מעבר לנהרי כוש - וואו איז דאס?

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
82
רעאקציע ראטע
585
ארץ עתרי בת פוצי - וואו איז זי?

די פסוק אין ישיעהו זאגט: ה֥וֹי אֶ֖רֶץ צִלְצַ֣ל כְּנָפָ֑יִם אֲשֶׁ֥ר מֵעֵ֖בֶר לְנַהֲרֵי־כֽוּשׁ - אוי דאס לאנד וואו ס׳קלינגט דאס קלאנג פון פליגל אריבער די טייכן פון כוש: הַשֹּׁלֵ֨חַ בַּיָּ֜ם צִירִ֗ים וּבִכְלֵי־גֹ֘מֶא֮ עַל־פְּנֵי־מַ֒יִם֒ - די וואס שיקט אין ים צירים (?) און כלי גומא (שיפעלעך?) אויף די וואסער. לְכ֣וּ מַלְאָכִ֣ים קַלִּ֗ים אֶל־גּוֹי֙ מְמֻשָּׁ֣ךְ וּמוֹרָ֔ט - גייטס איר פלינקע שלוחים צו דאס פאלק וואס איז פארשלעפט און אפגעפליקט, אֶל־עַ֥ם נוֹרָ֖א מִן־ה֣וּא וָהָ֑לְאָה - צו א פארכטיג פאלק פון אים און ווייטער, גּ֚וֹי קַו־קָ֣ו וּמְבוּסָ֔ה אֲשֶׁר־בָּזְא֥וּ נְהָרִ֖ים אַרְצֽוֹ - א פאלק פון קו קו (גרעניצן? האפענונג מלשון קוה?) און צושטויסן, וואס ״נהרים״ (טייכן? פעלקער?) האבן געשענדט זיין לאנד.

פארשידן זענען די פשטים איבער די מיסטעריעזע פסוקים וועלעכע רעדן פון שלוחים פון א פארווארפענער לאנד איבער די טייכן פון כוש וואס ווערט אנגערופן ארץ צלצל כנפיים. לויט טייל מפרשים רעדט זיך דא פון גאולה, אז די מענטשן פון אזא פארווארפענע לאנד מעבר לנהרי כוש וועלן שיקן שלוחים זיך צו דערוויסן וועגן דאס פארפייניגט פאלק, צו זענען זיי טאקע אויסגעלייזט געווארן פון גלות.

דער פשט וועט אייגענטליך שטימען מיט דער איינציגסטער אנדערער פסוק וואס דערמאנט דעם עבר לנהרי כוש, אין צפניה שטייט: מֵעֵבֶר לְנַהֲרֵי כוּשׁ עֲתָרַי בַּת פּוּצַי יוֹבִלוּן מִנְחָתִי - איבער די טייכן פון כוש וועט ״עתרי בת פוצי״ (א פרוי? א פאלק? א לאנד?) ברענגען א מנחה לשם.

דאס איז שטענדיג דער ענין מיט נביאה, זי איז מיסטעריעז און אומקלאר, ווייל זי רעדט פונעם אומבאוואוסטן עתיד, און די מציאות פון דער עתיד איז נישט באוואוסט פאר סתם מענטשן.

האב איך געקלערט צו זיך און זיך געוואונדערט, צו האלטן מיר היינט שוין אין א זמן אין וואס מען קען שוין וויסן וואס איז דאס די באדייט פון אט די מיסטעריעזע פסוקים, צו קענען מיר וויסן וואו דאס לאנד פון צלצל כנפיים געפונט זיך, און וואס איז דאס די נהרי כוש?

בפשטות וואלט זיך געלאזט זאגן אז מעבר לנהרי כוש איז א מקום ידוע, אינעם היינטיגן צפון-סודאן אדער אביסיניען (אטיאפיע), ווייל אין די שטחים איז ידוע מחכמי קורות הדורות אז עס זאל האבן עקזיסטירט א ממלכת כוש ונוב בימי קדם. נאר דא עקא, ווען עס קומט צום נאמען כוש, זעען מיר שוין פון חז״ל אז עס הערשט א טשטוש, ווייל כנראה האט דער כוש, און באותה מידה איר גריכישער איבערטייטשונג עטיאפיע, זיך אנגעהויבן מתפשט צו זיין אויף ברייטערע שטחים, אזש מען זעהט אין גמרא שוין אז כוש איז זעכציג מאל גרעסער ווי מצרים, משמע אז באותן הימים האט שוין כוש געמיינט גאנץ אפריקא, אדער דער שווארצער אפריקא (וואס מען האט נישט געוואוסט אז זי ציט זיך אזוי טיף דרום ווי מיר ווייסן היינט) און אזוי זעען מיר טאקע אז יעדער שווארצער באותן הימים ווערט מכונה כושי, אין אנדערע ווערטער, ווען מען זעהט כוש אין די מקורות, אפילו שוין אין פסוק, און דאס זעלבע אז מען זעט עטיאפיע אין אור אלטע נישט-אידישע מאנוסקריפן, גייט עס אפט מאל ארויף אויף אלע ״אפגעברענטע״ אומות פונעם קאנטינענט, דרום און מערב פון ממלכת מצרים, און אפילו אלע דרום לענדער מחוץ דעם קאנטינענט וואו אירע איינוואוינער זענען טונקל און אפגעברענט.

דערפאר, אז די פסוק זאגט מעבר לנהרי כוש, איז א ספק צי זי מיינט טאקע דעם מלכות כוש הקדומה דרום פון מצרים, ידוע אויך אלץ ממלכת נוב (נוביע), וואס איז די היינטיגע צפון סודאן, אדער האנדלט זיך דא פון ערגעץ ווייטער אין טיפער איבער דעם ריזיגן שטח פון ״כוש הגדולה״ דהיינו דעם שווארצן אפריקאנער קאנטינענט.

אויב עס איז אזוי, דארפן מיר אפיר זיכן דעם טייך וואס טיילט אפ דער עבר לנהרי כוש מיט די איבעריגע וועלט. איז אזוי, אז מיר זיכן אין היינטיגער צפון סודאן אדער אפילו שוין אין אטיאפיע, א לאנד פארשלאסן מיט א טייך, וועט מען האבן א שטיקל פראבלעם, ווייל עס איז נישט ידוע אז ס׳זאל פאראן זיין א טייך וואס זאל אפהאקן צווישן די שטחים פונעם אמאליגן ארצות כוש אין צפון סודאן מיט די שטחים טיפער דרום אין אפריקא, אדרבה, די נילוס שלענגלט זיך דרום דרום ווי א אפענער וועג אריין אינעם טיפן אפריקא אזש איין טייל פונעם נילוס פירט דירעקט ביז ארץ חבש (אביסיניע - אטיאפיע) און די אנדערע טייל נאך טיפער שוין ביז אוגאנדא.

ס׳דארף באצייכנט ווערן אז א לאנד בשייכות מיט ״כוש״ וואס איז פארשלאסן פון די וועלט דורך א ״טייך״ איז נישט נאר אנוועזנד אין אט דא אין די מיסטעריעזע פסוקים פון די נביאים אחרונים וועלעכע דערמאנען א ארץ מעבר לנהרי כוש, ווייל שוין אין בראשית ביי די נהרות גן עדן זעען מיר דערמאנט ווערן א כוש וואס איז ארום גענומען מיט א טייך וואס הייסט גיחון ״הסובב את ארץ כוש״. כלפי דעם טייך גיחון, טראץ די באמיאונגען פון די מפרשים
ווייסן מיר נישט בבירור על פי פשט וואו זי געפונט זיך. יתכן אז גלייך ווי דער מקום גן עדן איז א מיסטעריע, איז אויך די שפירן פון כאטש טייל פון אירע טייכן בגדר תעלומה און צווישן זיי דער גיחון מיט איר איינגעקלאמערטן כוש אי שם. קען מען אפשר זאגן אז סיי יענער כוש פון בראשית און סיי אונזער מעבר לנהרי כוש רעדן ביידע פון די זעלבע ארט, אן אנדער כוש, וואס האט נישט קיין שייכות מיטן באקאנטן ממלכת כוש פון תרהקה המלך פון ספר מלכים, א לאנד וואס איז אונז היינט נישט באקאנט. בכל אופן, כלפי אונזער מעבר לנהרי כוש איז דאך זיכער דא אן אי התאמה מיטן מאפע וואו מען זעהט נישט קיין טייך אפטיילן צווישן א פארבארגן לאנד און די וועלט.

נאר וואס, אז מען קוקט אין די מאפע פונעם נילוס זעהט מען אז טראץ וואס זיך גייט פון צפון צו דרום, קירעוועט זי באלד נאך מצרים זיגזאג זיגזאג הין און צוריק שאפנדיג א חצי מעגל פון לינקס און דערנאך א חצי מעגל פון רעכטס, די צוויי חצי מעגלים לויפן דורך טאקע דארטן וואו ס׳איז אמאל געווען די ממלכת כוש, וואס דאס קען מען ערקלערן דעם סובב ארץ כוש פון בראשית. ובאשר נהרי כוש זעהט מען קלאר אין די מאפע אז נאך פונעם חצי מעגל הסובב את כוש הידוע שפראצן ארויס עטליכע וואדי (האלב טריקענע טייכן) זיך שטעלנדיג כמעט אין די ברייט, און אביסל ווייטער טיילט זיך דער נילוס אין צווייען. זאלן זיי זיי די נהרי כוש? יתכן!

4894DB1C-F4F0-4F2A-A47D-7D292BA479DC.png
ר
דאס וואלט געדארפט צו זיין א צופרידנשטעלנדער ענטפער, סיי כלפי די נהרי כוש און סיי כלפי כוש מיט גיחון פון בראשית. נאר אז מען קוקט אין א מאפע אויסגעשטעלט לויט די גבולות העולם פון דעם באקאנטן אור אלטער היסטאריקער - האראדעטוס, געלעבט בימי עזרא הסופר, זעהט מען אן אינטרעסאנטע זאך, דער נילוס גייט קודם פון צפון קיין דרום ווי אונזערע מאפעס, דאן, דארט וואו עס געפונט זיך מלכות כוש, קירעוועט זי פלןצלינג קיין מערב און שאפט א צוטיילונג צווישן צפון פונעם ליביע קאנטינענט (די אמאליגער נאמען פאר דעם אפריקאנער קאנטינענט וואס זיי האבן געוואוסט) וואס איז אונזער זייט פון די ישוב, און דעם דרום פון דעם ליביער קאנטינענט, די פארבארגענער זייט פונעם ישוב. און אט דער נילוס פון האראדאטוס׳ רשימות פארמאגט נישט קיין חצי מעגלים און אויך נישט קיין אפצווייגן ווי אונזערע מאפעס, נאר איז מקשה אחת איין לאנגער טייך וואס גייט ווי א איבערגעקערטער ר׳.

און אז דאס איז געווען דער גלויבן פון א באקאנטער חוקר ארצות הקדמוני בסוף ימי התנ״ך, איז דערפאר נישט כולו אפגעפרעגט אנצונעמען אז די פסוקים וואס דברה כלשון בני אדם, זאל זיך באציען צום דעמאלס אנגענומענעם הוא אמינא אז דער נילוס גייט שפעטער ממזרח למערבאפשיידנדיג די אפענע באקאנטע צפון פון דער פארשטעקטער דרום. און זאל דערפאר מעבר לנהרי כוש ארויף גיין אויף די לענדער פונעם פארבארגענעם דרום זייט פונעם נילוס, געבויט אויף דעם טעות עם, דהיינו דעם שווארצן אפריקא.

274B527F-B286-4B8D-A4F8-E325F8DA7D69.png

נאר אז מען ברענגט שוין אריין אזא טעאריע אז כוש זאל ארויף גיין אויף א באהאלטענע זייט פון אפריקא הינטער א טעות׳דיגער נילוס, לויט די אנגענומענער דעה פון יענע יארן, קען מען שוין אויף דעם חשבון ברענגען א טעאריע געבויט אויף אן אנדערער אנגענומענער דעה באותן הימים, און דאס איז אז נהרי כוש זאל מיינען דער אטלאנטישע אקעאן, ווייל, גלייבט עס צו נישט, די אור אלטע רשימות תבל באצייכענען אז די אטלאנטישע אקעאן האט אמאל נישט געהייסן אטלאנטישע ים, נאר אטיאפישער ים, אין לאטייניש ״עטיאפיקום מארע״. דער גריכישער היסטאריקער דיודורוס סיקולוס וועלעכע האט געוואוינט אין סיציליע בסוף תקופת החשמונאים, און איז אגב באקאנט אלץ איינער וואס האט א סך געשריבן וועגן אידן אין ארץ ישראל, שרייבט אז די פאלק גארגאנען וואוינען אויף די גארגאנדעס אינזל וואס איז אויפן עטאפיקום מארע, די גארגאדעס איז לויט ווי די חוקרים שאצן דאס אינזל קעיפ ווערדע אויפן אטלאנטישן ים נאנט צו אפריקא. דאס זעלבע שרייבט שוין דער מחבר פון ״על דברים נפלאים״ פאלאעפאטוס, וואס זיינע ליקוטים זענען מיוחס צו סיפורים פון די צייטן פון דער דור נאך אלכסנדר מוקדון. דאס הייסט אז שוין אין די דורות נישט לאנג נאך סוף תקופת התנ״ך געפונט מען אז דער אטלאנטישער ים איז גערופן געווארן עטיאפישער ים.


דא זענען דריי מאפעס פון וויקעפידיע פון אזוי שפעט ווי דער זיבענצנטער יאר הונדערט, אין וואס דער דרום אטלאנטישער אקעאן ווערט אפעציעל אנגערופן אטיאפישער אקעאן.




טאמער ברענגט מען דעם ים טעאריע אריין וועט מען קענען זאגן אז די פסוקים זענען נישט נסמך אויף א טעות העם נאר אויף א מציאות ממש, חוץ מזה, שטימט א ים דא בעסער אין פשוט פשט ווי סיי וועלעכער טייך, ווייל די פסוקים פון נבואת נהרי כוש רעדן דא בבירור פון א ים - השולח בים צירים וכלי גומא על פני המים. וועט מען אדער מוזן זאגן אז די לשון נהר דא איז באמת א ים אדער להיפך די לשון ים דא מיינט באמת א טייך. (חוץ אז מען זאגט אז אויסער וואס זי האט געהאט טייך וואס טיילט איר אפ פון דער וועלט האט זי אויך א ים).

ווייל מיר געפונען אז אמאל קען דאס לשון נהר ארויף גיין אויף ים וכן להיפך. למשל אויפן פסוק ״והחרים ה׳ לשון ים מצרים״ טייטשט דער מצידות אז דאס מיינט מען דער נילוס, וואס כאטש ס׳א טייך הייסט עס דא ים. און להיפך, ביי תפילת יונה ווערט דער ים אויך מכונה נהר, ווארשיינליך צוליב די שטורעמישע וואלן וועלעכע לויפן ווי א נהר.

איז דערפאר נישט מופרך צו זאגן אז דער שטורעמישער אטלאנטישער/עטאפישער ים איז גערופן געווארן בלשון נהרי כוש, לשון רבים, דהיינו עטליכע שיכטן פון שטראמען, ווייל דער אטלאנטישער ים איז כידוע א גאר שטורעמישער ים, ספעציעל ביי אירע בארטענעס פון די אלטע וועלט. בכל אופן זעהט מען אז אז אזעלעכע אויסטייטשונגען איז געווען מקובל ביי די חכמי מפרשי המקרא.

יעצט אז מען האט די פאקטן אין די הענט, קען מען מען זיך ערלויבן צו זאגן א מער געוואגטע מער מופשט׳דיגער פשט איבער דעם אידענטיפיקאציע פאר דעם עבר לנהרי כוש, און דאס וועט זיין געבויט לויט די קוועלער פון אונזערע היינטיגע אויסברייטערטע ידועות איבער די וועלטס מאפע. ווייל זינט די וועלט האט זיך אויסגעברייטערט און אויפגעעפנט פאר אונז האבן מיר היינט מער מעגליכקייטן אויסצוטייטשן מיסטעריעזע מקומות אין תנ״ך וואס האט נישט קיין קלארער מקום אין היסטאריע מימי תנ״ך, ובתוכם חתן דינן.

איך וואלט אלזא פארגעשלאגן א סברא אז דער ארץ צלצל כנפיים אשר מעבר לנהרי כוש, אדער ווי זי איז מכונה אין צפניה, ״עתרי בת פוצי״, זאל זיך רעדן פון דער מיטאלאגישער פארשווינדענער קאנטינענט בשם ״אטלאנטיס״, וואס ווערט דערמאנט דורך איינע פון די אבי הפילוסופים, אפלטון. ער דערציילט אין איינע פון זיינע דיאלאגן (משא ומתן׳ס), אז ער האט געהערט פון דעם פילאסאף ״סאלאן״, פון די שבעה חכמי יוון, וועלעכע האט געהערט בשם א מיצרישע כהן,
אז מיט טויזנטע יארן צוריק האט אין די מערב סוף הישוב פארמאגט א מקום וואס האט געהייסן אטלאנטיס, גאר רייך מעכטיג און פארגעשריטן, נאר זיי זענען פארדארבן געווארן, און זיי זענען אונטערגעגאנגען, און די ים האט זיי פארשוועמט.

אט איז א טייל פון זיין לשון ווי פאלגנד: ס׳געווען מיט טויזנטע יארן צוריק אן אינזל וועלעכע איז געליגן פאר די ענגע ים דורך-גאנג וואס עטץ גריכן רופטס אן ״די הארקעלוס זוילן (די היינטיגע גיבראלטור). דער דאזיגער אינזל איז געווען גרעסער ווי לוביע (אפריקא) און אזיען צוזאמען, און זי האט זיך געגרעניצט מיט אנדערע אינזלען. פון יענע אינזלען קען מען דורך גיין די גאנצע קעגנגיגע קאנטינענט, וועלעכע איז מקיף דעם אמת׳ן גרויסן ים״

א סך טינט איז שוין פארגאסן געווארן, וואו איז דאס דער ארץ אטלאנטיס פון וואס אפלטון דערציילט? טייל זאגן ס׳איז ערגעץ מערב פון יוון, אנדערע זאגן אז ס׳איז א שטח מערב מאראקא, און אנדערע טענה׳ן ניין, דאס מוז זיין שוין נאכן גיבראלטור ים פאס, בקצה המערב ממש, און עס מוז דערפאר האבן געווען א גרויסער אינזל אויפן אטלאנטישן אקעאן ממש, צווישן דער אלטער וועלט און דער נייער וועלט, וואס איז היינט מער נישטא צוליב די פארשוועמונג.

אנדערע גייען נאך ווייטער און טענה׳ן אז דאס מיינט מען נישט קיין אינזל צווישן די אלטע וועלט און נייע וועלט, נאר די נייע וועלט ממש, שוין אריבער דעם ים, וואס דאס איז טאקע אמעריקא. זאל לויט דעם האבן אמאל עקזיסטירט א שטארקער פארגעשריטענער לאנד טאקע אויפן קאנטינענט וואס מיר קענען היינט אלץ אמעריקאנער קאנטינענט.

אחרי הודיע אלוקים אותך כל זאת, איז צוריק צו נהרי כוש, אז מ׳קוקט די המשך הפסוקים חזר׳ט זי איבער דאס פריער געזאגטע: בָּעֵת֩ הַהִ֨יא יֽוּבַל־שַׁ֜י לה׳ צְבָקוֹת עַ֚ם מְמֻשָּׁ֣ך וּמוֹרָ֔ט וּמֵעַ֥ם נוֹרָ֖א מִן־ה֣וּא וָהָ֑לְאָה גּ֣וֹי ׀ קַו־קָ֣ו וּמְבוּסָ֗ה אֲשֶׁ֨ר בָּזְא֤וּ נְהָרִים֙ אַרְצ֔וֹ אֶל־מְק֛וֹם שֵׁם־ה׳ צְבָא֖וֹת הַר־צִיּֽוֹן׃

מערק די מיסטעריעזע אימה׳דיגע לשונות, וואס עד היום איז נישט קלאר וואס זיי באדייטן, נאר דער לשון ״מן הוא והלאה״ דייט אן גאנץ קלאר אז דאס רעדט מען פון א לאנד וואס ציט זיך ביז ענדע וועלט, און אזוי טייטשט איר טאקע דער מלבי״ם. ווייטער ״אשר בזכות נהרים ארצו״ ווידער א לשון וואס קיינער ווייסט נישט זיין פירוש, אבער אז מען ברענגט אריין אטלאנטיס פארשטייט מען אז דאס מיין אז זי איז בימי קדם חרוב געווארן דורך פארשוועמונגען, אבער איז ווייזט אויס צוריק געבויט געווארן, און זיי, די איינוואוינער פון דעם לאנד, וועלן ברענגען א נחנה שי לשם ווען זיי וועלן הערן אז די גאולה איז געקומען.

און וואס וועט זיין ״צלצל כנפיים״ לויט דעם? דאס קען זיין די היינטיגע פלי מאשינען, די קלאנג אדער שאטנס פון פליגערס, דראונס, און העליקאפטערס! ס׳דא א סך ארצות מיט די סארט צלצל כנפיים, נאר זי פארמאגט די מערסטע, און דאס איז דאס לאנד וואס געפונט זיך מעבר לנהרי כוש.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1739836915526.png
    1739836915526.png
    228 KB · געזען: 8
איך האב נישט פארשטאנען אלעס אבער איך האב זייער הנאה געהאט יישר כח.

איז דא ראיות ביי אונזערע צו די עקזיסטענץ פוןאטלאנטיס?

האט אנטלאנטיס געדארפט זיין גרעסער ווי אפריקע מיט אזיע ווערט זי דאך אנגערופן א אינזל?
 
יתכן, ס׳דא א באקאנטער חז״ל וועגן שיטפון בימי דור אנוש זיך באציענדיג אויף א פסוק אין תרי עשר הַקּוֹרֵא לְמֵי הַיָּם וַיִּשְׁפְּכֵם עַל פְּנֵי הָאָרֶץ, אז די שיטפון האט גיגרייכט ביז ״כפי ברבריא״ וואס איז מעגליך דער גיברלטר. אבער לויטן מופשט׳דיגער פשט אינעם מאמר קען עס טאקע זיין דער מעבר לנהרי כוש.
א גוטער דיוק טאקע פארוואס עס זאל הייסן אינזל. אפשר יעדער שטיק ערד אפגעטיילט פון די אייגענע שטיק ערד איז מכונה געווארן אינזל, מען דארף נישט מער ווי זעהן ווי אזוי מיר רופן היינט די ״וועלטן״ מחוץ אונזער וועלט - פלאנעטן. בכלל אין די פסוקים ״איי הים״ איז לאו דוקא אינזלען, נאר כולל חופי הים, אזוי האב איך אמאל געזעהן פון איינע פון די מפרשים.
 
דוכט זיך אז דער שטפון בימי אנוש באציט זיך צו דאס צוברעקלן פון די יבשה אויף פארשידענע צוטיילטע קאנטינענטן אנשטאט איין גרויסע שטיק לאנד
 
איך האב געפרעגט איינעם און מען האט מיר געזאגט אז אונזערע חכמים זאגען אז א דריטל וועלט איז פארשוועמט געווארען.
 
דוכט זיך אז דער שטפון בימי אנוש באציט זיך צו דאס צוברעקלן פון די יבשה אויף פארשידענע צוטיילטע קאנטינענטן אנשטאט איין גרויסע שטיק לאנד
נישטא אין חז״ל דירעקטע ווערטער וועגן קאנטינענטן, אולי בדרך רמז אדער מיט א פארשלייערט לשון, וואס יא, עס איז משמע אז פארן שיטפון איז דער ים הגדול (מיטללענדישער ים) געווען יבשה, קומט אויס אז אפריקא מיט אייראזיע איז געווען איין ריזיגער קאנטינענט
 
איך האב געפרעגט איינעם און מען האט מיר געזאגט אז אונזערע חכמים זאגען אז א דריטל וועלט איז פארשוועמט געווארען.
אזוי שטייט טאקע אין חז״ל, דאס האט פאסירט בימי דור אנוש
 
Back
Top