ווען קינדער קענען ניצן זייערע טאלאנטן

שפרה לאווען

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
פעב. 6, 2025
מעסעדזשעס
141
רעאקציע ראטע
1,221
פונקטן
213
איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווען כ׳בין געקומען קיין וויליאמסבורג אויף סוכות (בשעת כ׳האב נאך געוואוינט איו Outremont און מיין טאכטער איז נאך געגאנגען אין סקווערע סקול) און דער איד ביי וועמען מיר זענען איינגעשטאנען האט מיר פרובירט צו ווייזן ווי אויפגעקלערט ער איז מיט׳ן ווייזן דעיס:

View: https://youtu.be/P8Tv1PrjPyk

נישטא א קינד וואס האט נישט קיין טאלאנטן. ווען מען געבט זיי די געלעגנהייט צו אנטוויקלען זייערע כוחות קען מען אפט מאל שטוינען ווי וואונדערליך זיי בליען

View: https://www.instagram.com/reel/DMOFqIFyg-g/?igsh=MTYwZnVmc25tMW96Yg==
 
ווי אזוי קענען מיר טאקע לאזן אונזערע קינדער בליען מיט זייער כוחות?
 
איך מיין אז דער שליסל איז זיי נישט צו שטערן פון דאס דעוועלאפן אליינס.
מיין זון האט איין טאג מחליט געווען אז ער איז אן ארטיסט. נישט איך, נישט מיין ווייב זענען דאס מינדעסטע ארטיסטיש. עס לויפט אויך נישט אין די משפחה. הגם קריעיטיוו שרייבן לויפט יא, אבער דאס איז אינגאנצן א צווייטער חלק פונעם מח.
הכלל, מיין ווייב און מיר האבן מחליט געווען אז מיר וועלן שטיין פון דערזייט און צוקוקן וויאזוי עס דעוועלאופד זיך. איך האב אים געגעבן א געוויסער סכום פאר ארט יעדע חודש און ער האט דאס געשפענדעט ככל העולה על רוחו.
די ערשטע צוויי דריי יאר איז עס געוועזן ממש א געשפענס. איך האב מיך איינגעהאלטן מיט אייזענע קייטן נישט צו געבן א סמירק.
די וואך האט ער מיך געוויזן א מאלעריי וואס ער'ט געמאכט. עס איז באמת ביוטיפול! ער פראדוצירט באמת מייסטערווערק! איך בין טאקע נישט קיין מבין. אבער פאר דעם לעימאן זעהט עס קלאר אויס ממש הערליך!
 
דאס איז א געוואלדיגע ביישפיל פון די וויכטיגסטע חלק פון העלפן אונזערע קינדער זיך דעוועלאפן: דהיינו נישט שטערן.

מ׳קען מיט קליינע וועגן אזויפיל מחזק זיין און מיט איין קרום מיט די נאז אדער א ווארט פון ביטול, חלילה חרוב מאכן די מאראל פון א קינד.

א קינד איז ווי א יונג ביימעלע וואס מ׳קען גרינג בייגן און נאכדעם וואקסט עס קרום אויב פארעכט מען נישט וואס מ׳האט פארדארבן. פרקי אבות זאגט שוין ילד לְמה הוא דומה? לדיו כתובה על נייר חדש - פונקט ווי אויף א נייע פאפיר איז יעדע זאך וואס דו שרייבסט זייער בולט, אזוי איז דאס הארץ (און מח) פון א קינד, אלעס וואס דו זאגסט זיי זאפט זיך איין טיף און מאכט א גרויסע רושם. ס׳וויכטיג צו געדענקען ווי סך מיר קענען אויפטון מיט גוטע ווערטער און זיך איינהאלטן מיט געדולד ווי @דאקטאר-ראבינער - ווען אויפ׳ן ערשטן טאג זענען זיי נאכנישט קיין גרויסער מר בר רב אשי
 
@דאקטאר-ראבינער כ'טריפ אויף דיין הודעה זייט כ'האב עס געליינט!
איך מיין אז דער שליסל איז זיי נישט צו שטערן פון דאס דעוועלאפן אליינס.
מיין זון האט איין טאג מחליט געווען אז ער איז אן ארטיסט. נישט איך, נישט מיין ווייב זענען דאס מינדעסטע ארטיסטיש. עס לויפט אויך נישט אין די משפחה. הגם קריעיטיוו שרייבן לויפט יא, אבער דאס איז אינגאנצן א צווייטער חלק פונעם מח.
הכלל, מיין ווייב און מיר האבן מחליט געווען אז מיר וועלן שטיין פון דערזייט און צוקוקן וויאזוי עס דעוועלאופד זיך. איך האב אים געגעבן א געוויסער סכום פאר ארט יעדע חודש און ער האט דאס געשפענדעט ככל העולה על רוחו.
די ערשטע צוויי דריי יאר איז עס געוועזן ממש א געשפענס. איך האב מיך איינגעהאלטן מיט אייזענע קייטן נישט צו געבן א סמירק.
די וואך האט ער מיך געוויזן א מאלעריי וואס ער'ט געמאכט. עס איז באמת ביוטיפול! ער פראדוצירט באמת מייסטערווערק! איך בין טאקע נישט קיין מבין. אבער פאר דעם לעימאן זעהט עס קלאר אויס ממש הערליך!

כ'באווינדער די טראסט!

כ'באווינדער די איינגעהאלטנקייט ווען די דשאדשמענט קומט אריין (ער מאהלט דאך חרוסת. אבער ניין, ער איז אן ארטיסט)

כ'הייב אהן צו כאפן ווי סאך מאל אונז ווערן אינספערירט צו טוהן עפעס, אבער דאן טוהן אונז (-אונזערע עלטערן אין זיך) דשאדשן און אפלאכן 'דו ביסט אן ארטיסט?!...'

יהי רצון אונז זאלן אויסלערנען אונזער 'עץ הדעת טוב ורע' אז ער איז נישט דעם זיך, דער זיך איז די 'עץ החיים', לעבן, וואקסן, עקספיריענסן, עקספערעמענטן, זיך לערנען מיט נייגער.

אונז זאלן זיך אליין טראסטן, זיך געבן דעם סכום געלט צו אויספראבירן אונזערע האבּי'ס.
 
Back
Top