וועלכע AI נוצטו דאס מערסטע

וועלכע AI נוצטו דאס מערסטע?

  • טשעט gpt (פון open ai)

    Votes: 29 70.7%
  • גראק (פון עקס)

    Votes: 3 7.3%
  • זשעמיני (פון גאגל)

    Votes: 4 9.8%
  • מעטע (פון פעיסבאק)

    Votes: 2 4.9%
  • דיעפ סיעק (פון היי פלייער)

    Votes: 0 0.0%
  • אנדערע (שרייב עס און דער קאמענטס)

    Votes: 3 7.3%

  • Total voters
    41

מדריגה

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מערץ 25, 2025
מעסעדזשעס
156
רעאקציע ראטע
549
איך קען נישט דורך גיין קיין טאג אן דער באניץ פון AI עס איז דער פלאץ ווי איך ווענד מיר ווען איך וויל עפעס וויסן אדער ארויסהאבן, איך בין נייגעריג וואס רוב עולם נוצט און וועלכע מען האט דער בעסטע עקספיריענס מיט
 
Ai איז לאו דוקא די באניץ פון ווילן וויסן עפעס סאיז א טעות פון מענטשן צו וויסן עפעס איז גוגל סך בעסער...

איך ניץ poe
 
איך קען נישט דורך גיין קיין טאג אן דער באניץ פון AI עס איז דער פלאץ ווי איך ווענד מיר ווען איך וויל עפעס וויסן אדער ארויסהאבן, איך בין נייגעריג וואס רוב עולם נוצט און וועלכע מען האט דער בעסטע עקספיריענס מיט
האסט פארגעסן קאפיילאט
 
איך נוץ גראק ער איז זייער ״אין דיין פנים״ ער דרייט נישט די ביצים אזויווי טשעטגיפיטי
 
Claude, ער איז מלך.
אויף נארישקייטן און voice chat נוץ איך chat gpt
Gemini איז א שאד די צייט
Grok נאר פאר deepsearch
Deepseek איז גוט פאר כפרות
 
וואס איז טאקע אזוי גוט מיט Claude?
ער פארשטייט א עסק, די שפראך איז געוואלדיג, ער קען באמת coding, ער איז די איינציגסטער וואס האט כוחות פון א מענטש, נישט א ראבאט.
נוץ עס און ווער איבערצייגט.
Chat gpt איז צו עם ווי די פסוק זאגט
אָח֥וֹת לָ֙נוּ֙ קְטַנָּ֔ה וְשָׁדַ֖יִם אֵ֣ין לָ֑הּ
 
סא די זאגט אז פאר קאודינג איז עס גוט.

אבער פאר אלעס אנדערש?

אגב, איז פערפלעקסעטי נישט בעסער פאר קאודינג?
 
סא די זאגט אז פאר קאודינג איז עס גוט.

אבער פאר אלעס אנדערש?

אגב, איז פערפלעקסעטי נישט בעסער פאר קאודינג?
אין קאודינג איז ער די איינציגסטע וואס פאר פארשטייט באמת קאוד, כמעט אלע פראגראמערס נוצן נאר דאס.
און ווען ס׳קומט נאר צו וועלכע אנדערע זאך האב איך די מערסטע הנאה געהאט פון עם.
צו ס׳איז שרייבן נוסח, אמת׳ע פאקטן, חשבונות, פסיכאלאגיע, צו סיי וואס פאר א זאך די דארפסט.
ווי ס׳קוקט מיך אויס גייט עס האנט אין האנט, אויב ער פארשטייט גוט קאוד מיינט עס אז ער פארשטייט לאגיק און שפראך, וואס איז די וויכטיגסטע זאך.
 
איך האב שוין פראבירט אפאר, און טשעט-גפט האט זיך טאקע זיינע פראבלעמען. פארט קום איך מיך דאס בעסטע אויס מיט אים, איך שפיר ווי ער פארשטייט וואס איך וויל די בעסטע..
 
איך מיין אז פאר פראדוקעיוויטי איז טשעט gpt די בעסטע אזויווי ווינדאס.
 
למשל אפלאודען צעהן פיילס, און פארלאנגן אז ער זאל דיר אויספילן א פראגע-בויגן (קרעדיט: די מוסדות), אדער ער זאל דיך מאכן א פלאן פאר ספעציפשע פראבלעם באזירט אויף די פיילס, און ער זאל דיר אויפזיכן אויפן אינטערנעט ראיות מיט די מקורות אז דאס איז טאקע די ריכטיגע זאך וכן הלאה, בקיצור ווען עס קומט צי אסאך ארבייט מיט אסאך סטעפס אויף אמאל ווערט ער נישט פארלוירן.
 
איי עגרי
טשעט GPT האט עס
איך נוץ עס פאר אלעס
פון הלכה ביז קריעטן א מעיקאפ קורס, פון אים בעטן צו מסביר זיין פאר א סטופעד קלייענט וואס די חילוק פון UDP און TCP ביזן העלפן פלאנירן א וואקאציע.
 
למשל אפלאודען צעהן פיילס, און פארלאנגן אז ער זאל דיר אויספילן א פראגע-בויגן (קרעדיט: די מוסדות), אדער ער זאל דיך מאכן א פלאן פאר ספעציפשע פראבלעם באזירט אויף די פיילס, און ער זאל דיר אויפזיכן אויפן אינטערנעט ראיות מיט די מקורות אז דאס איז טאקע די ריכטיגע זאך וכן הלאה, בקיצור ווען עס קומט צי אסאך ארבייט מיט אסאך סטעפס אויף אמאל ווערט ער נישט פארלוירן.
פאר די זאכן איז claude אסאך בעסער, קענסט נוצן projects, און די context איז אסאך אסאך גרעסער ווי chat gpt און ער האלט אסאך מער קאפ אויף אלעס, chat gpt מיט אפאר פיילס און ער הייבט שוין אן קאלעכען.
 
Back
Top