ווער איז אין די גוסטע פאר א פארמעסט? 🏆

לעצט רעדאגירט:
יאפ
מיר געפעלט דאס זייער

אין טיפן וואלד הערט זיך א שטילע געיאמער
דריי פערד געשפאנט צו א רייכע קארעטע גאלאפירן געשווינד צו דערגיין פון וואו דאס קול קומט
זיי פארן דורך די געדיכטע ביימער און הייבן אן אראפפארן פון אויסגעטראטענעם וועג וואו עס ערשיינט א הערליכע געביידע מיט ווייסע ציגל און צוויי גאלדענע לייבן שטייען ביי די זייטן פון טויער און געבן א מעכטיגן איינדרוק צום אייגנטימער פון דעם בנין.
אויפ׳ן צווייטן שטאק איז דאס פענסטער אביסל אפן - פון וואו עס קומט דאס שטיקענדע געוויין.
מורא האבענדיג אז די בעל הבית פונעם פאלאץ וועט זיך נוקם זיין אין זיי פארן טרענספעסינג, האבן זיי באשלאסן צו פארקן די קארעטע אביסל ארויפציער פונעם פאלאץ. שטילערהייט האבן זיי אלע צו שפאצירט צום בנין, ווען מיטאמאל באמערקן זיי א מאן האלט א אינגע פרוי ביי אירע לאנג באוואקסענע האר פון קאפ, ארויס הענגנדיג אינדרויסן פון פענסטער…
דער מאן, מיט א גרויזאמע שמייכל אויף זיין פנים, לאכט הויך ווען דאס אינגע פרוי שרייט מיט אלע כוחות. ער ציט איר האר שטערקער, און זי קען שוין שפירן ווי אירע טרערן ברענען אין די אויגן. די דריי אינגען, באהאלטן הינטער א גרויסן, אלטן בוים, קוקן זיך אן איינער דעם אנדערן, וואס טוט מען דא?
זיי ווייסן אז זיי מוזן העלפן, אבער וויאזוי? דער מאן זעט אויס צו זיין מאכטפול און געפערלעך.

דער עלטסטער, חנניה (כאניע), א דיקן פעשן בחור מיט א רויטן געזיכט און הענט וואס ציטערן שטענדיג, בייסט זיך די ליפ. ער איז באקאנט פאר זיין פחדנות, און זיין בויך ציטערט ווי א טעלער גאלע. ער וויל אנטלויפן, זיך באהאלטן טיף אין וואלד און פארגעסן פון אלץ.

דער מיטעלער, אריה, איז א דארער, הויכער יונג מיט א שארפן בליק. ער איז א שטילער, אבער ער טראכט טיף. ער איז נישט אזוי שרעקעדיג ווי כאניע, אבער ער איז אויך נישט זיכער וואס צו טאן. ער זוכט א לאגישע לייזונג, א פלאן, אבער זיין מוח פילט זיך ווי פארנעפלט. ער קוקט ארויף צום פענסטער, מעסטנדיג די ווייטקייט, שאצנדיג די ריזיקע. ער פרובירט צו דערמאנען זיך אלע קונצן וואס ער האט אמאל געליינט אין אן אלטן ספר וועגן העלדישקייט.

דער יונגסטער, שימל, איז אנדערש. ער איז קליין און פלינק, מיט א שטיפערישן שמייכל און אויגן וואס גלאנצן פון כיטרעקייט. ער האט נישט קיין מורא. ער ווייסט אז ער מוז עפעס טון, און א געדאנק פאנגט אן צו בליען אין זיין קאפ. ער קוקט זיך אום, א קליין שמייכעלע באווייזט זיך אויף זיינע ליפן, ער דרייעט זיך ארום צו זיינע ברודער מיט א בליץ אין די אויגן....
 
דו ביסט א סאלעד שרייבער!! ❤️‍🔥🥰😍

נו ווער איז נעקסט?
 
לעצט רעדאגירט:
נאכדעם ווי ער האט באמערקט אז דער גרויזאמער מענטש איז אויסגעדרייט צו אינעווייניג פון די שטוב האט שימל זיך שטילערהייט צו געשארט צום ביידל און ארויפגעקראכן ביזן פענסטער און זיך אנגעכאפט מיט איין האנט און מיט די אנדערע הענט ארויס גענומען א פאקל, שטילערהייט געבט ער עס א צינדט אן, ער לייגט עס שטייטעלעך צו נענטער און נענטער צום לאנגע האר פון די פרוי אזש ס'האט אנגעהויבן ברענען, און א סעקונדע האט זיך עס אפגעריסן און זי האט אראפ געפאלען אריין גלייך אין אריה'ס הענט וועלכע האט פלינק צוגעלאפן כאפענדיג שימל'ס כוונה, צוזאמען האבן זיי געלאפן צום וואגן די שנעלסטע מעגליך, אריה גיבט א בליק אויף צירוק זעהט ער ווי דער גרויזאמער מענטש שטייט נאך דארט און אין זיין הענט ליגט נאך די צווייטע האלב האר........
 
יוש איז דאס גוט!!!🤣😆
א שאד האסט עס נישט געמאכט אלץ א ריפליי צו די פאריגע שטיקל.

רבותי ווער איז נעקסט???
 
נאכדעם ווי ער האט באמערקט אז דער גרויזאמער מענטש איז אויסגעדרייט צו אינעווייניג פון די שטוב האט שימל זיך שטילערהייט צו געשארט צום ביידל און ארויפגעקראכן ביזן פענסטער און זיך אנגעכאפט מיט איין האנט און מיט די אנדערע הענט ארויס גענומען א פאקל, שטילערהייט געבט ער עס א צינדט אן, ער לייגט עס שטייטעלעך צו נענטער און נענטער צום לאנגע האר פון די פרוי אזש ס'האט אנגעהויבן ברענען, און א סעקונדע האט זיך עס אפגעריסן און זי האט אראפ געפאלען אריין גלייך אין אריה'ס הענט וועלכע האט פלינק צוגעלאפן כאפענדיג שימל'ס כוונה, צוזאמען האבן זיי געלאפן צום וואגן די שנעלסטע מעגליך, אריה גיבט א בליק אויף צירוק זעהט ער ווי דער גרויזאמער מענטש שטייט נאך דארט און אין זיין הענט ליגט נאך די צווייטע האלב האר........

שימל און אריה מיטן מויד זעצן זיך שנעל אנידער אינעם וואגאן שימל מיט זיין פלינקייט גיבט א שמוץ אויפן פערד אז ער זאל אנהויבן יאגן פון ארט אבער צו זייער איבעראשונג גיבט די פערד א געשריי דרוקעניש איך האלט נישט אויס די דרוקעניש עס שטייט א מלאך מיט א שווערד און איך קען זיך פון ארט נישט רירן
 
דער האט באקומען אפאר לייקס ויקץ ממשנתו 😂
 
Back
Top