איזי פאזען
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- מאי 23, 2024
- מעסעדזשעס
- 57
- רעאקציע ראטע
- 729
- פונקטן
- 113
אידיש איז א גערמאנישע שפראך און גערמאנישע שפראכן פארמאגן אריגינעל מין (gender) און בייגפאל (case). לשו"ק פארמאגט אויך מין, אבער נישט בייגפאל, אבער בעת וואס לשו"ק פארמאגט צוויי מינים - זכר און נקיבה - פארמאגן גערמאנישע שפראכן דריי: זכר, נקיבה, און נייטראל.
אין שפראכן מיט מין, האט יעדעס זאך־ווארט (שם עצם; noun) א גראמאטישן מין, נישט נאר מענטשן אדער באשעפענישן וואס האבן פיזיש א מין. עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז גראמאטישער מין האט ווייניג צו טון מיט פיזישער מין. 'פרוי' איז טאקע נקיבה און 'מאן' זכר, אבער 'מיידל' איז נייטראל; 'אייניקל' און 'קינד' זענען נייטראל אפגעזען פון זייער פיזישן מין; 'נשמה' און 'פערזענליכקייט' זענען נקיבה, אפילו ווען מען רעדט פון א מאנספערזאן. ווייטער האבן אלע זאך־ווערטער גראמאטישער מין, אפילו ווען עס האט נישט פיזיש קיין זין, ווצב"ש 'הויז', 'בילד' (נייטראל); 'טיש', 'שבת' (זכר - הגם אז אין לשו"ק איז שבת נקיבה); 'געזעלשאפט', 'קהילה' (נקיבה).
וויאזוי ווייסט מען וועלכער מין א ווארט האט? ביז נישט לאנג צוריק איז דאס געווען קלאר פונעם רעדן, וויבאלד מין איז געווען א טייל פון דער טאג־טעגליך גערעדטער שפראך. דאס איז נישט עפעס וואס מען האט געדארפט אויסלערנען, נאר איז געווען א חלק פון דער איינגעבוירענער גראמאטיק וואס יעדער אידיש רעדנער האט געקענט פון זיין מאמע לשון. אז מען הערט רעקארדירונגען פון פאר דער קריג הערט מען גאנץ קלאר דעם נאטירליכן מין (מיר וועלן אט באשרייבן וויאזוי), און עס עקזיסטירט נאך אפילו אביסל אין דער גערעדטער שפראך פון עלטערע מענטשן וואס אידיש איז ביי זיי דאס מאמע־לשון.
אין היינטצייטיגע גערעדטע חסידיש־אידיש איז מין (ווי אויך בייגפאל - זע באלד) מער ווייניגער אינגאנצן פארלוירן געגאנגען, ווי מיינע קאלעגן האבן אנטדעקט און פובליצירט אין א ברייט־באריכטעטן אקאדעמישן רעפעראט[1]. אנדערע גערמאנישע שפראכן, ווי ענגליש און נידערלאנדיש, האבן אויך פארלוירן מין און בייגפאל מיט דער צייט, און עס זעט אויס קלאר אז אידיש גייט אין דער ריכטונג. דאך קען מען נאכאלץ טרעפן מין (און בייגפאל) אין 'פארשטיינערטע' אויסדרוקן, צב"ש א גוט יאר, אבער א גוטע וואך; אינדערהיים (נישט אין דעם היים); מען פארט צום רבין (נישט צו דער רבי), אא"וו.
אין דער געשריבענער שפראך ניצט מען נאכאלץ מין און בייגפאל אין די אלטגעזעסענע און אנגעזעענע צייטונגען און מאגאזינען, ווי 'דער איד', 'מעלות', און אפילו אין דער אונז אלעמען באליבטער 'כוואליעס', וואס איז פון די איינציגסטע פון די נייערע חסידישע מאגאזינען אויפן מארק וואס איז נאך מקפיד דערויף. אין רוב היינטצייטיגע און פאפולערע מאגאזינען און ביכער הערשט שוין היינט א גרויס צעמישעניש אין דעם געביט, און מען קען זיך פארשטעלן אז ביז א דור צוויי וועלן מין און בייגפאל אינגאנצן פארשוואונדן ווערן פון דער היימישער אידישער ליטעראטור.
וויבאלד רוב יונגע היימישע רעדנער האבן שוין נישט מין אין זייער נאטורליכער גראמאטיק, אז עמעצער וויל דאך וויסן דעם מין פון א ווארט, וועט ער מוזן נאכקוקן אין א ווערטערבוך, ווצב"ש די לעצטיגע אויסגאבן פון מרס ראטה'ס 'אידיש ווערטער אוצר', אדער איינס פון די פילצאליגע אידיש ווערטער ביכער, צב"ש יידיש ווערטערבוך אדער Comprehensive English-Yiddish Dictionary.
פאר פיל ווערטער קען מען נישט געבן קיין כללים וואס זאלן לאזן וויסן וואס עס איז זייערע מין, נאר מען מוז לערנען און זיך באקענען מיט יעדן ווארט באזונדער. דאך פאלן פיל ווערטער אריין אין קאטעגאריעס וואס האבן יא א באשטימטן מין, הגם אז עס זענען שטענדיג פאראן יוצאים מן הכלל. געוויסע ווערטער קענען אויך האבן פארשידענע מינים אין באזונדערע דיאלעקטן. עטליכע כללים זענען ווי פאלגנד:
וויאזוי ניצט מען און פונאנדערשיידט מען זכר, נקיבה און נייטראל אין אידיש? דאס ווענדט זיך שוין אויפן בייגפאל, וואס איבער דעם וועלן מיר רעדן אין קומענדיגן טייל.
[1] Absence of Morphological Case and Gender Marking in Contemporary Hasidic Yiddish Worldwide | Journal of Germanic Linguistics | Cambridge Core

- זאכווערטער וואס באצייכענען קלאר א מאנספערזאן זענען זכר, און וואס באצייכענען א ווייבליכע פערזאן, נקיבה. ביישפילן זענען מאן, טאטע, זיידע, רבי, מחותן (זכר); פרוי, מאמע, באבע, רעבעצין, מחותנתטע (נקיבה). מערקט אן אז דאס ווארט זעלבסט דארף קלאר מאכן פון וועלכן מין עס רעדט זיך כדי אז דער כלל זאל גילטן; מיר האבן שוין געזען אז אין ווערטער ווי 'נשמה', 'פערזענליכקייט' אא"וו גילט נישט דער כלל, וויבאלד דאס ווארט זעלבסט מאכט נישט קלאר דעם מין.
- דימינוטיוון – ד.ה. ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט ־ל אדער ־עלע אויף צו פארעמען א קלענער־ אדער צערטל־פארעם – זענען געווענליך נייטראל, צב"ש שוועסטערל, צדיקל, ציגעלע, ווייבל, אינגעלע, טישל, ביינדל אא"וו
- ווערטער וואס ענדיגן זיך מיטן קלאנג 'ע', אפילו אויב מען שרייבט עס נישט מיט אן 'ע' צום סוף, זענען געווענליך נקיבה, צב"ש מאָדע, צרה, גוזמא, טבע, כלי, דעמאקראציע אא"וו
- ווערטער וואס ענדיגן זיך אין ־ונג און ־הייט זענען נקיבה, צב"ש צייטונג, באשטעטיגונג, פרייהייט, קינדהייט אא"וו
- ווען מען ניצט א פעולה ווי א זאכווארט, איז דאס נייטראל, צב"ש דאס דורכגיין, דאס באטראכטן, דאס ליינען, אא"וו