ווער ווייסט וואס קומט נעקסט!

כלבין דחציפין

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2025
מעסעדזשעס
27
רעאקציע ראטע
192
איך האב היי יאר פסח פארוויילט ביי מיין טייערען טאטען, איך קום אן צו מיין טאטען אינדערהיים בדחילו ורחימו מיט די (ערב)-ערב פסח מצות גרייט צו טרינקען די וויין חירות׳דיגערהייט, טינקען, פטר’ען, פרעגן און אינזין האבן. און פלוצלינג חיל ורעדה אחזתנו, איך זעה קאווע, יא געהעריגע טעסטער-טשויס קאווע אין די קאך ביי מיין טאטען אינדערהיים, ביי אונז האט מען געוויסט אז מען טרינקט נישט פסח קיין קאווע, און איך האב ממש נישט געוויסט וואס צי טון א חשש חמץ און פסח, איך זאג פאר מיין טאטע לאמער שנעל ארויסווארפן דעי קאווע עס איז שרעקליך, קאווע אום פסח.
זאג מיר מיין טאטע ניין קאווע איז נישט קיין חמץ קוק עס האט אפילו א היימישע הכשר, אבער וואס הייסט טאטי, די לאזט דאך נישט טרינקען קיין קאווע ווייל די האסט עס נישט געזען ביי דיין טאטע, וואס איז פלוצלינג געשעהן?
דארפסט פארשטיין כלבין, קאווע איז גאר וויכטיג און למעשה רעדט מען נישט פון קיין חמץ מען רעדט דא פון א ענין אז מען מישט זיך נישט האב איך זיך איבערגעטראכט אז עס וועט גארנישט געשען אז מען וועט טרינקען קאווע אין פסח!
דא איז מיין גאנצע בעליף סיסטעם וואס מען האט מיך מחנך געווען צאמגעפאלן.
ווען איך האב אלץ אינגל געבעטען מיין טאטע אז איך וויל האב אייזענע גלעזער אנשטאט פלעסטיק גלעזער, האט מיך מיין טאטע געזאגט, עס הייבט זיך אן מיט דעם און ווער ווייסט וואס קומט נעקסט!
ווען איך האב אלץ בחור געוואלט א מאַט בעקיטשע, האט ער מיך געזאגט עס הייבט זיך אן מיט דעם און ווער ווייסט וואס עס קומט נעקסט!
ווען איך האב געוואלט א כלה וואס גייט מיט א בענד אנשטאט א העט האט ער מיר געזאגט עס הייבט זיך אן מיט דעם און ווער ווייסט וואס עס קומט נעקסט!
און אזוי ווייטער א יעדע מאל וואס איך האב עפעס געוואלט איז געוועהן די זעלבע ענפער.
רוף איך מיך אן, טאטי עס הייבט זיך אן מיט קאווע און ווער ווייסט וואס עס קומט נעקסט!
 
קאווע פסח איז גארנישט אזוי פשוט.. פון די גרעסטע זאכן וואס ר' זלמן לייב האט אויפגעטוהן אלס אדמו"ר איז געוועהן אז מגיבט מער נישט קיין קאווע אין ראדני...
 
און וואס האט דיין טאטע דיר געענטפערט?
 
Back
Top