אנקעטע וועלכע מצוות וואלט איר אליינס געוועלט?

וועלכע מצוות וואלט איר אליינס געוועלט? (קענט אנקלייבן מערערע

  • שבת

    Votes: 37 52.1%
  • דאוונען

    Votes: 25 35.2%
  • לערנען תורה

    Votes: 34 47.9%
  • נדה

    Votes: 14 19.7%
  • תפילין / ציצית

    Votes: 20 28.2%
  • צניעות

    Votes: 12 16.9%
  • קיינע — איך האלט זיי נאר פון אנדערע סיבות

    Votes: 20 28.2%
  • איך האלט גאר נישט

    Votes: 4 5.6%

  • Total voters
    71
  • This poll will close: .
כ'האב עס נאכגעקוקט, נישט ווייל כ'האב דיך חושד געווען אז יעצט פאר א טשעינדזש ברענגסטו יא אן אמת'דיגע ראי'.
די תשובה איז אין סימן נ"ב אין חלק יו"ד, און אזוי ווי געווענליך האסטו סתם געשאסן לומד'ישע ווערטער ווי "וכבר הורה זקן" און נאך צוגעברענגט א תשובה ווי כאילו ס'שטייט קלאר אין תשובה אזוי ווי דו זאגסט, וואס וועלכע בר בי רב דחד יומא קען זעהן קליפ און קלאר אז ר' משה זאגט דארט פונקט פארקערט ווי דו, אדרבה זאל עס איינער אריינפעיסטן דא און יעדער זאל זעהן מיט וועם מ'האט דא צו טוהן, אויב איינער ווייסט נאכנישט.
עניוועי, איך בין פארטיג מיט דעם ריבי, ביי מיר גייט ער ווערן איגנארירט, ער קאטשקעס אן יעדע שנירל מיט זיינע שטותים.
בייגעלייגט איז די תשובה במושכל ראשון אן מעיין זיין צו טיף זעהט אויס ווי @ריבי שרייבט עברי טייטש
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 917_88_708_1080.webp
    917_88_708_1080.webp
    135.8 KB · געזען: 8
ער האט געזאגט אז ער האט געזעהן אויף גוגל אז 10 פראצענט אטעאיסטן דאווענען

סאו האט ער געטענה'ט אז ער האט רעכט צו זאגן א גלאטע סטעיטמענט אז אטעאיסטן דאווענען והא ראיה אז ביי גנבים ווי ס'איז נאר א קליינע פראצענט וואס דאווענען ביים גנבענען קען די גמרא זאגן אז גנבים גנבענען
גראדע איך ביים גמרא לערן איך אז יעדער גנב דאוונעט אפשר א מיעוט נישט
איך בין נישט דא צו פראטעקטן ריבי, ער קען אליינס.

איך זע נאר אז נישט יעדע מאל וואס מ'רייסט אים אונטער איז די טענות גערעכט, אסאך מאל האט מען נישט יורד געווען לסוף דעתו

און דאס איז נוגע ביי יעדע ניק וואס מ'רייסט אונטער.
את האמת אגיד איך זעה עס אויך נישט,
און עס איז שוין געווען כמה פעמים וואס איך האב מסכים געווען מיט אים אינגאנצן, און איך האב צוגעשריבן און מחזק געווען דבריו (עכ"פ אזוי ליגט מיר אין זכרון). אבער איך שלאג זיך מיט אים שוין נאך פאר ווען איז געווארן פאפולער, ווען איך האלט ווען אז ער שרייבט אינגאנצן שטותים און קיינמאל צום זאך וואלט איך זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון זיינע תגובות, אבער וויבאלד צומאל שרייבט ער גוט, קוק איך אים אן פונקט ווי יעדער און איך בין זיך מתייחס צו וואס ער שרייבט.
 
מה מאוד נמתקו דברי החכם השלם הדרשן המפורסים מורינו ורבינו ר׳ אהרן המכונה דאקטאר יעללינק דובר מישרים בעיר הבירה וויען, שאמר בדרשה, על אחד חכם שניסה בכה וניסה בכה, בין כיתות שונות בדרכי התנהגות בני אדם בעת שהלך לנסות דרכו בין הני חסידים המאמינים אמונה עיוורת, וזלה״ק: אז עזב את כל חקירותיו ויפן אל האמונה העוֶרת ויואל לרוץ אל בתי המקדש עם שופכי שיח תמיד, לספות דבר שפתים על דבר שפתים, תפלה על תפלה, נדר על נדר, נזירות על נזירות, ואזניו תקשבנה דברי המודדים גן עדן וגיהנם למחלקותם, ותמלא נפשו חדוה וגילת רעדה שכרון ותמהון מהעולם החדש הזה אשר ברא לו כח דמיונו וייפנהו בהוד והדר סביבו – אבל לא רבו הימים ורוחו החוקרת לכל תכלית האמת הגביהה עוף ותעירהו מחלומות חזיונותיו אשר הוליכוהו שולל במקסם כזב ובקרני אור מתעה אשר כצל בנטותו יהלך. עכ״ל.
וממילא אין שום אפשרות שבעולם שיום יבוא ואצטרף לאמונה עיוורת ופתאית שלכם.
כדי להסיר המסוה אז דו פאררופסט זיך אויף אהרן יעלינעק -ער איז שוין נישט אזוי באוואוסט היינט- וועלן מיר מעתיק זיין אין קורצן זיין ביאגראפיע: ער איז געווען א תלמיד פון רבי מנחם כ"ץ, תלמיד פון חת"ם סופר וואס האט געפירט א ישיבה אין צעהלים ביז תרנ"ה.

יעלינעק איז געבוירן תקפ"א 1821 און ער געווען פאררעכנט פאר די גרעסטע פון די ארטאדאקסישע פרעדיגער, ער האט געהאט א דאקטאראט פון לייפציג אוניווערסיטעט. אין תרט"ז 1856 איז ער נתמנה געווארן פאר הויפט פרעדיגער אין ליפאלדשטעטער סינאגאוג אין ע"מ ווינא. מחבר פון מערערע ספרים, בעיקר אין לימוד קבלה - פון וואס ער איז געוועהן א שטארקער אנהענגער און פארעהרער, ער האט מסביר געוועהן אז די מקובלים זענען געוועהן אבירי החכמה הנסתרה גדולים וחקרי לב שמלאו את כריסם בכל חכמה ודעה ויהגו בספרי העמים.
(הנ"ל - פון נחמיה מאזעסאהן אין אוצר ישראל.)

עכ"פ עס זעהט אויס אז מען רעדט פון א שומר תורה ומצוות.
 
ווי האב איך געשריבן אז אז איך רוף מיך ע"ש ד"ר אהרן יעלליניק?
און אוודאי איז ער געווען א שומתו"מ, דאס איז נישט קיין חידוש פאר מיר.
 
גראדע איך ביים גמרא לערן איך אז יעדער גנב דאוונעט אפשר א מיעוט נישט
לפי השערתי וואלט איך געזאגט אז דער אטעאיסט איז על פי רוב אויך מתפלל צו גאט ווען ער איז אין אן עת צרה, עס איז נאטירליך אזוי, ער שעמט זיך נאר צו זאגן ווייל ער איז דאך א דל גאה און ער האלט אז ער איז אינדעפענדענט, אבער אינערליך איז נפשו אותה ויעש, און ער זאגט אויך ברכי נפשי את ה'.
 
לפי השערתי וואלט איך געזאגט אז דער אטעאיסט איז על פי רוב אויך מתפלל צו גאט, ווען ער איז אין אן עת צרה,עס איז נאטירליך אזוי,ער שעמט זיך נאר צוזאגען ווייל ער איז דאך א דל גאה און ער האלט אז ער איז אינדעפענדעט, אבער אינערליך איז נפשו אותה ויעש
און ער זאגט אויך ברכי נפשי את ה׳.
אם אמת היא נקבל, אבער מיט השערות גייט מען נישט אין געשעפט
 
ווי האב איך געשריבן אז אז איך רוף מיך ע"ש ד"ר אהרן יעלליניק?
און אוודאי איז ער געווען א שומתו"מ, דאס איז נישט קיין חידוש פאר מיר.
האסט דאך מעתיק זיינע ווערטער אין דיין תגובה,ווי ער לאכט אפ פון אמונה העוורת, מסתם באציעט ער זיך אויף פאנאטיש גלויבען פון געוויסע,אבער ער איז געוועהן א מאמין אין די עיקרים .
 
האסט דאך מעתיק זיינע ווערטער אין דיין תגובה,ווי ער לאכט אפ פון אמונה העוורת, מסתם באציעט ער זיך אויף פאנאטיש גלויבען פון געוויסע,אבער ער איז געוועהן א מאמין אין די עיקרים .
איך האב טאקע מעתיק געווען זיינע ווערטער אבער איך פארוף זיך נישט ע"ש
ער לאכט אפ פון די אמונה עיוורת אבער ער איז טאקע געווען א מאמין ע"פ דרכו


און אז איך ברענג אראפ זיינע ווערטער מיינט נאכנישט אז איך בין זיינס א תלמיד בכל דבריו
 
בייגעלייגט איז די תשובה במושכל ראשון אן מעיין זיין צו טיף זעהט אויס ווי @ריבי שרייבט עברי טייטש
זיי מוחל און פעיסט ביטע אריין תשובה נ"ב דארט רעדט ער וועגן מגע גוי אז דארט ווי מ'האט עס געקאכט נאכ'ן אפטיילן איז עס טאקע יא אסור, אויב אבער ווייסן מיר אז דער גוי האט עס נישט אנגערירט אזוי ווי אין אלע פעקטאריס היינצוטאגס דאן איז עס איז עס נישט אינטערן חשש פון סתם יינם
 
זיי מוחל און פעיסט ביטע אריין תשובה נ"ב דארט רעדט ער וועגן מגע גוי אז דארט ווי מ'האט עס געקאכט נאכ'ן אפטיילן איז עס טאקע יא אסור, אויב אבער ווייסן מיר אז דער גוי האט עס נישט אנגערירט אזוי ווי אין אלע פעקטאריס היינצוטאגס דאן איז עס איז עס נישט אינטערן חשש פון סתם יינם
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 919_68_964_0.webp
    919_68_964_0.webp
    192.4 KB · געזען: 1
לעצט רעדאגירט:
Back
Top