װערטלעך אדער געדאנקען װאס דו באגעגנסט װען דו לערנסט חז"ל

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,329
רעאקציע ראטע
4,024
פונקטן
443
איך האב געזעהן ערגעץ װאו די תלמוד, דאכצעך אין גמ' ערכין, נוצט דער לשון 'קלים' צומײנען נישט עמי הארצים נאר 'ארימעלײט'. ס'װאלט אינטרעסאנט געװען צו װיסן פון װאנעט דאס נעמט זיך און אין װעלכע נאך קאנטעקסטן די תלמוד נוצט קלים פאר דער באדײט. ע"ד צחות קען מען זאגן אז יענע צײטן איז שױן געװען דער געדאנק אז װאו דער מאה דארטן דער דעה.. און במילא איז 'קל' פאליסעמעס, סײ פאר אן 'עני' און סײ פאר אַן ע"ה.

נאך א װערטל האב איך באגעגנט בשעת'ן לערנען. אױך אין ערכין (איך לערן דאס יעצט). "סבא בביתא פאחא בביתא, סבתא בביתא סימא בביתא". א באבע אינדערהײם איז א אוצר, א זײדע אינדערהײם איז א בראך.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top