איז דא א גערעכטיגקייט אין פילן שלעכט פאר די כפרות?

כ'בין געווען היינט מיט די משפחה כפרות שלאגן אזוי ווי מ'פירט זעך, יעדעס יאר האב איך די זעלבע אויפשוידערישע געפילן פון רחמנות אויף די אומבאהאלפענע טשיקענס, און יעדעס מאל טראכט איך ווי שיין ס'וואלט געווען צי גיין ערגעץ אָפסטעיט צו א פעמילי פארם צו מקיים זיין דעם מנהג.

היינט אבער האט זיך מיר אנגעהויבן א שמועס אין מחשבה איבער דעי פילינג וואס כ'האב געהאט. פון איין זייט איז טאקע געפערליך די וועג וויזוי די באשעפענישן ווערן באהאנדלט, אבער כ'האב זיך געכאפט אז דעיס קומט ממילא פאר אין די טשיקן פעקטארי פארמס, און איך בין דער וואס קויפט כסדר די פלייש, סאָו די גאנצע זאך איז נאר אז יעצט זעה איך מיט די אויגן וואס ס'קומט פאר סאו פיל איך שלעכט פאר זיי, און כ'קען באשטיין נישט צוצוקוקן דע פּראסעס,

אויך האב איך געטראכט אז מיין גיין צו א פארם ערגעץ אפסטעיט גייט נישט העלפן קיין איין טשיקן עניוועי, סאו צו וואס זאלעך מיך מטריח זיין? נאר צו אוואוידען דעי געפיל פון רחמנות? נעע, סאיז יצא שכרו בהפסדו.

נאכדעם האב איך געהאט א שטיקל ראיה פון די נאציס, דעי נידריג ראנגיקע אפיצירן האבן באמת נישט געקענט טון קיין סאך אפצושטעלן די רציחות, מיט דעם אלעם באשולדיגט מען זיי אין זיין א חלק פון די קריים.

ס'איז ביי מיר געבליבן נאגן די שאלה אין קאפ, אויב איינער האט עפעס מחשבה צוצולייגן וואלט איך אפפרישיעטעד.


איך וועל צולייגן מיינע צוויי סענט, וואס איך געדענק פון ווען איך בין געווען א קינד בערך זעקס יאר אלט, פון דעם גאנצן טאג ערב יום כיפור, ווי וואנדערנדיג ארום מיט קוויטלען צו רעבע׳ס אין די ערנסטע סעודות דאס אליין איז א מעשה פאר זיך, איך וועל זיך באציען אויף די פארטאגס 4 אזייגער ווען איך בין אויפגעוועקט געווארן צו כפרות דורך מיין עלטערן ברודער,

איך ווייס נישט ווי אזוי אראפצולייגן די סצענע, פון איין זייט די עקסייטמענט געמישט מיט מיעסע איבעל אזש איך האב כמעט געוואלט ברעכן, און פון דער אנדער זייט די רציחה פונעם שוחט, ווען ער נעמט די קוויטשעדיגע טשיקען בייגט איין איר האלז אין מיט איר לעצטען קוויטש שניידט אריין אין איר האלז און טראסקעט איר אריין אינעם קאן, וואס פאלגט נאך מיט א שווערע געווארפעריי געראנגל פאר איר לעבן וואס איז שוין סייווי פארזיגעלט,אין דאס זעלבע חזר׳ט זיך איבער אין איבער.

איך האב פון איין זייט געוואלט שרייען ״רשע אכזר רוצח״ מיט אלע מיינע כוחות, און פון דער אנדערער זייט בין איך געווען ווי צוגענאגלט צו דער סצענע, און איראניש האב איך נישט געוואלט אז עס זאל זיך ענדיגן, איך האב נישט געקענט אראפנעמען מיינע אויגן פונעם סצענע, איך בין געשטאנען שטיל און אבזערווירט די מאסן רציחה מיט א פינקטליכקייט, איך געדענק ווי איך פלעג באטראכטן איעדע טשיקען באזונדער פיל מיט רחמנות - אין כ׳האב זיי נישט געקענט קוקען אין די אויגן היתכן ווי אזוי איך לאז דאס צו, כאטש איך בין נישט געווען ביכולת צו טון עפעס דאס אפצוהאלטן סייווי,

איך האב ממש געשוואוירן אז פלייש וועל איך קיינמאל נישט צורירן, ביז די ריאליטעט האט מיך געכאפט ווען מיינע עלטערן האבן מיר געצווינגען אויסליידיקן מיין טעלער שפעטער אין טאג,

איך האב נישט געוויסט אז עס עקזיסטירט אזא זאך ווי וועגאניזם, און פאר די סיבה עסן זיי טאקע נישט קיין פלייש, אולי איך וואלט געווען אינפארמירט, וואלט עס מיר אביסל געטרייסט - יתכן
 
לעצט רעדאגירט:
אינטערעסאנט צו זען ווי @אפטימיסטיש און @Reb Yid פארמאגן ביידע אזעלכע פארקערטע אבזערוואציעס. בעת איינער קען כמעט נישט צורירן צו קיין טשיקן פלייש, איז דער צווייטער אומשטאנד אויפצועסן יעדן דא מיט אפעטיט...

אלנפאלס, פארמאגט הרב אפטימיסטיש א וואונדערבארע נקודה בנוגע דער סיסטעם פון כל דאלים גבר, הגם 'שטארק' מוז טאקע נישט אלעמאל מיינען שטארק אין פיזישע כוחות. אויב א פרא פאלעסטינער האלט אז מיט זיין שכל וועט ער באווייזן צו משכנע זיין דעם רעגירונג אז פאלעסטינע באלאנגט עכט פאר אים, און דער וועג וויאזוי ער טוט דאס איז דורך שרייען ווי א וואנזיניגער דעם זינלאזן "פרי פעלעסטיין", דאן איז דאס סך הכל זיין וועג פון פראבירן שטארקקייט...

דער גאנצער אייגנטליכער מענטשהייט איז ביים שפיץ פונעם פוד טשעין, נישט ווייל ער איז דער שטערקסטער פיזיש.
 
אינטערעסאנט צו זען ווי @אפטימיסטיש און @Reb Yid פארמאגן ביידע אזעלכע פארקערטע אבזערוואציעס. בעת איינער קען כמעט נישט צורירן צו קיין טשיקן פלייש, איז דער צווייטער אומשטאנד אויפצועסן יעדן דא מיט אפעטיט...
און נאך אינטערעסאנטער איז צו זעהן וויאזוי ביידע קעגנזייטיגע מיינונגען שמועסען זיך צוזאם אויף א רעספעקטפול'ן וועג. דאס איז די שיינקייט פון "קרעמל"
 
כ'בין געווען היינט מיט די משפחה כפרות שלאגן אזוי ווי מ'פירט זעך, יעדעס יאר האב איך די זעלבע אויפשוידערישע געפילן פון רחמנות אויף די אומבאהאלפענע טשיקענס, און יעדעס מאל טראכט איך ווי שיין ס'וואלט געווען צי גיין ערגעץ אָפסטעיט צו א פעמילי פארם צו מקיים זיין דעם מנהג.

היינט אבער האט זיך מיר אנגעהויבן א שמועס אין מחשבה איבער דעי פילינג וואס כ'האב געהאט. פון איין זייט איז טאקע געפערליך די וועג וויזוי די באשעפענישן ווערן באהאנדלט, אבער כ'האב זיך געכאפט אז דעיס קומט ממילא פאר אין די טשיקן פעקטארי פארמס, און איך בין דער וואס קויפט כסדר די פלייש, סאָו די גאנצע זאך איז נאר אז יעצט זעה איך מיט די אויגן וואס ס'קומט פאר סאו פיל איך שלעכט פאר זיי, און כ'קען באשטיין נישט צוצוקוקן דע פּראסעס,

אויך האב איך געטראכט אז מיין גיין צו א פארם ערגעץ אפסטעיט גייט נישט העלפן קיין איין טשיקן עניוועי, סאו צו וואס זאלעך מיך מטריח זיין? נאר צו אוואוידען דעי געפיל פון רחמנות? נעע, סאיז יצא שכרו בהפסדו.

נאכדעם האב איך געהאט א שטיקל ראיה פון די נאציס, דעי נידריג ראנגיקע אפיצירן האבן באמת נישט געקענט טון קיין סאך אפצושטעלן די רציחות, מיט דעם אלעם באשולדיגט מען זיי אין זיין א חלק פון די קריים.

ס'איז ביי מיר געבליבן נאגן די שאלה אין קאפ, אויב איינער האט עפעס מחשבה צוצולייגן וואלט איך אפפרישיעטעד.
שוב התבוננתי: די תכלית פון דער 'מנהג כפרות' איז דאך אז א מענטש זאל זיך פארשטעלן אז די אלע זאכן ווס מ'טוט צום הינדל וואלט מען באמת געדארפט טון צו אים (טור), אלזא גייענדיג מיט די נאראטיוו פון "בעל כרחך אתה חי". און אז מיר זענען בעצם נשמות איינגעשפארט אין א וועלט וועלכע איז ווי א שטייג פאר אונז, און די נשמה אונזערע וויינט איידערן געבוירן ווערן, און אז מגולגל ווערן איז נישט א גוטע זאך, ווארום די ערגסטע זאך וואס קען פאסירן צו א נשמה איז אז זי דערף אראפקומען אויף דעם עולם השפל, קומט דאך אויס אז בעצם זענען מיר פונקט אזוי געפאנגען ווי די הינדלעך, און ס'איז אונז נישט גוט דא צו זיין, מ'האלט אונז דא אקעגן אונזער ווילן, דעריבער זענען מיר ממש אינעם זעלבן תפיסה ווי אט די הינדלעך... נו עמו אנוכי בצרה... איימיצער וואס געפינט זיך אין טורמע ברויך שפירן שלעכט פאר זיינסגלייכן וואס געפינט זיך מיט אים צוזאמען איינגעשפארט?
 
איך פיל מער שלעכט פאר די שלעגערס ווי די כפרות.

קומט א פארפארעטע פרוי מיט 7 קליינווארג. זיי האבן קיין גוטן טאג אין לעבן נישט געהאט. די פרוי געט אוועק איר לעצט טראפ כח צי בויען גאט'ס מיליטער. די קינדערלעך'ס גרעסטע הנאה איז ווען זיי האבן געקענט ענדיגן א באנטש קאפיטלעך תהלים ראש השנה.

יעצט קומען זיי זיך שלעפן (ארויס סווייפען די לעצט הונדערטער אויפן ק"ק) אוועקגעבן זייערע "עבירות" פאר די הינדלעך, ווייל עכט וואלט מען זיי אליין געדארפט שחט'ן (נאכ'ן ליגן צוקוועטשט אין די באקס פאר 3 מעת לעת)??

ועל דא ודאי קא בכינא
 
לאמיך דא אריינווארפן מיינע 2 סענט:

פאקט: די וועלט האט פון אייביג אן אפערירט אויף א סיסטעם פון "כל דאלים גבר" און ווי ס'שיינט וועט עס ווייטער אזוי אנגיין לעולם ועד.

צום ביישפיל: "ארץ ישראל" איז געווען באזעצט דורך די 7 פעלקער, דאן זענען די אידן געקומען און מקיים געווען דעם "לא תחיה כל נשמה" און אויסגע'הרג'ט די אלע פעלקער אנשים נשים וטף, און זיך זעלבסט פראקלאמירט אלס די Indigenous People.

דאן אפאר הונדערט יאר שפעטער איז געקומען אלכסדר מוקדון און אקופירט ישראל, שפעטער האבן די חשמונאים עס צוריקגעכאפט, דערנאך האבן די רוימער עס אקופירט, דאן די מוסלעמענע, דאן די קרייציגלער, דאן די אטאמאנע אימפעריע, דאן די בריטישע, דאן די ציונים...

אצינד קומען די די פאלעסטינע און שרייען: FREE PALESTINE! מיר זענען די אריגינעלע איינוואוינער פון ס'לאנד, דאגעגן די ציונים פארפירן: מיר זענען די עכטע תושבים פון דעם לאנד, און אני הקטן שטייט פון דער זייט און שפעקוליר: ווער איז דא גערעכט? וועמען'ס זייט האט די מאראלישע אויבערהאנט? מ'רעדט דאך דא פון א לאנד וואס האט געטוישט הענט יעדע פאר יאר...

און באמת איז די זעלבע דילעמע רעלעוואנט כלפי אמעריקע אויכעט: די Indigenous People האבן מסתמא ארויסגעטראסקעט די וועלכע זענען דא געקומען פאר זיי, דאן די בריטישע און שפאנישע קאלאניסטן, דאן די פאראייניגטע שטאטן, נו ברויך מען דאך פארפירן: FREE AMERICA! (מאנכע טוען דאס טאקע).

און לכאורה איז דאס וואר ביי (כמעט) יעדע איינציגסטע לאנד וואס איז נאר פארהאן און האט שוין געטוישט הענט (ליין: קעפ) עטליכע מאל. דאן וויאזוי קענסטו גיין אין טיימס סקווער שרייען "באפריי פאלעסטינע" ווען דו זעלבסט וואוינסט אין א לאנד וואס איז בארויבט געווארן דורך דיינע עלטערן פון די Indigenous People, ביסט דאך ממש אומאראליש!

סא בעסיקלי האסטו 2 אפציעס: 1) טראג דיך אפ פון דעם דאזיגן אומ-מאראלישען וועלט, ווארום דו קענסט (דערווייל) נישט צוריקדרייען היסטאריע 2) מאך שלום מיט'ן מצב אז כך הוא דרכו של עולם: כל דאלים גבר! (ובלע"ז SURVIVAL OF THE FITTEST (קרעדיט: הערבערט ספענסער)), יא! אמת ס'וואלט געווען געשמאקער צו לעבן אין א וועלט פון "וגר זאב עם נמר", אבער די רעאליטעט איז נישט אזוי, און ס'איז אקעי.

גאט האט באשאפן די וועלט אויף א וועג אז דער שטערקערער הרג'ט און עסט אויף דעם שוואכער'ן, דער גרעסערער פיש שלינגט איין דעם קלענערעם. און טאקע אט די נעעבעכדיגע טשיקעלע - אויף וועלכע דו דערבארעמסט זיך אזוי הארציג - האט נארוואס געענדיגט אראפשלינגען א (לעבעדיגע) ווארעם אדער אנדערע שרצים. ס'דא אזא זאך וואס הייסט א FOOD CHAIN און ב"ה מיר זענען גליקליך צו זיין ביים שפיץ (זעה בייגעלייגט בלויז א קליינעם טייל פון די FOOD CHAIN) View attachment 754

און באמת אפילו מיר מענטשן צווישן זיך זענען אויכעט אויסגעשטעלט אויף א וועג פון זעלבסט-פרעזערוואציע, און סעלפישקייט, און מיר הומען'ס וועלן פריאריטיזירן אונזערע אייגענע אינטערעסן בעפאר איינעם אנדערשנ'ס, והיינו טעמא דקאניבאליזם, והיינו טעמא ד'סלעווערי, און באמת וואלט דער שטערקערער מענטש ווירקליך גע'הרג'ט און געגעסן די געבראטענע פלייש פון דעם שוואכערן מענטש (אדער אין א מאדערנע וועלט (וואו מ'וויל נישט זעהן ברוטאליטעט פאר די אויגן, נאר מ'וועט זיך ליבערשט פארהוילן דערפון און זיך איינרעדן אז די בהמה האט נישט קיין יסורים טאמער 'דו' האלטס עס נישט מיט) וואלט געווען אוועילעבל ארגעניק HUMAN MEAT אויף אלע בוטשער פאליצעס!, ווייל אזוי לויטעט דער כלל: כל דאלים גבר! ווער ס'שטערקער געווינט!

נאר וואזשע דען? זענען די שוואכערע - אבער קלוגע - HUMANS אויפגעקומען מיט א געניאלע איינפאל וואס הייסט "רעגירונג" נעמליך אלע "שוואכע" מענטשן וועלן זיך צוזאמנעמען און גרינדן א קאאליציע וואס הייסט "גאווערמענט", און אצינד וועלן זיי ביינאנזאם זיך קענען שטארקן איבער דעם שטארקערן. קומט אויס אז דער כלל פון "כל דאלים גבר" איז נאך פונקט אזוי גילטיג, נאר מ'האט אויפגעטראפן א היכי תמצי וויאזוי דער שוואכערער ווערט פארוואנדלט אינעם שטארקערער, און אזוי געווינט 'ער', און דאס איז ממש פשט אין די משנה (אבות): אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו! אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט!

דעריבער וויל איך זאגן פאר דעם אינגערמאן: דו ברויכסט נישט פילן שלעכט פאר די כפרות! די כפרה האט זיך פונקט אזוי אויפגעסיינט צו דעם סיסטעם פון כל דאלים גבר, ער עסט ווערים, און דו עסט אים!

א גוטן אפעטיט!
אקארשט פארענדיגט דאס כפרות שלאגן (שטויסן) און כ'האב אנערקענט ווי גליקליך מיר הומען'ס זענען צו זיין ביים שפיץ פון די FOOD CHAIN. שטעל דיך פאר וויאזוי אונזער ערב יום כיפור וואלט אויסגעקוקט ווען די הינדלעך האבן די אויבערהאנט...

מ'וואלט ווען געברויכט 80 הינדלעך עסקנים ארומצודרייען א הומען העכער זייער קאפ...

מפואר וואלט אויפגעטראפן א פאטענט מיט'ן נאמען: "גאטשע" דאס איז אזא סארט שלייער (לבי אומר לי כמין סינר שהשרות רוכבות) וואס טוט פארמיידן די הינדלעך פון באקומען א גרף של רעי אדער קיתון של שופכין איבערן שיינעם רויטן קרוין...

האלאו! האסט געהערט? עטליכע צער בני אדם הינדלעך אקטיוויסטן האבן באוויזן ארויסצוראטעווען א 'הומען' פון זיין שטייג און אים אריינגעשטעלט אין א רעטונגס צענטער פאר ENDANGERED SPECIES...

דער 'הומען' וואלט אריינגעקוקט אינעם זאגער'ל ווי א 'הומען אין בני האן' :ROFLMAO:
 
די נאציס זענען געווען באוואוסט אלס זייער רחמנות'דיג פאר בהמות וחיות ועופות, און טאקע אט זיי זענען געווען די וועלטסט גרעסטע רוצחים...
די נאציס זענען אויכט געוועהן באוויסט פארן אטעמען, און טאקע אט זיי זענען געוועהן די וועלטסט גרעסטע רוצחים…
 
ש"י (עגנון) לחג:

התרנגול ותפילת בני-האדם

תרנגול אחד שלא היה בעל תורה ולא היה מכיר בלשון הקודש ולא היה בקי במנהגיהם, אפילו תפילה בסידור לא ידע, לפי שנתגדל בכפר אצל ערלית אחת, וגם היא לא ידעה מהיכן ידע הוא. היה מנקר באשפה ומתהדר לפני נשיו בכרבולתו האדומה והיה קורא קוקוריקו.

יום אחד הביאה אותו הערלית לעיר. ראה אותו יהודי וקנה אותו מידי הערלית. נתן לו היהודי מקום בביתו מתחת לתנור ולכירים ונתן לו את אכלו בעיתו ונתן בו טובת עין ולא היה התרנגול חסר עם בעל הבית ולא כלום. טפח עליו רוחו והיה מתגאה.

לילה אחד, לפי חשבוננו ערב יום הכיפורים היה, וקודם האשמורה האחרונה ועדיין היה התרנגול ישן, בא בעל הבית אצל התרנגול ולקחו מבין נשיו.

ננער התרנגול והיה תמה, מה זה שהוציאני בעל הבית מרבצי. אם לטובתי הוציאני היה לו להמתין עד שאפרק עצמי מהשינה ואם לטובתו הוציאני, עד כדי כך מעיז הוא פנים כנגדי? ולפי שעדיין לא הגיע זמן קריאה שתק והביט מה זה מבקש לעשות.

הדליק בעל הבית נר ופתח סידור כשהוא אוחז בידיו את התרנגול והתחיל ממלמל מילים בלשון שלא שמע. היה התרנגול יושב בידו של יהודי והיה מביט בסידור ולא הבין שום מילה, הוא שאומרים מביט בסידור כתרנגול בבני אדם. עם שהוא מביט בסידור התחיל בעל הבית מסבבו מעל ראשו. התחיל התרנגול תוהה, וכי אין היהודי הלז יודע שמביא אותי בסיבוביו לידי מיחוש הראש ואי אפשר לומר לטובת עצמו הוא מתכוון שהרי מה ענין לסבב תרנגול ולמלמל. מכל מקום אין זה דרך לנהוג כך בתרנגול שהוא מובחר שבעופות.

עם שהתרנגול מהרהר והולך נשק היהודי את הסידור וסגר אותו ורץ עם התרנגול אצל השוחט. נטל השוחט את התרנגול והעביר סכין על צוארו וידע התרנגול מה שידע. אבל ידיעה לאחר מעשה מה מועילה.
 
Back
Top