איזי פאזען
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- מאי 23, 2024
- מעסעדזשעס
- 57
- רעאקציע ראטע
- 729
- פונקטן
- 113
אין פאריגן ארטיקל האבן מיר געלערנט וועגן גראמאטישע מין. אבער כדי צו וויסן וויאזוי דאס צו ניצן דארף מען זיך אויך באקענען מיט 'בייגפאל'. בייגפאל איז דער אופן וויאזוי דאס טאַט־ווארט (ווערב) באציט זיך צו די זאַכווערטער אינעם זאץ.
פשוטע זאצן האבן געווענליך איין טאטווארט און איין זאכווארט. צב"ש,
· דער רבי איז געגאנגען
· די פרויען עסן
· דאס בוך וועט פאלן
אין יעדן פון די זאצן האבן מיר א טאטווארט (געגאנגען, עסן, פאלן) וואס באציט זיך צו א זאכווארט (רבי, פרויען, בוך). אין אזעלכע זאצן באשרייבט דאס טאטווארט א פעולה וואס ווערט געמאכט דורך דאס זאכווארט. ווער איז געגאנגען? ווער עסט? וואס וועט פאלן? דער רבי, די פרויען, דאס בוך. אין אזעלכע זאצן ווערט דאס זאכווארט אנגערופן דער סוביעקט, און עס איז אין דעם בייגפאל וואס ווערט אנגערופן נאָמינאַטיוו.
פאר נאמינאטיוו זענען די כללים פון מין גאר פשוט:
· איינצאל (יחיד):
o זכר: דער. ביישפילן, דער רבי איז געגאנגען; דער הימל שמייכלט
o נקיבה: די. ביישפילן, די מאמע קאכט; די פעדער שרייבט
o נייטראל: דאס. ביישפילן, דאס קינד וויינט, דאס הארץ קלאפט
· מערצאל (רבים):
o די. ביישפילן, די קינדער וויינען, די מאמעס קאכן, די מענער דאווענען
אין מער קאמפליצירטע זאצן ווערט דאס טאטווארט געטון דורך איין זאכווארט אויף אדער צו א צווייטן זאכווארט. צב"ש, די באבע קאכט די זופ; דער רבי שלאגט דאס קינד. דא האבן מיר נאכאלץ דעם סוביעקט (די באבע, דער רבי) אבער עס איז פאראן א צווייט זאכווארט (די זופ, דאס קינד) וואס דאס טאטווארט (קאכן, שלאגן) ווערט געטון אויף אדער צו אים. וואס קאכט די באבע? וועמען שלאגט דער רבי? די זופ! דאס קינד! אט דאס צווייטע זאכווארט אינעם זאץ ווערט אנגערופן דער דירעקטער אביעקט, און עס איז אינעם בייגפאל וואס ווערט אנגערופן אַקוזאַטיוו.
די כללים פונעם אקוזאטיוו זענען ווי פאלגנד:
· איינצאל:
o זכר: דעם. ביישפילן, דער רבי בענטשט דעם מאן; גאט באשאפט דעם הימל
o נקיבה: די. ביישפילן, דער טאטע קושט די טאכטער; דאס אייניקל קאכט די זופ
o נייטראל: דאס. ביישפילן, דער רבי שלאגט דאס קינד; די שכנטע בויט דאס הויז
· מערצאל:
o די. ביישפילן, דער טאטע בענטשט די קינדער; די שכנים בויען די הייזער
צומאל ווערט דאס טאטווארט נישט געטון דירעקט אויף אדער צו א זאכווארט, נאר אומדירעקט, צוליב, אדער צו אפעקטירן דאס זאכווארט אומדירעקט. צב"ש, די באבע קאכט די זופ פאר דעם קינד; דער ברודער שיקט א בריוו צו דער שוועסטער; דער בעטלער גייט צו דעם שטעטל. דא טוט נישט דאס זאכווארט (באבע, ברודער, בעטלער) א דירעקטע פעולה אויף אדער צו דעם טאטווארט (קינד, שוועסטער, שטעטל), נאר לטובת, אדער מיטן ציל פונעם טאטווארט. אין אזעלכע פעלער קען מען געווענליך אריינלייגן א פרעפאזיציע: פאר וועמען קאכט די באבע די זופ? צו וועמען שיקט דער ברודער א בריוו? צו וואו גייט דער בעטלער? פאר דעם קינד! צו דער שוועסטער! צו דעם שטעטל! אט דאס טאטווארט ווערט אנגערופן דער אומדירעקטער אביעקט, און ער איז אינעם בייגפאל וואס הייסט דאַטיוו.
די כללים פון דאטיוו זענען ווי פאלגנד:
· איינצאל:
o זכר: דעם. ביישפילן, זי גייט צו דעם ברודער; ער שרייט צו דעם הימל
o נקיבה: דער. ביישפילן, ער שרייבט צו דער שוועסטער; געשריבן דורך דער פעדער
o נייטראל: דעם. ביישפילן, די באבע קאכט פאר דעם קינד; א פענצטער פאר דעם הויז
· מערצאל:
o די. ביישפילן, גענומען פון די קינדער; געמאכט צוליב די פרויען
מערקט אן צוויי נקודות ווען עס קומט צו דאטיוו.
א. מען קען פארקירצערן קאנסטרוקציעס פאר זכר און נייטראל ווי 'פון דעם', 'פאר דעם', 'צו דעם', און שרייבן 'פונעם', 'פארן' (אדער פאר'ן), 'צום'. אבער מען קען נישט פארקירצערן פאר נקיבה 'צו דער', 'פאר דער', 'פון דער'
ב. די סכעמע פאר דאטיוו נייטראל איז וואס איז געווארן אנגענומען סיי אין 'כלל יידיש', און סיי פארמעל אין חסידיש אידיש (צב"ש אין מרת ראטה'ס אידיש ווערטער אוצר). אבער עס זענען פאראן דיאלעקטישע אונטערשיידן אין די כללים. אז מען טרעפט זיך אן אין שרייבערס וואס זענען נוטה פון די כללים איז דאס לאו־דווקא א טעות, נאר עס קען זיין ריכטיג לויט די כללים פון זיין דיאלעקט. און עס איז כדאי אנצומערקן אז ליטוויש אידיש האט נישט קיין נייטראלן מין בכלל!
צו מסכם זיין, שטעלט די טאבעלע אויס אלע כללים וואס מיר האבן דא געלערנט:
אין נעקסטן ארטיקל וועלן מיר ממשיך זיין צו רעדן וועגן אנדערע אנגעלעגנהייטן וואס האבן א שייכות מיט מין און בייגפאל, ווי צב"ש וויאזוי דאס גילט אויף אדיעקטיוון.פשוטע זאצן האבן געווענליך איין טאטווארט און איין זאכווארט. צב"ש,