ווען אידיש איז ביים קצב אין יאטקע.

החוקר

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
נאוו. 1, 2024
מעסעדזשעס
519
רעאקציע ראטע
2,498
פונקטן
423
רבונא דעלמא כולא, ווייניג זאכן הייבן מיין בלוט דרוק אזוי שטארק ווי ווען איך ליין א צעקאליעטשעט'ן אידיש. ספעציעל אויף א פלאטפארמע אויף 'אידיש' אדער ארטיקלען געשריבן אין א מאגאזין/צייטונג וכדו' און דער שרייבער איז אזא בר הכי ווי מיין צווייי יעריגּ'ס. ר' איד, איך ערווארט א העכערע ניווא.

הייב אפילו נישט אן צו רעדן מיט מיר וועגן דעם שיגעון!

ס'איז דא א ספעציעלע פלאץ אין גיהנום פאר מענטשן וואס הרג'ענען אידיש אויף אזא אופן. דו האסט א הערליכע שפראך, יארן אלט – א רייכע, זאפטיגע שפראך וואס קען ארויסברענגען אלעס אויף דער וועלט! – און דאן קומט איין בהמה און ער באשליסט אימפלימענצירן סתם געשאסענע ענגלישע(?) ווערטער מיט אידישע אותיות, כאילו ס'איז עפעס א נייע 'היפ' סטייל.

ניין! פיוזיציע איז נישט קיין 'פיוזשען'. ס'איז אבי געהאקט! ס'איז סתם צוזאמגעשמאלצן - פיוזיצירט ווי מאנכע וועלן עס רופן - אותיות!

דו האסט דאך אזויפיל גוטע, אידישע ווערטער אין דיין ווערטער אוצר, דיין וויוקאביוליזאציע, זיי בעטן זיך ממש 'נוץ מיך!' – און אנשטאט דעם, שרייבט דער 'חכם' "סטעפסעס" אנשטאט טרעפ, אדער "באדן-טאפ" אנשטאט וואנע. רבונו של עולם, איך רעד נישט אפילו פון שווערערע ווערטער ווי "בוכשטעבליך" אדער "דינאמיש", נאר "טרעין" ווען דאס ווארט באן עקזיסטירט און איז זייער פיין אויף די שינעס, אופס "טרעקס".

דאונט געט מי ווראנג, איך פארשטיי אז עס איז נישט אלעמאל שווארץ אויף ווייס. איך פארלאנג נישט לויטער ריינע אידיש אז דער דייטש זאל זיין פּראוד. קאר/באס איז פונקט אזוי גוט ווי אויטא/אויטאבאס. און מען קען דעבאטירן צו "קאמבינאציע" איז שוין היינט פאררעכנט אלס אידיש אדער עס איז גארנישט בעסער, און מען מוז נוצן צוזאמשטעל. איז "אספעקט" א אידישע ווארט, אדער פשוט א ווערטער סאלאט צו פארטוישן הינזיכט אדער קוק-ווינקל.

אמת, עס איז שווער אנצודייטן וואו די אינפלעקציע פוינט, די דעצידירנדע פלאץ איז. קען זיין "קאפי" אנשטאט "קאווע" איז אקצעפטיבל? "פעיסבוק" איז זיכער בעסער פון פייסבוך אדער פנימבוך. אבער ערגעצוואו גייט עס אריבער פון ראציאנאלע באנוץ פון ווערטער וואס זענען שוין אינעם אידישן לעקסיקאן, צו סתם געבראטענע קאטשקעריי.

וואס איז נעקסט? "זיידענע גלאווס"?

און ווייסט וואס די ערגסטע איז? די סופיקסן. מען געט א שמייס ארויף אזא "ציזם/ציע" ביים סוף פון אן עגלישן ווארט, און זיי מיינען אז דאס איז אויטענטיש. דאס העלפט דיידזשעטיסירן די ווארט! "קוק אויף מיר, איך שרייב מיט אידישע אותיות, מוז עס זיין אידיש!"

ניין, מאטל! דאס איז נישט אידיש! דאס איז א פאנעטישער מיסט-קאסטן וואס ברענט! דאס איז ענגליש אין א פארשטעלעכץ – א ביליגע קאסטיום. עס קוקט אויס ווי דו האסט זיך געלערנט אידיש פון 'מיעמס' (memes) אויף פייסבוך. ניין, ס'איז א חורבן. ס'איז א ביזיון פאר די שפראך, א ביזיון פאר די קולטור, א ביזיון פאר'ן טעם און ווערטער פלוס. אויב דיין אידיש קלינגט ווי א 'גוגל טרענסלעיט' וואס חלומ'ט אין א היץ, טרעט צוריק א טריט, כאפ אן אטעם, און לערן דיר אויס וויאזוי צו זאגן איך שפיר אנשטאט "איך פיל", דרום איידער דו שרייבסט "סאוט".

איך פארלאנג נישט דו זאלסט שרייבן איך האב "געליבט" דיין ארטיקל אנשטאט "לייקן". און דרום-דעקאוטע אנשטאט סאוט-דעקאוטע. און "ספייס" אנשטאט געווירץ ווענד זיך שוין אויב עס איז אין אן ארטיקל, אדער off-the-cuff פירקל. אבער בראדקעסטירט אנשטאט פארשפרייט?! וואסערע שפראך רעדסטו בכלל?! דאס איז נישט אידיש. דאס איז "לינגוויסטישע טעקסידערמי". – פון דערווייטנס קוקט עס אויס לעבעדיג, אבער א בליק פון דערנאנט אנטפלעקט אז עס איז אנגעשטאפט, שטייף, און אן א לעבהאפט.

איך וויל פשוט מאכן א פוינט אז אויב דו קאנסט נישט רעספעקטן די לענגוויטש, דען דזשאסט סטאפ שרייבן ענגליש אויף א אידיש keyboard מיט אידיש .letters שרייב rather in English, at least in it won't kill the whole flow. מען ליינט עס און מען קען mammash feel'n ווי די grammar האט committed suicide אינעווייניג. די syntax גייט נישט even, you know מען ווייסט נישט the direction וויאזוי צו ליינען די text און וואס האט פאסירט, די roots קרעכצן, אלעס איז צוהארגעט, און דער רבי אליין שטייט probably אין גן עדן און facepalmt.

איך וויל נישט קיינעם אימבערעסן, שרייב איך נישט קיין ספעציפישע ביישפילן, אבער די עקזעמפּלאציעס זענען נומערעס.

סאו, פליז, איך בעט דיר סטאפ מיקסן אידישע ווערטער מיט צעקנאקטע אינגליש אזש ס’ווערט א יוזרעילי סעלעד. לערן זיך וויאזוי צו שרייבן ריכטיג, און לאז אונז האבן אונזער שפראך אין פרידן.

איך האף איך קום אריין קלאר. פיעס ענד לאוו...
 
חוץ פון די אומנויטיגע באנוץ פון אמעראצישע איייגן געמאכטע ווערטער, איז דאס אידיש שפראך כהיום אין אלגעמיין אין גאר א שוואכע און ארעמע מצב. פילע ווערטער האט מען ארויסגעשניטען פון וואקאבולאר (וואס איז די אידיש ווארט דערפאר?...). אנדערש ווי ענגליש אדער עברית וואס רעדן און שרייבן אין הויכע וואקאבולאר איז נארמאל און פראפעסיאנאל (ספעציעל אין פארמאלע מצבים, ווי רעדעס וכדו'), און נוצען אן אומגעווענליכע ווארט איז נישט קיין פראבלעם. איז דאס אבער נישט די זעלבע מיט אידיש. איך ווייס נישט פארוואס דאס איז.יתכן אז עס איז א רעזולטאט פון א סאסייאיטי וואס לייגט נישט גרויסע געוויכט אויף קולטור ארט און געלערנטקייט.
 
וואו, דאס איז נעקסט לעוועל.
זייער אינספירירינד.
די מעסעזדש דארף ווערן דעליווערד.
 
רבונא דעלמא כולא, ווייניג זאכן הייבן מיין בלוט דרוק אזוי שטארק ווי ווען איך ליין א צעקאליעטשעט'ן אידיש. ספעציעל אויף א פלאטפארמע אויף 'אידיש' אדער ארטיקלען געשריבן אין א מאגאזין/צייטונג וכדו' און דער שרייבער איז אזא בר הכי ווי מיין צווייי יעריגּ'ס. ר' איד, איך ערווארט א העכערע ניווא.

הייב אפילו נישט אן צו רעדן מיט מיר וועגן דעם שיגעון!

ס'איז דא א ספעציעלע פלאץ אין גיהנום פאר מענטשן וואס הרג'ענען אידיש אויף אזא אופן. דו האסט א הערליכע שפראך, יארן אלט – א רייכע, זאפטיגע שפראך וואס קען ארויסברענגען אלעס אויף דער וועלט! – און דאן קומט איין בהמה און ער באשליסט אימפלימענצירן סתם געשאסענע ענגלישע(?) ווערטער מיט אידישע אותיות, כאילו ס'איז עפעס א נייע 'היפ' סטייל.

ניין! פיוזיציע איז נישט קיין 'פיוזשען'. ס'איז אבי געהאקט! ס'איז סתם צוזאמגעשמאלצן - פיוזיצירט ווי מאנכע וועלן עס רופן - אותיות!

דו האסט דאך אזויפיל גוטע, אידישע ווערטער אין דיין ווערטער אוצר, דיין וויוקאביוליזאציע, זיי בעטן זיך ממש 'נוץ מיך!' – און אנשטאט דעם, שרייבט דער 'חכם' "סטעפסעס" אנשטאט טרעפ, אדער "באדן-טאפ" אנשטאט וואנע. רבונו של עולם, איך רעד נישט אפילו פון שווערערע ווערטער ווי "בוכשטעבליך" אדער "דינאמיש", נאר "טרעין" ווען דאס ווארט באן עקזיסטירט און איז זייער פיין אויף די שינעס, אופס "טרעקס".

דאונט געט מי ווראנג, איך פארשטיי אז עס איז נישט אלעמאל שווארץ אויף ווייס. איך פארלאנג נישט לויטער ריינע אידיש אז דער דייטש זאל זיין פּראוד. קאר/באס איז פונקט אזוי גוט ווי אויטא/אויטאבאס. און מען קען דעבאטירן צו "קאמבינאציע" איז שוין היינט פאררעכנט אלס אידיש אדער עס איז גארנישט בעסער, און מען מוז נוצן צוזאמשטעל. איז "אספעקט" א אידישע ווארט, אדער פשוט א ווערטער סאלאט צו פארטוישן הינזיכט אדער קוק-ווינקל.

אמת, עס איז שווער אנצודייטן וואו די אינפלעקציע פוינט, די דעצידירנדע פלאץ איז. קען זיין "קאפי" אנשטאט "קאווע" איז אקצעפטיבל? "פעיסבוק" איז זיכער בעסער פון פייסבוך אדער פנימבוך. אבער ערגעצוואו גייט עס אריבער פון ראציאנאלע באנוץ פון ווערטער וואס זענען שוין אינעם אידישן לעקסיקאן, צו סתם געבראטענע קאטשקעריי.

וואס איז נעקסט? "זיידענע גלאווס"?

און ווייסט וואס די ערגסטע איז? די סופיקסן. מען געט א שמייס ארויף אזא "ציזם/ציע" ביים סוף פון אן עגלישן ווארט, און זיי מיינען אז דאס איז אויטענטיש. דאס העלפט דיידזשעטיסירן די ווארט! "קוק אויף מיר, איך שרייב מיט אידישע אותיות, מוז עס זיין אידיש!"

ניין, מאטל! דאס איז נישט אידיש! דאס איז א פאנעטישער מיסט-קאסטן וואס ברענט! דאס איז ענגליש אין א פארשטעלעכץ – א ביליגע קאסטיום. עס קוקט אויס ווי דו האסט זיך געלערנט אידיש פון 'מיעמס' (memes) אויף פייסבוך. ניין, ס'איז א חורבן. ס'איז א ביזיון פאר די שפראך, א ביזיון פאר די קולטור, א ביזיון פאר'ן טעם און ווערטער פלוס. אויב דיין אידיש קלינגט ווי א 'גוגל טרענסלעיט' וואס חלומ'ט אין א היץ, טרעט צוריק א טריט, כאפ אן אטעם, און לערן דיר אויס וויאזוי צו זאגן איך שפיר אנשטאט "איך פיל", דרום איידער דו שרייבסט "סאוט".

איך פארלאנג נישט דו זאלסט שרייבן איך האב "געליבט" דיין ארטיקל אנשטאט "לייקן". און דרום-דעקאוטע אנשטאט סאוט-דעקאוטע. און "ספייס" אנשטאט געווירץ ווענד זיך שוין אויב עס איז אין אן ארטיקל, אדער off-the-cuff פירקל. אבער בראדקעסטירט אנשטאט פארשפרייט?! וואסערע שפראך רעדסטו בכלל?! דאס איז נישט אידיש. דאס איז "לינגוויסטישע טעקסידערמי". – פון דערווייטנס קוקט עס אויס לעבעדיג, אבער א בליק פון דערנאנט אנטפלעקט אז עס איז אנגעשטאפט, שטייף, און אן א לעבהאפט.

איך וויל פשוט מאכן א פוינט אז אויב דו קאנסט נישט רעספעקטן די לענגוויטש, דען דזשאסט סטאפ שרייבן ענגליש אויף א אידיש keyboard מיט אידיש .letters שרייב rather in English, at least in it won't kill the whole flow. מען ליינט עס און מען קען mammash feel'n ווי די grammar האט committed suicide אינעווייניג. די syntax גייט נישט even, you know מען ווייסט נישט the direction וויאזוי צו ליינען די text און וואס האט פאסירט, די roots קרעכצן, אלעס איז צוהארגעט, און דער רבי אליין שטייט probably אין גן עדן און facepalmt.

איך וויל נישט קיינעם אימבערעסן, שרייב איך נישט קיין ספעציפישע ביישפילן, אבער די עקזעמפּלאציעס זענען נומערעס.

סאו, פליז, איך בעט דיר סטאפ מיקסן אידישע ווערטער מיט צעקנאקטע אינגליש אזש ס’ווערט א יוזרעילי סעלעד. לערן זיך וויאזוי צו שרייבן ריכטיג, און לאז אונז האבן אונזער שפראך אין פרידן.

איך האף איך קום אריין קלאר. פיעס ענ
💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯💯
 
די גרעסטע ווייטוגליכער וויץ איז ווען חברה זאגן אידיש איז נישט קיין רייכער שפראך. די חברה קענען א באגרעניצטער חדר אידיש, און קומען איינטיילן צו אידיש איז רייך צו ארים. דריי זיך מיט אמת׳ע אידיש רעדנדע חביבי, לאו דוקא אידישיסטן, זיי וועלן דיך צומאלן מיט זייער אידיש. ליין שלום אש, באשעוויס זינגער, הער דזשיגאן, ס׳נישט קיין נגעים ואהלות, און זאג מיר צו אידיש איז ארים.
 
לעצט רעדאגירט:
יידיש איז נישט ארעם , ער איז רייך מיט אלטע ווערטער , וואס זענען מער נישט אין באנוץ , אבער עס איז א שפראך וואס לעבט דורך לעבעדיגע מענטשן, וואס רעדן איהר,און נייע ווערטער קומען אריין אין די סדר פון די יום יום קאמיוניקעישן, וואס
קומען אריין אין די לשון .
 
מער נישט אין באניץ ביי די וואס אידיש איז ביי זיי א בעבלעריי און נישט א שפראך. אימעטום וואו אידיש ווערט גערעדט מיט כבוד מאנגלען נישט אין קיין רעלעוואנטע ווערטער. אמת א שפראך אנטוויקלט זיך, אבער טאמער היט מען נישט אויפן גחלת ווערט עס איינס צוויי פארוואנדלט אין א קריאל
 
איך וויל פארשטיין. אידיש איז דאך א דזשארגאן. ממינט דאס נישט דןרך אפטייטש אז יעדער קען טון וואס ער וויל? נישטא כללים?
 
שפאניש איז אויך געווען א דזשארגאן, און וועלעכער שפראך נישט? איינמאל ס׳קריגט א גענוג זעלבסשטענדיגער פארעם איז אויס דזשארגאן, ס׳ווערט פון מנהג הלכה. אידיש איז שוין פון לאנג אריבער דעם פראצעדור פון סטאנדארטיזירונג, זי איז א שפראך הראוי לעלות על שולחן מלכים לכל דבר, און דאס צו צוברעכן איז א בזיון די שפראך און דעם גאנצן קולטור וואס זי טראגט מיט זיך.
 
Wow אין אידיש איז פשיהא, אדער פסססס, אדער אוּאוואַ
 
זײער א שטארקע און קונסטליכע ארטיקל. איך מיש דוקא יא אסאך ענגלישע װערטער אבער איך פאַראידיש זײ נישט געװענטליך. נאר איך האלט יא פון שרײבן די ענגלישע װערטער אין אידישע אותיות װײל ס'דא אירע [און איך געדענק פון מיר אלײנס נאך פאַר איך האב געקענט לײענען ענגליש] װאס קענען נישט לײענען ענגליש בכלל, אפי' אײנס אדער צװײ װערטער.

די הױפט סיבות פארװאס איך שרײב אזױפיהל ענגליש איז אײנס װײל איך האב נישט אזױפיהל געלײענט אלטע ײדישע ביכער. צװײ, װײל אפשטעלן זיך און טראכטן-פון אדער זוכן א הױכע, אלטע ײדישע װערטער קאסט מיר צײט און געדולד און בחינם גײ איך מיך נישט מיעהן דאס צוטוהן. און דרײ, װײל מײַן מײן שפראך איבער'ן טאג מיט װאס איך קאָנװערס איז ענגליש, דערפאר קומט מיר שױן מער נאטורליך הײנט צושרײבן אין ענגליש.

דאס איז חוץ װאס איך האב ליב צו טראכטן אז פון מײן שרײבן, לערנען זיך אנדערע לײענער אױס אביסל מער ענגלישע װערטער.
 
איך הער דיין טענה אויף צייטונגען און מאגאזינען וואס זענען אפציעלע שרייבערייען און דארפן האבן א מינימאלן סטאנדארד. אבער דא קומט מען צי סאשעלייזען (געזעלשאפטירן?) מילא רעדט מען כלשון בני אדם.
 
Back
Top