איז די ארץ המובטחת וואו מיר קלערן א זי איז?

דו פרעגסט װאו ס'איז אין פאקט געשריבן געװארן אדער דו פרעגסט װאס איך מײן מיט דרום ארעביע?

האב איך דיר געזאגט, איך האב נישט אדורכגעטוהן די נושא און אז כ'װעל יעצט אנהויבן װעל איך נישט ענדיגן אין צײט דיך צו ענטפערן.

דרום ארעביע מײן איך דארטן נעבן תימן אדער מער גענוי דרום Hejaz און Asir.

א חורבן מײן איך צוזאגן, די חורבן פאר יענע אידן פון נעבן תימן. זײ האבן כנראה אויך געהאט א חורבן = א שטארקע אויסלענדישע קעניג, נבוכדנצר אדער א צװײטער װאס האט זײ פארטריבן אין גלות און בײ זײער "שיבת ציון" אנשטאט צוריקגײן צו אסיר און העדזשאז זענען זײ געגאנגען צו הײנטיגער אר"י אדער װײל ס'האבן שױן דארטן געװױנט אידן, זײערע ברודער װאס האבן אהין געװאנדערט יארן פריער, (א בחינה װי די אשכנזים װאס זענען אנגעקומען צו פארשידענע לענדער ובתוכם אר"י, בשעת װאס אחיהם הספרדים האבן שױן דארטן געװױנט פאר פולע דזשענערעישאנס וכן להיפך)
אדער װײל מ'האט זײ דאס געאפפערט אנשטאט זײער געװעזענע לאנד אין דרום ארעביע (א בחינה װי אוגנדה װאס די בריטיש האבן הערצלע'ן געאפפערט. מ'קען איזעלי זעהן װי אזױ אוגנדה װאלט זיך יא אויסגעארבעט.) און עקשולי, די שוין-עקזיסטירנדע מלכות ישראל אין די אזור פון הײנטצײטיגע אר"י איז כלל נאך דאן נישט יהודים געװען, און אנרעלעיטעד צו די נײע אנקומער\דזשוינערס, נאר װען די צװײ קולטורן און מסורות [פון יהודה וישראל] זענען צוזאמענגעשמאלצן געװארן האט מען אנגעהויבן זינגען א נײער ניגון: 'לא יקרא עוד שמך יעקב כי אם ישראל'...

@שפן הסופר, דו דארפסט בעסער װיסן; דו הײסטאך שפן פאר א ריזען. אדער װײסטו נאר װעגן ספר דברים..;)
 
לעצט רעדאגירט:
כידוע איז ארץ ישראל געווען א טייל פון א שטח וואס איז א תקופה אין היסטאריע געווען ידוע אלץ גרויס סיריע. סיריע דארף איך נישט דערציילן איז נאך מלכות אשור, פון אסיריע צו סיריע. שטעלט זיך די קשיה, טאמער איז סיריע ארם וואס פלוצלינג הייסט עס אשור, און וואו קומט ארץ ישראל אריין אין בילד? איך האב נישט גענוג געגריבלט אין די נושא, אבער אויבנאויף קען מען ווארפן א סברא אז ס׳איז טאקע נישט ארם און נישט ארץ ישראל, נאר פּראָפּער אסיריע - דהיינו אשור.
לויט די פסוקים זענען די עשרת השבטים פארטריבן געווארן ביי די ברעגעס פון ממלכת אשור, אז מען קוקט אין גמרא וואו די עשרת השבטים זענען פארוואגלט געווארן ערטער ווי דפני אנטוכיא, דאכט זיך אפילו אפמיא. לכל הדעות א שפאן אוועק פון אונזער ארץ ישראל הידוע אויב נישט אין אירע גרעניצן ממש. אנטיוכיה הידוע איז צפון פון לבנון, אפמיא איז דאכט זיך אידענטיפיצירט מיט ערגעץ צפון פון גולן אדער גליל. אויך אונזער ירושלים הידוע לנו האט א שטיק צייט געהייסן אנטוכיא, אפשר איז עס גאר דער אנטוכיא, גיי ווייס. אפילו דער סמבטיון איז דא מקורות אז דאס איז ערגעץ אין היינטיגן ארץ ישראל הידוע. גייענדיג מיט @קץ דחוק מהלך קען מען זאגן אז ארץ ישראל הידוע איז בעצם לחלח וחבור ונהר גוזן, וואס איז געווארן א שטארקע צענטער פאר יהדות, אנדערש ווי בבל וואס האט נישט קיין בערג איז געווען גרינג מיט דער שטיק לאנד ארויף צו זעצן נאסטאלגישע נעמען.

סיי ווי וועסטו מוזן זאגן אז עמיצער מאכט דא אויף נעמען. די אראבער האבן מסורות וואו משה ליגט, און אנדערע מסורות וואס מיר באטראכטן ווי באבע מעשיות, איז ווי קראנט קענען שוין זיין מסורות?!…

און אז מ׳רעדט שוין, אולי, איז דער נאמען פאלעשטינע נישט פאליטיש. עס איז דאכט זיך מוסכם דורך גאנץ שטארקע הוכחות אז דער דורך גאנג פון מצרים צום גרויסן קאנטינענט און ארץ ישראל הידוע בכלל איז געווען באזעצט מיט פלישתים, קען מען אולי זאגן א פשט, כדי אנצוקומען קיין דרום אראביע דורך יבשה האט מען געברויכט דורך גיין די שטחים פון פלישתים, האט גאט דאס פארמיטן און זיי געפירט דורך דעם ים, און טאקע מעבר לעבר, פון אפריקא גראד קיין אראביע. שוין איך הייב מיך שוין אן סותר צו זיין, ווייל א פלישתים דא מיינט בעל כרחך לויט אונזער געבאקענער פשט׳ל א פלישתים רחוק פונעם ארץ המובטחת, בעת וואס ס׳איז ברור פון די פסוקים אז זי איז א שכנה מיטן ארץ המובטחת.

אלץ דא בדרך אפשר ולשעשע
 
לעצט רעדאגירט:
סאױ די ערשטע אידן װאס האבן באזעצט אר"י הידוע זענען אפשר געװען פון ראובן, גד וחצי שבט המנשה?

אולי י"ל אז די מעשה דאס זײ האבן געזאגט פאר משה זײ װילן בלײבן מעבר הירדן איז נאר אזא דיפרענט (פריערדיגע אדער שפעטעריגע?) װערסיע צו די מעשה פון סנחריב'ס פארטרײבן זײ. אז נישט װעט מען מוזן זאגן אז זײ האבן אין דרום ארעביע שױן געלעבט אפגעטײלט, אריבער די ירדנער בערג..
 
לעצט רעדאגירט:
ס׳דא גראדע וואס שפילן אויף די שבטי עבר הירדן אויף פארקערט, אז די צוויי א האלב חברה האבן שוין אין עבר הירדן פארמאגט נחלות נאך פיל פאר יציאת מצרים, און יעצט דאס בלויז נאכאמאל געקלעימט. עפעס שטעקט לכאורה מיט די צוויי א האלב חברה, די שאלה איז נאר וואס
 
Back
Top