ווען צו ניצן ־ער, ־ען, ־ע און ־ס (מין און בייגפאל חלק ג')

איזי פאזען

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מאי 23, 2024
מעסעדזשעס
62
רעאקציע ראטע
765
פונקטן
113
אין די פריערדיגע ארטיקלען אין דער סעריע האבן מיר געלערנט ווען צו ניצן די באשטימטע ארטיקלען[1] דער, די, דאס און דעם לויט די כללים פון מין און בייגפאל. אין יעצטיגן ארטיקל וועלן מיר לערנען וויאזוי מין און בייגפאל באשטימט די ענדונגען פון אדיעקטיוון.

אדיעקטיוון זענען ווערטער וואס באשרייבן זאַכווערטער. צב"ש 'דאס בילד איז שיין', 'דער טיש איז גרויס' אא"וו. אדיעקטיוון קענען קומען פארן ווארט, ווצב"ש 'א גרויסער טיש', 'די שטארקע פרוי', אדער נאכן ווארט, ווצב"ש 'א טיש א גרויסער', 'א פרוי א שטארקע'. צי דער אדיעקטיוו קומט פארן ווארט אדער נאכן ווארט, מאכט געווענליך נישט אויס, חוץ ביי נייטראל און ביי א קליינער צאל ספעציעלע אדיעקטיוון, ווי מיר וועלן זען באלד.

די כללים פאר אדיעקטיוון זענען ווי פאלגנד:

נאמינאטיוו:
  • איינצאל:
  • זכר: ־ער. ביישפילן, דער וואונדערבארער מאן, א גרויסער צדיק, א לאמפ א געלער
  • נקיבה: ־ע. ביישפילן, די שרעקעדיגע מכשיפה, די קליינע שטוב, א גאס א גראדע
  • נייטראל:​
    • פארן ווארט:​
      • אומבאשטימטער ארטיקל ('אַ'): נול־ענדונג[2]. ביישפילן, א שיין קינד, א גרויס מיידל​
      • באשטימטער ארטיקל ('דאס'): ־ע. ביישפילן, דאס שיינע קינד, דאס גרויסע מיידל​
    • נאכן ווארט: ־ס. ביישפילן, א קינד א גוטס, א מיידל א שיינס[3]

  • מערצאל: ־ע. ביישפילן, הערליכע בערג, טאלן טיפע

אקוזאטיוו:
  • איינצאל:
    • זכר: ־ען, ־ן, ־עם, ־ם. ביישפילן, געבענטשט דעם גרויסן מאן, באוואונדערט דעם שיינעם הימל, געפלאנצט א בוים א יונגען
    • נקיבה: ־ע. ביישפילן, געעפנט די קליינע שטוב, געשאלטן די שכנטע די בייזע
    • נייטראל:
      • פארן ווארט:
        • אומבאשטימטער ארטיקל: נול־ענדונג. ביישפילן, געמאלט א שיין בילד, געפארבט אן אינטערעסאנט הויז
        • באשטימטער ארטיקל: ־ע. ביישפילן, געקושט דאס וואוילע קינד, געשריבן דאס לאנגע ווארט
      • נאכן ווארט: ־ס. ביישפילן, געטראפן דאס אייניקל דאס קליינס, פארקויפט דאס ארט דאס אפגעזונדערטס[4]
  • מערצאל: ־ע. ביישפילן, גענומען די נידערטרעכטיגע גנבים, געטראפן די שליסלעך די שווארצע

דאטיוו:
  • איינצאל:
    • זכר: ־ען, ־ן, ־עם, ־ם. ביישפילן, געגעבן פארן מאדנעם מענטש, געקויפט פונעם סוחר דעם רייכן
    • נקיבה: ־ער. ביישפילן, צוליב דער אלטער גבאיטע, פון דער היים דער ווארעמער
    • נייטראל:
      • פארן ווארט:
        • אומבאשטימטער ארטיקל: נול־ענדונג. ביישפילן, פאר א גוט קינד, צוליב א הערליך בילד
        • באשטימטער ארטיקל: ־ען, ־ן, ־עם, ־ם. ביישפילן, פארן וואוילן קינד, פונעם שיינעם בענקל
      • נאכן ווארט: ־ס. ביישפילן, פאר א מיידל א גוטס, פון א שטעטל א קליינס[5]
  • מערצאל: ־ע. ביישפילן, צוליב גרויסע עבירות, איידער די מלחמות די ביטערע

די פאלגנדע טאבעלע שטעלט אויס די אלע אויבנדערמאנטע כללים:
1769081807487.webp


אין קומענדיגן ארטיקל: ספעציעלע אדיעקטיוון, און אנדערע אנגעלעגנהייטן וואס אנבאלאנגט מין און בייגפאל.


[1] די באשטימטע ארטיקלען באציען זיך צו א געוויסער און באשטימטער זאך, בעת וואס דער אומבאשטימטער ארטיקל 'אַ', 'אַן' באציט זיך צו אן אומבאשטימטער זאך. צב"ש דער מאן, און א מאן.
[2] ד.מ. אז מען לייגט גארנישט צו צום סוף פון דער באזע פונעם אדיעקטיוו.
[3] מערקט אן אז הגם אז דאס איז דער כלל לויט די פארשריפטן פון 'כלל יידיש', געפינט מען דאס נישט אין אלע דיאלקעטן. ווי דערמאנט אינעם פאריגן ארטיקל, זענען די כללים פאר נייטראל אנדערש אין פארשידענע דיאלעקטן. ספעציעל דער כלל פון דער ־ס ענדונג פאר נייטראל נאכן ווארט, וואס מען טרעפט כמעט נישט אין חסידיש אידיש, אויסער אין ספעציעלע אדיעקטיוון, ווי מיר וועלן זען ווייטער.
[4] זע פאריגע הערה.
[5] זע פריערדיגע הערות.
 
לעצט רעדאגירט:
זייער שיין.

צוויי קליינע הערות.

1) אנדערש ווי ביים נאון, וואו נאך -נג און -נק וועט קומען -ען (ברענגען, הענגען, א גרופע יונגען אא"וו), וועט ביים אדיעקטיוון סופיקס נישט קומען אן ע'. דעריבער שרייבט מען געפלאנצט א יונגן בוים, ער האט באזוכט דעם קראנקן איד אא"וו.

2) ביי אן אדיעקטיוו וואס קומט נאכ'ן זאכווארט, צ"ב "פון דער היים, דער ווארעמער," מיין איך אז ס'איז א פראגע פון סטיל, נישט גראמאטיק.

מ'קען שרייבן ער איז אריין "אין דער היים, די ווארעמע," ווייל די פרעפאזיציע מוז נישט מיטקומען צום פרישן אדיעקטיוו. עס זאגט אונז סך הכל פון וועלכער היים מ'רעדט — די ווארעמע.

דאס זעלבע מיט אקוזאטיוו. מ'קען שרייבן "זען דעם רבי'ן, דער הייליגער רבי," אדער "זען דעם רבי'ן, [זען] דעם הייליגן רבי'ן." און ס'וועט זיך טאקע ליינען אביסל אנדערש. ביים צווייטן וועט זיך דער אדיעקטיוו ליינען מיט'ן אקוזאטיוו און ביים ערשטן נישט.​
 
איך האב נישט אלעס פארשטאנען פונקטליך אבער מ'דארף מער אזעלכע שמועסן פון אונדזערע בעלי לשון.
 
Back
Top