איז די ארץ המובטחת וואו מיר קלערן א זי איז?

דו פרעגסט װאו ס'איז אין פאקט געשריבן געװארן אדער דו פרעגסט װאס איך מײן מיט דרום ארעביע?

האב איך דיר געזאגט, איך האב נישט אדורכגעטוהן די נושא און אז כ'װעל יעצט אנהויבן װעל איך נישט ענדיגן אין צײט דיך צו ענטפערן.

דרום ארעביע מײן איך דארטן נעבן תימן אדער מער גענוי דרום Hejaz און Asir.

א חורבן מײן איך צוזאגן, די חורבן פאר יענע אידן פון נעבן תימן. זײ האבן כנראה אויך געהאט א חורבן = א שטארקע אויסלענדישע קעניג, נבוכדנצר אדער א צװײטער װאס האט זײ פארטריבן אין גלות און בײ זײער "שיבת ציון" אנשטאט צוריקגײן צו אסיר און העדזשאז זענען זײ געגאנגען צו הײנטיגער אר"י אדער װײל ס'האבן שױן דארטן געװױנט אידן, זײערע ברודער װאס האבן אהין געװאנדערט יארן פריער, (א בחינה װי די אשכנזים װאס זענען אנגעקומען צו פארשידענע לענדער ובתוכם אר"י, בשעת װאס אחיהם הספרדים האבן שױן דארטן געװױנט פאר פולע דזשענערעישאנס וכן להיפך)
אדער װײל מ'האט זײ דאס געאפפערט אנשטאט זײער געװעזענע לאנד אין דרום ארעביע (א בחינה װי אוגנדה װאס די בריטיש האבן הערצלע'ן געאפפערט. מ'קען איזעלי זעהן װי אזױ אוגנדה װאלט זיך יא אויסגעארבעט.) און עקשולי, די שוין-עקזיסטירנדע מלכות ישראל אין די אזור פון הײנטצײטיגע אר"י איז כלל נאך דאן נישט יהודים געװען, און אנרעלעיטעד צו די נײע אנקומער\דזשוינערס, נאר װען די צװײ קולטורן און מסורות [פון יהודה וישראל] זענען צוזאמענגעשמאלצן געװארן האט מען אנגעהויבן זינגען א נײער ניגון: 'לא יקרא עוד שמך יעקב כי אם ישראל'...

@שפן הסופר, דו דארפסט בעסער װיסן; דו הײסטאך שפן פאר א ריזען. אדער װײסטו נאר װעגן ספר דברים..;)
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top