וועלעכער גוטער מאמענט פון אלץ קינד ליגט דיר נאך אין די ביינער

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
181
רעאקציע ראטע
1,415
פונקטן
213
איך פרעג דאס זיך אליינס, ווייל איך כאפ זיך, אלץ קינד האב איך ווי אלע געהאט דא און דארט גאר גוטע מאמענטן, און וויפיל פון זיי טוה איך ״סעיוון״ אין מיין זכרונות שאץ קאמער אלץ א בינטל גוטע מאמענטן?

מיין שאלה איז אביסל פילאזאפיש. מיר אלע פראבירן צו גרייכן גוטע מאמענטן, נישט בלויז פארן מאמענט גופא, נאר אויף זיי צו קענען אוועקלייגן אינעם precious ״קאלעקשן״ פון גוטע מעמאריעס זיך צו פארסמאקעווען מיט זיי שפעטער צוריקטראכטענדיג, איז מיין שאלה, האמנם? ארבעט עס טאקע אזוי?

איך בין אלץ קינד געווען איבערגלעקליך ווען איך האב באקומען אין חדר גלייך ווי אלע קינדער א כוונת השם סידור לרגל א באזוך פון ר׳ משה אריה פריינד
איך האב מיך מיט דעם געטשאטקעט פאר חדשים, דאס געמישט, דאס געשמעקט, געמאסטן אותיות, דאס גענומען מיט מיר אימעטום, אפילו אין בעט, כ׳דענק שוין אליינס נישט וואס איך האב אלץ צאמגע׳דמיון׳ט מיט דעם סידור.

דאס איז א דוגמא וואס ביז א מינוט צוריק האב איך נישט געטראכט דערפון זייט די צעהן ווען כ׳האב ערגעץ ווען געשפאנט ווייטער אין לעבן פון דעם סידור. כ׳האב געזיכט א דוגמא איז דאס מיר אויפגעקומען. כ׳האב היינט קיין שום הנאה נישט פון זיך דערמאנען פון מיינע גוטע צייטן מיטן סידור. אפשר ווייל איך בין היינט distracted? אפשר ווייל ס׳פאסט מיר נישט? אפשר ווייל איך מיין די וועלט שלאגט פאר גרעסערע גליקן? אפשר ווייל איך האלט ס׳איז א בעיבישע גליק? אדער אפשר ווייל איך האב פיינט מיין פּעסט - פארגאנגנהייט? מיין חינוך?

ווי גליקליך בין איך געווען ווען איך האב באקומען אין פאסט אנווייזונגען פון קעמפ, פעדער מיט פאפיר קען נישט אפמאלן די goosebumps וואס איך האב געהאט ווען כ׳האב דאס ערהאלטן, אויך דערויף האב איך פאנטיזירט, געשמעקט די אינק פון די פאפיר, דאס גענומען אין בעט.

ווער קען דאס בכלל באשרייבן דעם תענוג וואס כ׳האב געשפירט ווען מיין מאמע איז אהיים געקומען מיט די נייע פלעי על נהרות בבל; די תענוג ווען מיין באבע איז געקומען צו פארן מעבר לים; די תענוג פון פורים פארטאגס זיך ארויס לאזן אויפן שנאר יאגד און שארן דאלארן

די תענוג ווען מיין כתה ח׳ רבי האט מיר געזאגט בשם דעם פארהערער אז ״דו קענסט דאך יא״. מיינע אברים זענען געווארן חדידין חדידין, כ׳האב געפיבערט אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט, פון די אויסנאמליכע תענוג.

ואי אפשר לפרטם כי רבים הם these little moments, נאר די צד השוה, איך שלאג היינט כפרות מיט זיי, איך סעיף דאס נישט, בצדק צו שלא בצדק. איז מיין שאלה, וואס טויגן די אלע מעמאריעס?
 
לעצט רעדאגירט:
הערליך און געפיהליש 🙏
דאס גענומען אין בעט.
דאס גענומען מיט מיר אימעטום, אפילו אין בעט
דיין בעט איז געווען דיין סעיף זאון. דארט האט דיר קיינער נישט געקענט וויי טון.
קענסט געהעריג באשרייבן וואס די בעט האט געמיינט פאר דיר אלץ קינד.
-

בנוגע זכרונות. איך געדענק נאך ווען...


מיין טאטע האט מיר געשלאגן ווען כ'בין געווען אונטער צוויי אהאהלב יאר ווייל מיין ברודער האט אים געזאגט אז כ'האב "געלייגט די הענט". (כ'האב נישט געוויסט וואס ס'מיינט, כ'האב געגאנגען צו מאמי און געוויינט אז טאטי האט מיר געשלאגן, זי האט אים געפרעגט פשט און ער האט איר גענטפערט, זי איז נישט געווען צופרידן דערפון אבער זי האט מיר מסביר געווען מיט א צובראכענעם קול אז מ'טאר נישט לייגן די הענט ביי די הויזן. 😱)

כ'האב זי גראדע בעפאר דעם געהאט געבעהטן פאר א באטי מיט 'פסאובי' אבער נאך דעם פאטש און געוויין איז זי מיר מודיע אז מיין באטי איז גרייט. כ'האב עס גענומען, אבער נאר געטרינקן אביסל. כ'געדענק דעם געפיהל פון 'מוחל טובות' כ'דארף נישט קיין באטי יעצט.


ביי בעיבי סיטינג איז געווען צוויי מאמעס, איינער א גוטער אבער א פארנימענער, די צווייטער מאמע וואס האט נאר געקוקט און געשפילט מיט איר אייגן קינד.

די ערשטע האט מיר אמאל געגעבן קענדיס וואס זענען געווען אינעם האלטער פון א דשאמפראופ. (די האלטער איז געווען געמאכט פון דורכזיכטיגע פלאסטיק, ס'געווען אזא נאש טוי.)

דער בחור אין שטוב (נאר געווען דארט אפאר מאל) פלעגט רייכענען אינדערויסן אויפן פארטש, ער האט מיר אמאל געלאזט אויספראבירן דעם צוגארעטל ווען כ'האב אים געבעהטן, אבער כ'האב נישט געוויסט וואס מ'טוט מיט עס סאו כ'האב עס געלייגט ביי מיין מויל אבער נישט אריינגעצויגן.
-

אין כתה ג' דעי קעמפ האב איך געמאכט אסאך טראבל אבער די רבי האט מיר קיינמאל נישט אראפגעקוקט דערפאר נאר געגעבן גוטע אטענשאן. ווי למשל ער האט געזאגט אז כ'זאל מסביר זיין די משנה פארן כיתה און דערנאך האט ער געזאגט אז כ'קען זייער גוט מסביר זיין און כ'וועל קענען זיין א גוטע מלמד.

כ'האב אמאל געזאגט אז איך בין א שלעכטע יונגל, ער האט גענטפערט מיט א פייער "חס ושלום! דו ביסט א גוטע יונגל וואס מאכט אמאל אן עוולה" (כ'האב נישט געוויסט וואס עוולה מיינט, אבער פון זיין פאזעטיווען טאון און פנים אויסדריק האב איך פארשטאנען אז ס'מיינט אזא האלבע טעות און האלבע פארנאכלעסיגונג...)

אגב. זייט דעמאלס האב איך נישט געהאט דעם אינטערעסע צו מאכן טראבל ביי אים.
-


מיין מעסעדש. איך רעד צו קינדער אפי' ווען זיי זענען איין טאג אלט - ווייל איך ווייס און זעה אז די ענערגיע פארשטייען זיי גאר גוט.

היינט הער איך א פרוסטרירטע מאמע זאגן פאר איר יונגער בחורל "לא מתבייש?! אימאלע!"
כ'האב איר געוואלט פרעגן "דו ווילסט ער זאל זיך שעמן פון זיך??!!!" ענדערש זאל ער נישט האבן די מענערס וואס דו פארלאגסט!

פיהל וואס דו געסט איבער פאר דיין קינד!
 
די איינציגסטע צייט וואס ליגט מיר אין די ביינער אז עס איז מיר גוט געווען אלץ קינד, איד די צוויי חדשים אין קעמפ וואס איך האב נישט געדארפט מורא האבן צי כאפן געבראטענע מכות אינדערהיים.
 
בעסטע מינוט'ן פון מיינע קינדער יארן? 🤔
כ'געדענק נישט אזוינס.

(זיך פראבירן צו דערמאנען; איז א לענגערע פראצעדור, וואס דאס אליינס; ווייזט אז צו גוט קען עס שוין נישט זיין.)

[אפשר די מינוט וואס מיין רבי האט איינגעזען אז איך בין גערעכט, און נישט ער. דאס וואלט געווען א געשמאקע זאך, כ'געדענק אבער נישט אז מיינע רבי'ס זאלן זיך ברעכן פאר מיר.]
 
רוב זאכן פון אלס קינד געדענק איך נישט..

אבער איין זאך מוז איך געבן פאר מיין טאטע, אז ער האט גענומען מיין זייט ווען מיין מנהל אין ישיבה קטנה האט מיר געווארפן.. אפילו כ'האב געוויסט ביי מיר (דאלמאטס) אז ס'זיך מיר געקומען.. ס'איז גאר א געשמאקע געפיל געווען..
 
פון רוב רעספאנסעס דא קוקט אויס ווי א שנירל גערופן "וועלכער שלעכטער פילינג געדענקסטו פון אלס קינד?" וואלט געווען מער אקטיוו... 😏
 
שלעכטע געפילן און פאסירונגען געדענק איך אסאך.

גוטע געפילן, הגם איך האב זיכער געהאט -איך מיין איך האב געהאט גאנץ א נארמאלע אויפברענגן (רעלעטיוולי), קען איך נישט עכט מיר דערמאנען אויפן מינוט עפעס וואס זאל מיר באמת האבן געמאכט פילן זייער גוט... און דאס שאקירט מיר אליינס, פארוואס טאקע??
 
פון רוב רעספאנסעס דא קוקט אויס ווי א שנירל גערופן "וועלכער שלעכטער פילינג געדענקסטו פון אלס קינד?" וואלט געווען מער אקטיוו... 😏
די אינטערסאנטע זאך ביי מיר איז אז איך געדענק נישט די שלעכטע פילינג פון ווערן ארויס געווארפן פון ישיבה, ווייל ס'איז נישט ציגעקומען צום קנעכל פון די גוטע פילינג אז מיין טאטע נעמט זיך אן פאר מיר..

די מוסר השכל איז.. אז דיין קינד קען דורך גיין אסאך שוועריקייטן אין זיינע קינדערישע יארן, אבער אויב ער האט א טאטע מאמע וואס זענען אויף זיין זייט.. וועט פון אלע שלעכטע מעמאריס ווערן גוטע.. א בחינה ווי זדונות נעשה כזכיות..
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב מיר יעצט דערמאנט...

איך בין געווען זייער גוט געלוינט ביי ענגליש ווען מען האט פארהערט און געלערנט שרייבן/ליינען/גראמאטיק. ליינענדיג ביכער אין אידיש און אין ענגליש פון א פריער עלטער, האט מיר עס געגעבן אן שטארקע עדווענטעזש.

ווי אויך מענין לענין האב איך זייער גוט געפילט ביי לימודי קודש ווען איך האב פארשטאנען ברוך השם אלעס זייער שנעל. (איך בין נישט געווען עפעס אן עילוי, אבער אויב האב איך צוגעלייגט קאפ, וואס איך האב רוב מאל, האב איך פארשטאנען און געדענקט.)

אפי' יעצט שרייבענדיג פיל איך נאכאמאל די גוטע פילינג... איך האב שוין נישט געטראכט פון דעם מן הסתם זייט דעמאלסט.

ש'כח פארן פותח האשכול פארן זיין מיין טעראפיסט היינט.😏
 
איך וועל שרייבן א זאך וואס איז געוועהן א שלעכטע און גוטע דורכגאנג בינאזאם וואס גייט מיר נישט ארויס פון מיין זכרון קיינמאל!!!
אין כיתה ו' איז עס געוועהן ווען מ'האט אריינגענומען א נייע מלמד גראד ארויס פון כולל, 0000 עקספירענס האט ער געהאט נאר ער איז געוועהן א איידים פון איינע פון די ראשי הקהילה ממילא האט מען איהם אויפגענומען! די צער און עביוז וואס איך בין דעמאלטס אריבער איז אין לשער איך בין אסאך געפאלן יענע יאר [איך געדענק ווי איינמאל האט די גאנצע כיתה געבליבן שפילן אינדרויסן 5 מינוט לענגער נאך די צייט, נאך וואס יעדער האט זיך אראפ געזעצט איז ער געגאנגען אין א רייע און דערלאנגט א פאטש פאר יעדעם איינעם איינער נאכן צווייטן איך האב נאך קיינמאל געהערט אזא זאך!]
איך פלעג עס אלץ זאגן פאר מיין טאטע, ער האט אבער נישט ממש געטוהן וועגן דעם,, אבער די טאג ווען איך בין ארויף צו כיתה ז' האט מיין טאטע גערופן די נייע מלמד און געזאגט ווי א גוט קליג קינד איך בין און אז איך האב געהאט א שווער יאר אויב ער קען אפשר זיך מער אפגעבן מיט מיך? ער האט איהם אויך געטיפט
נאכן פרעגן יעדעם וויאזוי ער הייסט האט די מלמד אויסגעשטעלט די פלעצער און מיך געזעצט די ערשטע און בעסטע פלאץ, ער האט מיך געפרעגט ווער ס'זאל זיצן נעבן מיך, און ער האט מיך געגעבן זייער אסאך אטענשען און מיך געמאכט פילן זייער גוט ער פלעגט מיך פרעגן פאר מיין עצות למשל ווי סאך מ'זאל לערנען אדער ווען ער זאל געבן א ברעיק, אזוי איז אריבער געלאפן א גאנץ יאר, א גוטע זאך גייט שנעל!! איך פארגעס קיינמאל די פעין פון די ערשטע יאר אבער גלייך דערנאך דערמאן איך מיך פון די נאכפאלגענדע זיסע יאר און ס'פארגלעט די נישט גוטע זכרונות
איך געדענק גוט ווען פאר מיין בר מצוה בין איך געגאנגען מיט מיין טאטע צו א סופר פאר תפילין אין נאכן פרעגן פאר די פרייזן און אלע דרגות, האט ער קודם געוואלט נעמען 1 אבער נאכדעם פרעגט ער מיך צו איך דארף א זייער גוטע און מהודר'דיגע? איך האב גע'עפנט א ברייטע פאר אויגן 'אוודאי שאר' האט מיין טאטע געזאגט פאר די סופר נא מיין צדיקל דארף די טייערסטע און בעסטע וואס דו האסט נאר! ס'האט געקאסט א הון תועפות מער פון זיין סטענדערט, דעיס איז מיר אריין אין מיין בייייינער ס'באגלייט מיך ביי יעדע מצוה און ביי קאסטבארע מצות צו טוהן מיט הארץ און געפיהל
איך קען שרייבן פיהל פיהל מער, ס'איז א געוואלדיגע גוטע שנירל א דאנק 🙏 פאר @אין הכי טאקע!!!
 
שלעכטע געפילן און פאסירונגען געדענק איך אסאך.

גוטע געפילן, הגם איך האב זיכער געהאט -איך מיין איך האב געהאט גאנץ א נארמאלע אויפברענגן (רעלעטיוולי), קען איך נישט עכט מיר דערמאנען אויפן מינוט עפעס וואס זאל מיר באמת האבן געמאכט פילן זייער גוט... און דאס שאקירט מיר אליינס, פארוואס טאקע??
אוי ווי גערעכט איך דענק נישט קיין גוטע. די שלעכטע שווימען ארויפ כסדר ווי אויל אויפן וואסער :cry::cry::cry::cry::cry::cry:
 
איך געדענק נישט אזויפיל גוטע, אבער די פילינג ווען איך בין עלטער געווארן און געהערט אז די אינגל איז מאלעסטעד געווארן, און יענער, האב איך געטראכט ווי בין איך? :)
 
איך געדענק נישט אזויפיל גוטע, אבער די פילינג ווען איך בין עלטער געווארן און געהערט אז די אינגל איז מאלעסטעד געווארן, און יענער, האב איך געטראכט ווי בין איך? :)
האסט געהערט לייביש, דער נקבה האט משנה געווען מיט א האלב שטאט. אךךךךךךך אייביג בין איך פון די אנדערע האלב.
 
Back
Top