יא ער מעג גיין מיט א ביקיני ווי ער וויל, אבער מען מען מעיג עם אויכט זאגן אז דא אין אפיס זאלסטו קומען ווי א נערמאלער מענטש און אז נישט ביסטו געפייערט.
פארוואס איז זיין רעכט צי גיין מיט א ביקיני חשוב׳ער ווי מיין רעכט צי פייערן א מענטש מיט א ביקיני?
זיי זענען אפציעל אויפגעקלערט, לעב און לאז לעבן, פיין איך לאז דיר לעבן גיי אנגעטון וויאזוי די ווילסט, אבער די לאזט מיך נישט לעבן, איך וויל נישט האבן א ארבעטער וואס גייט אזוי אנגעטון , די לאזט מיך נישט לעבן, ביסט נישט אויפגעקלערט, די צווינגסט ארויף דיינע שיטות אויף מיר.
אויב איך קום אן אין האליוואוד מיט מיין שטריימל בעקיטשע אז איך וויל עקטן, האבן זיי די רעכט מיר צי זאגן אז מען עקט נישט מיט קיין שטריימל בעקיטשע, איי טייל מיר נישט איין וויאזוי זיך אנציטוען? די קענסט דיך אנטוען וויאזוי די ווילסט, אבער אז די ווילסט ארבעטען ביי מיר זאלסטו פאלגן.
די האלטסו אז האליוואד זאל מיך לאזן עקטן מיט מיין שטריימל בעקיטשע?
אה! סאו די אויפגעקלערטקייט גייט נאר איין וועג, ווען די לגבטק חברה וויל ארויפצווינגען זייערע שיטות אויף אונז.
און וועגן דעם האב איך זיי פיינט.
במחילת כבוד הראש הקהל החביב עלינו מאד, אזעלכע שטותים צו שרייבן?!
די יסוד ושורש הדבר פון דעם איז 'פרייהייט'.
און אונז אידן דארפן זיין די ערשטע דאס צו דעפענדן בכל התוקף, בכל התוקף!
דו ווילסט דען אז וואלמארט זאל נישט אריינלאזן אין זייערע געשעפטן אידן מיט הוטן, אדער פרויען מיט שייטלעך/טיכלעך? דו ווילסט אז ס'זאל זיין א אנגענומענע זאך ביי קאמפאניס אפצוזאגן ארבעטערס ווייל זיי זענען אידן? דו ווילסט ערליינס זאלן נישט ארויפלאזן פאסאזשירן וואס גייען מיט קאפלעך?
אוואדע נישט! און אויב ס'וועט געשען וועסטו מאכן קולות וברקים איבער די אנטיסעמיטיזם וואס ווערט נאר פארשטערקערט.
נו? דען וואס איז די חילוק צווישן טרענס און אידן?
פארוואס פארשטייסטו נישט אז אויב קען מען סטראשען די פרייהייט און רעכטן פון טרענס, קען מען אויך איין טאג סטראשען די רעכטן פון אידן וואס גלייבן נישט אין יעזוס קריסט?
ובכלל, ווי קומט די צושטעל צו האליוואד? האליוואד עקט מען, דארט גייט יעדער אנגעטון לפי זיין עקט. אבער יא, אויב האליוואד לאזט נישט אריין קיין אידן ארבעטן דארט, ווייל שבת גייען זיי אין שטריימל בעקיטשע איז עס א ריזן עולה.
פארוואס פארשטייסטו אז גיין נאקעט טאר מען נישט? פארוואס קענסטו מיך צווינגן זיך אנצוטוהן? אדער אויב איך וויל גיין אריינקומען צו די ארבעט ווי א דאגי אויף אלע 4 פיס פארוואס וועסטו מיך פייערן? ביי אינזער קאמיומיטי איז טרענס אין די זעלבע גדר.
Respect the community you work for otherwise look for a job elsewhere
און ביי אנדערע קאמיוניטיס זענען די אידן וואס האבן געקרייצט דעם אותו האיש, פסול אריינצוקומען. ואשר על כן קענען זיי אפזאגן אידן נאר אלס זייער אפשטאם.
שומו שמים! אונזערע היימישע אידעלעך, רחמנים בני רחמנים, וואס האבן די מערסטע געליטן פון רדיפות און רציחות מיט די תירוצים, זאגן יעצט איבער די זעלבע תירוצים ווען ס'קומט צו אנדערע, טרענס, געיס, מוסלמענער, אימיגראנטן, וכו' וכו' וכו'.
אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה!