אז טויטע מענטשן קענען נישט רעדן און פארציילן וועלכע סגולות זיי האבן געטוהן און עס האט געפלאפט…
 
נישט אז איך האב טענות אויף אים, צי אויף ר' משה ארי', אדער אויפ'ן אויבערשטן גאר, היתכן ער העלפט נישט ממש יעדן. איך פארשטיי אז עס זענען פארהאן זאכן וואס זענען העכער אונזער השגה, און אזוי דארף זיין. וואס איך טענה אבער יא איז, אז איך זע נישט דער לאגיק פון ארומגיין פארציילן זיינע מעשיות פון מענטשן ווואס זענען געהאלפן געווארן, בעת עס זענען פארהאן טויזנטער אידן וואס דארפן פונקט אזוי א ישועה און זיי האבן עס נישט באקומען.
אן עכטער מעשה האט זיך אפגעשפיעלט ביינונז אין ביהמ"ד נישט פאר צו לאנג צוריק. (נעמען און פלאץ וכדו' פארדרייט משום גילוי)

דער רב אונזערער אן היילגיער אינגערמאן אן אויסגעקאכטער מענטש אן איש מורם מעם שטארק קליג און איבער געטראכט א בעל נסיון אלע מעלות וואס אן עכטער רב דארף צו האבן.

ווי אויך איז ער איינער פון די גבאים פון כולל חיבת ירושלים אין וואס ער גלייבט 100% באמונה שלימה אז ווען מען לייגט אריין א מטבע אין די כולל פושקע איז מען א געהאלפענער מכל דבר רע.

איינע פון די דינערס פון כולל האט מען אויסגעראפעלט א גורל פאר די וואס קומען באצייטנס בעפאר 9 אזייגער צו באקומען כש"ב פון די וויין פונעם הייליגען שיניעווער רב זי"ע וואס איז געווען א גבאי אין די כולל און זיך ממש מוסר נפש געווען פאר די כולל. בזכיתו הגדול להפקד בדבר ישועה ורחמים.

אזוי זיצן אפאר חבירים פון ביהמ"ד ביים דינר און מען פארברענגט מיט מעשיות, חסידישע ווערטלעך, און על דא ועל הא. נאך 9 אזייגער די וואס זענען נאך נישט דא, זענען נישט זוכה אריין צו גיין אינעם גורל. די גורל ענטרי האט זיך פארמאכט.

9:10 שפאצירט אריין א חבר אונזערער זייער צוקלאפט, ער האט ליידער נאך נישט זוכה געווען צו זש"ק זייענדיג אריבער 9 יאר פון זיין חתונה. און זייענדיג ביים דאקטאר נעכטן, קומט ארויס די רעזאלטאטן אז די טריטמענט איז אדורכגעפאלן. (וויאזוי זאגט מען אין טשיינע פאנג-אן-פון-אנפאנג). און זיין אשת חבר האט שוין נישט קיין כח צו די יסירי הנפש והוגף, און זאגט א גרויסער לא. ניין בשו"א איך הייב נישט אן דאס איז געווען דאס לעצטע פרואוו נישטא פון וואס צו רעדן.

פארשטייט זיך דאס איז א שווערער פיל פון באקומען די נייעס אז די טריטמענט וואס מען האט געלייגט האפענונג איז פארפאלן נישטא קיין גינסטיגע רעזאלטאטן. די צובראכנקייט איז עד אין לו שער. זאגט איהם א צווייטער חבר וואס איז דארט געזיצן ביים טישעל. איך האב נישט קיין טרייסט איך פארשטיי אפי' נישט דיין צער. אבער, איך ווייס, און איך האב געהערט פון בוני עולם אז דאס איז די גרעסטע צער פון די וועלט. איך ווייס נישט וויאזוי דיך מחזק צו זיין. אבער איך האב א גורל טיקעט איך בין דא געווען 9:00 אזייגער צו געוואונען בעז"ה די כוש"ב פונעם הייליגען שינניווער רב זי"ע איך גיב די גורל פאר דיר אולי יזכה בגורל און מיט די ברכה וועסטו בעז"ה געהאלפן ווערן מיט זש"ק ריידאוועי. געזאגט און געטוהן.

און והנה דער גורל ווערט געצויגען פארן בענטשען און יא דו האסט געגעסט נישט מער נישט ווייניגער דער אינגערמאן וואס האט באקומען פון זיין חבר זיין טיקעט טאקע אט די טיקעט איז געווארן ארויס געצויגן. די סימען איז דא אז דאס ווייב זיינער איז שוין פרעגנענט. און יא, דו פאפסטטעך נישט 9 חדשים צום טאג א מיידעלע געבוירן די שמחה איז גאר גאר גרויס.

דער אינגערמאן וואס האט אוועק געגעבן זיין טיקעט זעהט וואוא אזא מאורעדיגע זאך מיין איידעם האטעך נישט קיין קינדער שוין פאר זיבן יאר איך האב ממש גענומען מיין אייניקעל און אוועק געגעבן פאר מיין חבר וואס האב איך דא געטוהן פארוואס האבעכעם נישט גענומען פאר מיר, חיך קודמך.

דער אינגערמאן אזוי אריין שפאצירענדיג אין ביהמ"ד נעקסטע טאג מיט אט די מחשבות שטויסט זיך אן אינעם לעכט באקס אין די האלוועי ווי מען צינד די ליכט לע"נ די הייליגע צדיקים און פאר סיי וועים. פאלט איהם איין המצאה. מיט א ווילדקייט כאפט ער די גרעסטע לעכט און סטראשעט דעם שינעווער רב. איז די כוש"ב דיינע געווען די פיינעל סגילה דיינע קענסטו דאך מיט א לעכטל טוהן די זעלבע מופת, איז עס נישט דיינע דארפ איך קיין חרטה האבן פארן אוועק געבן דעם טיקעט ווייל עס וואלט מיר עניוועי נישט געהאלפן.

אין דער שיניווער רב זי"ע האט זיך דערשראקן אז ער וועט נאך זאגן אז די כסש"ב איז נישט זיין מופת אוטן ער האט פארן איידעם אויך אנידער געוואפן א מיידעלע נאך 9 חדשים נאר ער זאל זיין שטיל ער זאל נישט זאגן אז עס איז נישט זיין מופת.

ביי דעם קידוש פונעם צווייטן מיידל פארציילט די שווער די מעשה מיט א שמייכל פון אויער צו אויער וואס עס האט זיך אונטער די קוליסען דא אפגעטון די לעצטע 18 חדשים מיטן שיננעווער רב מיט די בעיביס ממש אמעיזינג.

איך זיץ מיך ביים קידוש און איך לייג צו די אויערן מיט אינטערעס צו די מעשיות וואס ווערן דא געווארפן אויפן חשבון פון מופתים פונעם הייליגן צדיק ווי שוועמעל נאך א רעיגן.

איינער ופט זיך אן מיט חוצפה דארט דער שיניווער רב האט עפעס א פעטיש צו די צוויי אינגעלייט נאר זיי האט ער געוואלט העלפן און אלע אנדער וואס פליען צו איהם א יעדעס יארצייט אדער איך ווייס וואס וויל ער נישט העלפן ? אדער איז דער אייבערשטער גענוג גרויס אליינס און גיט זיך אן עצה אן דעם שיניווער רב און עס איז געווען אז די צוויי משום איזה סיבה שהוא זאלן געהאלפן ווערן און שוין.

יעצט קומסטו די חכם, וועסטו דאך פרעגן און דער באשעפער האט יא א פעטיש צו די צוויי אינגעלייט. נאר די צוויי האט ער געקענט העלפן און אנדערע נישט ? די ענטפער איך ווייס נישט אבער טאמער האב איך א קשיא אויפן רבוש"ע דארף איך דאך נישט אריין לייגן שיניעווער רב זי"ע אינדערמיט. איך גיי גלייך צום מקור וואס איז דער בורא ומנהיג לכל הרואים והוא עושה ויעשה את כל המעשים ער דארף נישט קיין אסיסטענט שיניעווער רב איהם צו העלפן.

יא עס איז זייער גלייך זיך איינצוקויפן א מליץ יושר און ער איז א מליץ יושר פאר ווער עס טוהט איהם א טובה אין אפי' נישט איז ער אויך א מליץ יושר און האט ליב א יעדעם אייניג און ער טוהט פאר א יעדעס אידיש קינד אויב ער קען נישט פאר איינעם מער און איינעם ווייניגער.
 
לעצט רעדאגירט:
זייער שיין געשריבן , עס פעהלן פרטים אין די מעשה
מסתם בכוונה , עס זאל בעסער אויסקוקן , המאמין יחוש .
 
איך מיין יעדער מענטש דארף מען מאכן א מצב
ער איז איינס פון מיליאנען וואס האבן עס געמאכט צו ווערן אן עיבור! דאס איז דאך אסאך מער נסים ווי עני אנדערע סטאטיסטיק פון קרענק וואס ווייניג לעבן איבער
 
זייער שיין געשריבן , עס פעהלן פרטים אין די מעשה
מסתם בכוונה , עס זאל בעסער אויסקוקן , המאמין יחוש .
לדוגמא , אז די ווערטער , האבן איהם גיגעבן קוראזש , אז ער זאל קענען קאנווינסן די פרוי נאכאמאל דורך צוגיין די איי, ווי. עף. פראצעדור, און ברוך השם , דעיס מאהל האט עס בעזר השם גיארבעט לטובה .
 
לדוגמא , אז די ווערטער , האבן איהם גיגעבן קוראזש , אז ער זאל קענען קאנווינסן די פרוי נאכאמאל דורך צוגיין די איי, ווי. עף. פראצעדור, און ברוך השם , דעיס מאהל האט עס בעזר השם גיארבעט לטובה .
פרעגסט דאך גוט.

דער אינגערמאן איז אהיים געקומען מוצ''ש ס'זאגט פארן ס'ווייב אז מיר האבן באקומען כוש''ב פונעם שינאווער רב זי''ע דא האסטו עס לעק, וועסטו זעהן אז די נעקסטע מאל וועט נישט אדורך פאלן. פליז גיב עס נאך איין פרוביר. אויב ח''ו עס פאלט אדורך נאך די כוש''ב איז עס ס'לעצטע מאל. און זי איז געגאנגען דערפאר.
 
איך מיין יעדער מענטש דארף מען מאכן א מצב
ער איז איינס פון מיליאנען וואס האבן עס געמאכט צו ווערן אן עיבור! דאס איז דאך אסאך מער נסים ווי עני אנדערע סטאטיסטיק פון קרענק וואס ווייניג לעבן איבער
יא יא עס איז א מצב מען מאכט נישט אווע דעם מצב און עס איז ניסי ניסים דער אייבערשטער קען. מיר וויסן נישט דעם אייבערשטנס חשבונות. און דער שיניוואר רב אויב קען ער העלפן איינעם קען ער דאך העלפן א יעדעם וועמען העלפט ער יא און וועמען נישט אנטקעגן וועמען דיסקרימנירט ער. אלא מאי עס איז דער רבוש"ע דירעקט. נא קען איז זיך ווענדן דירעקט צו איהם ווי קומען אריין בעלי מופתים אינדערמיט ?
 
Back
Top