אנקעטע וועלכע מצוות וואלט איר אליינס געוועלט?

וועלכע מצוות וואלט איר אליינס געוועלט? (קענט אנקלייבן מערערע

  • שבת

    Votes: 19 52.8%
  • דאוונען

    Votes: 15 41.7%
  • לערנען תורה

    Votes: 20 55.6%
  • נדה

    Votes: 6 16.7%
  • תפילין / ציצית

    Votes: 11 30.6%
  • צניעות

    Votes: 4 11.1%
  • קיינע — איך האלט זיי נאר פון אנדערע סיבות

    Votes: 10 27.8%
  • איך האלט גאר נישט

    Votes: 2 5.6%

  • Total voters
    36
  • This poll will close: .

מסתת הרים

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 14, 2024
מעסעדזשעס
1,259
רעאקציע ראטע
4,889
פונקטן
443
אנמערקונג: די שאלה איז נישט צי איר פילט א געוויסע הנאה — נאר צי איר וואלט עס אויסגעקליבן אויב עס וואלט קיינמאל גאר נישט קיין מצוה/איסור/חיוב געווען.

שטעלט זיך פאר: מארגן ווערט באוואוסט אז עס איז גאר נישט קיין חיוב וואלט איר עס נאכגעמאכט? אויב דער ענטפער איז "נישט זיכער" אדער "ווארשיינלעך נישט", דעמאלס קלייבט עס נישט אן.

מיר פרעגן נישט צי איר האט א הנאה אין דעם — די שאלה איז צו וואלסטו עס אויסגעוועלט
 
דערווייל האלט נדה און תפילין ביי 0%
 
אלע גערכטנע מצוות דא קען איך נאך פארשטיין פארוואס א מענטש זאל עס קלויבן צו טוהן - אלעס קען האבן א פראקטישע לאגישע הסבר חוץ פון תפילין מיט ציצית
איך וויל אז איינער פון די וואס האבן ווייטער געלייגט תפילין צו אנגעטוהן ציצית מסביר זיין פארוואס
 
לכאורה דארף מען אהנהייבען מיט די ז מצוות בני נח,
וואס דער דעת איז עס מחייב ,
שבת אלץ א רוה טאג איז כהיום איז היינט וועלטליך צושפרייט אבער נישט די די דיני מלאכות
, נדה פארוואס זאל מען עס האלטען ווען נישט די הלכה זאגט?
תפילין ציצית איז זיכער נאר ווייל עס איז דא ציווי ה׳
פון זיך אליינס מהיכי תיתי ג׳יין מיט ציצית ,
דער פאול איז צריך ביאור .
 
?👇🏿
אלע גערכטנע מצוות דא קען איך נאך פארשטיין פארוואס א מענטש זאל עס קלויבן צו טוהן - אלעס קען האבן א פראקטישע לאגישע הסבר חוץ פון תפילין מיט ציצית
איך וויל אז איינער פון די וואס האבן ווייטער געלייגט תפילין צו אנגעטוהן ציצית מסביר זיין פארוואס
 
פארוואס זאל איינעם איינפאלן לייגן תפילין אדער היטן שבת אויב ס'איז נישטא אזא מצווה?
 
שבת אלץ א רוה טאג איז כהיום איז היינט וועלטליך צושפרייט אבער נישט די די דיני מלאכות
עקזעקטלי, ניטאמאל קענסטו עס פארגלייכן!

איך וואלט זיכער געוואלט האבן א רוה טאג ווי שבת, מאכט די שיינע סעודות און האבן פאמיליע צייט אינאיינעם, אבער דאס נישט מעגן אנצינדן אדער אויסלעשן א לעקטער, דרייוון, סחיטה מיט בורר וכדו', העלל נאו
 
פארוואס זאל איינעם איינפאלן לייגן תפילין אדער היטן שבת אויב ס'איז נישטא אזא מצווה?
איך רעד נישט פונעם איינפאל, נאר למשל אויב מארגן קומט משיח און זאגט אז פון היינט דארף מען שוין נישט דאווענען, וואלסטו טיף אין הארץ געשפירט הנאה פון דעם, אדער ווייטאג ווי דו פארלירסט א הנאה (צו ווייל דו פילסט א קאנעקשן אדער אלס קאלטור וכו')?

אבער אמת'דיג. זאג נישט כ'וואלט נישט הנאה געהאט ווייל רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה.. און ביסט צובראכן אז יעצט האסטו נישט דעם הייליגן זכות. נאר זאג ארויס דיינע אמת'ע באהאלטענע פילינג דו וואלסט געהאט?
 
עס איז דא א מליצה דוכט זיך פון דער רוזינער רבי אז גאט האט אזא הנאה פון א ייד וואס טוט א מצוה אין דעם לאנגען גלות,אז עס האלט אפ משיח, ווייל דענסטמאהל כביכול וועט גאט מער נישט האבען דעם נחת רוח .
 
עס איז דא א מליצה דוכט זיך פון דער רוזינער רבי אז גאט האט אזא הנאה פון א ייד וואס טוט א מצוה אין דעם לאנגען גלות,אז עס האלט אפ משיח, ווייל דענסטמאהל כביכול וועט גאט מער נישט האבען דעם נחת רוח .
סאו ביסט למעשה נישט קיין בעלזער? אקעי.
 
עס איז דא א מליצה דוכט זיך פון דער רוזינער רבי אז גאט האט אזא הנאה פון א ייד וואס טוט א מצוה אין דעם לאנגען גלות,אז עס האלט אפ משיח, ווייל דענסטמאהל כביכול וועט גאט מער נישט האבען דעם נחת רוח .
אה, איך האב געוויסט איך האב א חלק מיט ברענגן משיח...
 
אין בעלז פארציילט מען אזא מעשה אויף מרן מהר"י
(איך זעה אז דער ראווער רב האט מיר געגעבן א לול...)
יישר כח,אתי תלין משוגתי,וועלן מיר וויסען אז דאס באלאנגט צו בעלז .
 
Back
Top