וואלן אין אונגארן 26'

כספי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
1,701
רעאקציע ראטע
6,655
פונקטן
943
אין 3 וואכן ארום קומט פאר וואלן אין אונגארן.

די וואלן ווערן אנגעקוקט זייער גורל'דיג, נאך וואס די פאולס פרעדיקטן אז דער רעכטער (סעמי-אויטאקראט) אורבאן גייט פארלירן די וואלן. דאס האט צוגעברענגט אז די רעכטע רעגירונגען איבער די וועלט (ווי אמעריקע אדער ישראל) וואס קוקן בכלל אן אונגארן אלס א ראול-מאדעל, זאלן לייגן שטארקע עפפארט אים צו העלפן.

נאך א פלעיער וואס וויל שטארק זעהן אורבאן'ס געווינס, איז פוטין'ס רוסלאנד. נאך וואס אורבאן שטעלט זיך גאר שטארק ארויס בעד רוסלאנד אין אי.יו. און נאט"א, ביז זאגאר איבערגעבן החלטות און שמועסערייען אינערהאלב די אי.יו. אזוי אויך קויפט עס אין גרויסן רוסלאנד'ס אויל און גאז.
רוסלאנד האט איינגעשפאנט גרויסע כוחות צוהעלפן אורבאן, אינקלודינג אויפשטעלן א מיליטער פון באט'ס צו פארשפרייטן אנטי-פעטער מעגיער (אורבאן'ס מעין אפאזיציע) פעיק ניוז, אים באשולדיגן אלס בוגד אין אונגארן, וואס זארגט זיך נאר פאר אוקריינע און אי.יו, און אז ער וועט שיקן אונגארישע סאלדאטן צו באשיצן אוקריינע.
אזוי אויך איז לעצטנס געווארן באריכטעט, אז פוטין'ס קרעמלין מיט באשטעטיגונג פון אורבאן האבן פלאנירט א סטעידזשט אסאסענאציע אטאקע אין אורבאן, מיט די האפענונג אז דאס וועט צוריקברענגען די דעת הקהל צו אורבאן (ענליך צו טראמפ' אסאסענאציע זומער 24', וואס האט איבערגעדרייט די וואגשאל לטובתו).

-----
אפאר ווערטער איבער אורבאן'ס מהפכה אין אונגארן:

וויקטאר מיהאי אורבאן וואס איז געבוירן אין יארע 63', איז צום ערשט געקרוינט געווארן אלס אונגארישער פרעמיער אין יאר 98', דינענדיג ביז 02', ווען ער איז אריינגעפאלן אין די אפאזיציע.

אין יאר 10' צוריקומענדיג אויפן בענקל האט ער אנגעפאנגען דורכצופירן א 'קאנסטוטוציענאלע רעוואלוציע', וואס האט געפירט צו קאנטעצרירן די פאוער אין זיינע הענט, און צו אפשוואכן די טשעקס און באלאנסן אין די לאנד. דורכדעם וואס ער האט אפגעשוואכט די אומאפהעניגקייט פון די יוסטיץ סיסטעם, און פארמינערט די כח פון די פרייע פרעסע. זעלבספארשטענדליך האט דאס דערהויבן די קארופציע אין לאנד אויף הויכע שטאפלען, צוזאמען מיט מינויי חברים און קרובים פון די פירער.
דורכן געווינען עטוואס מער ווי %52 פון די שטימען, אבער 68% פון די פארלאמענט בענקלעך, האט ער געהאט די מעגליכקייט צו טוישן די קאנסטוטוציע, און במשך די ערשטע יאר פון זיין (2'טע) פרעמיערשאפט האט ער 12 מאל געטוישט די קאנסטוטציע. אין יאר 14' האט ער פראקלאמירט אז זיין שטרעבן איז א דעמאקראטישע אומ-ליבעראלע אונגארן. דא האב איך שוין אנגערירט אז דאס איז אומעגליך.

פון זיינע ערשטע שריט איז געווען צו רעפארמירן דעם יוסטיץ סיסטעם. נאכן טוישן דעם קאנסטיטוציע, האט אורבאן איינגעפירט א רייע געזעצן, דאס ערשטע איז געווען דער געזעץ פון שטעלן ריכטער דורך די פירנדע פארטיי פון רעגירונג. בעפאר דעם איז געווען דער געזעץ אז די קאמיטע וואס איז צאמגעשטעלט פון פירער פון אלע פארטייען זענען די וואס באשטימען די ריכטער, אבער ער האט געמאכט אז דער פירנדע פארטיי זאל האבן דעם גרעסטן מאכט אין דעם קאמיטע. כדי צו פארמיידן א דירעקטע קאנפראטאציע מיט די אמטירנדע ריכטער, האט ער אוועק געשטעלט אן אלטערנאטיווע געריכט סיסטעם וואס זאל זיך אפגעבן מיט אלעס פון די אדמיניסטראציע און האלטן דאס איבערזיכט אויף דער רעגירונג, אונטערגעווארפן צו די יוסטיץ מיניסטער, אוועק נעמענדיג די געלעגנהייט פון די אמטירנדע ריכטער צו קענען אפווארפן סיי וואס פון זיין רעגירונג וואס וועט זיי נישט געפעלן.
צוצואיילן די טוישונגען וואס ער האט געפלאנט, האט ער אראפגענידערט די רעטייערמענט עידזש פון די ריכטער אויפן באנק, וואס דאס האט פאראורזאכט אז אלע אמטירנדע ריכטער האבן רעטייערד, און דורכדעם אריינגעברענגט נייע קאנסערוואטיווע ריכטער צו ערזעצן די געוועזענע אויפן געריכט. ער האט געוואוסט אז א טויש אינ'ם געריכט סיסטעם איז דאס וויכטיגסטע שריט וואס וועט ערמעגליכן זיין פארטיי צו רעגירן.

איינע פון זיינע תיקונים איז געווען אראפצוברענגען די פארלאמענט פון 386 זיצן צו 199. אין יאר 14', ווען ער איז ווידערגעלאפן פאר פרעמיער, האט ער נאר באקומען %45 פראצענט פון די וואויט'ס, אבער 133 בענקלעך (פון 199), קאנטראלירנדיג איבער 2/3 פון די פארלאמענט.

דער קומענדיגער שטאפל איז געווען זיך אפצוגעבן מיט די נאציאנאלע פרעסע וואס איז לויט אים געליגן אין די הענט פון די ליבעראלן און סאציאליסטן. ער האט איינגעפירט א רייע געזעצן אויף דעם נושא, ער האט געטוישט די מערהייט איינגעשטעלטע צו מער קאנסערוואטיווע. ווען די פרעסע האט אים אטאקירט דערויף, האט ער איינגעפירט א נייע געזעץ וואס גיבט די רעכט צו באשטראפן א מידיע נעץ אויף "אומ-באלאנסירטע נייעס קאווערידזש" און די וואס זענען מחליט וואס מיינט באלאנסירט איז א קאמיטע פון די רעגירונג.
פארשטייט זיך אז די שטארקע קנסות פאר די וואס פאלגן נישט, צוזאמען מיט די אומקלארע הגדרה "באלאנסירט", האט געהאלפן אורבאנ'ען מיט זיין רעגירונג כמעט צו שולט זיין אויף די מידיע אין אונגארן. אזוי ווייט אז אויב אין 15' איז געווען 31 פרא-רעגירונג נייעס אגענטורן איז אין יאר 19' געווען איבער 500 אזעלכע, ווען אויפן וועג זענען אסאך פראמינענטע נייעס אגענטורן וואס זענען געווען מער פרא-אפאזיציע פארמאכט געווארן. ווי אויך האט ער און זיין פארטיי שטיצער פערזענליך איינגעהאנדלט מידיע קאמפעניס אויף די פרייע מארקעט, ער האט אויך קאנצעטרירט די רעגירונג מעלדונגען צו נאר שטיצנדע מידיע נעצן, למעשה האט זיין פארטיי דאס בעלות אויף אכציג פראצענט פון די פרעסע. אין די לינק קען מען אביסל זען וואס טוט זיך אין די מידיע.

אין 21' האט די פארלאמענט אריבערגעפירט די קאנטראל פון די אוניווערזיטעטן צו פאונדעישן'ס וואס ווערן געפירט דורך אורבאן'ס פריינד, אין נאך א מיטל זיך צו משתלט זיין אויף אומאפהעניגע מוסדות אין לאנד.

די יומען רייט ארג. פרידאם האוס האט וועגן דעם אראפגערוקט אונגארן'ס רעיט פון דעמאקראטיע צו הייבריד רעזשים - דהיינו א כלאים'דיגע רעזשים געמישט פון דעמאקראטיע און נאן. אין 24' איז ארויסגעקומען א דאקומענטאציע פילם 'Democracy Noir', איבער די אונטערגאנג פון אונגארן'ס דעמאקראטיע.

---
די אלע א"ד שריט האבן אים געמאכט אלס א העלד און ראול מאדעל פאר פילע רעכטע פירער איבער די וועלט, ווי: פרעזידענט טראמפ, ראה"מ ביבי נתניהו, מארין לה פען, רג'יפ ארדואן, וולאדימיר פוטין און נאך. אויך רעכטע אינפלוענסער איבער די וועלט נוצן אים פאר זייער פראפאגאנדע, ווי: טאקער קארלסאן, ראן דעסענטיס, גדי טאוב און נאך. פארשטייט זיך אז די אלע ווילן שטארק זעהן זיין געווינס, און העלפן אים מיט אלע זייערע כוחות.

דאס מאכט טאקע די וואלן שטארק נאכגעקוקט און דראמאטיש.

א חלק פון די ארטיקל איז נאכקאפירט א רעכטער שרייבער אויף אייוועלט (@עפעס אנדערש), וואס - ווי וואונדערליך דאס הערט זיך - האט ער דאס געשריבן ארויסצוברענגען אורבאן'ס לויב... עיין כאן.
 
לעצט רעדאגירט:
Not that I agree with what orban is doing but I think the European Left is much worse and dangerous then him and you need to put him in the context of leading a central European post Soviet county and if you look at pure results he did save Hungary from the disastrous migrant crisis that is hitting Europe and just to remind he had an international army NGOs led by George soros fighting to change the soul of Hungary
 
זייער שיין כספי

וואס איז מיטן פאלק דארט?
זענען זיי צופרידן?

(לדעתי איז די אמעריקאנע דעמאקראטיע נישט די בעסטע, דאס אז ס'איז דא פרי ספידזטש איז נישט אזא גוטע זאך, און ווי מ'זעהט היינט די גרויסע אנטיסעמיטיזם וואס קומט ארויס פון דעם, און נאך.
און די עולם איז בכלל נישט צופרידן דא.

געב א קוק למשל סינגאפור, א לאנד וואס קאנטראלירט טאקע יעדעם, אבער די עקאנאמיע איז אינגאנצן אפהענגיק נאכמער ווי אמעריקע, נאר די גאסן זענען קאנטראלירט מיט קאמערעס איבעראל וואס מאכט עס זיכער, נישט דא קיין שום גוואלטאטען, קיינער האט נישט מורא פון קיינעם, אז דו זאגסט א ווארט קעגן איינעמס ראסע גייסטו באלד זיצן אין תפיסה.

און די בירגער זענען זייער צופרידן.
די פלאץ איז סעיף.
נישט דא קיין רעגירונג קאראפציע.)
 
געב א קוק למשל סינגאפור, א לאנד וואס קאנטראלירט טאקע יעדעם, אבער די עקאנאמיע איז אינגאנצן אפהענגיק נאכמער ווי אמעריקע, נאר די גאסן זענען קאנטראלירט מיט קאמערעס איבעראל וואס מאכט עס זיכער, נישט דא קיין שום גוואלטאטען, קיינער האט נישט מורא פון קיינעם, אז דו זאגסט א ווארט קעגן איינעמס ראסע גייסטו באלד זיצן אין תפיסה.
צוויי נקודת קודם אפילו עס ארבעט זיך אויס האלט איך נישט אס עס איז עטיש אוועק צינעמן אזויפיל פרייהייט פון די מענטשן אבער חוץ מזה איז עס א שפיל מיט פייער ווי מען זעט אז רוב פלעצער ווי מען האט עס פרובירט איז די רעזולטאט געווען טיראניע און קארופציע
power corrupts absolute power corrupts absolutely
 
א נייע פאול פון היינט, געבט מגיאר'ן 58% מיט 140 בענקלעך, אקעגן אורבאן וואס באקומט נאר 35% און 59 בענקלעך.

הלואי!
HERuoiRbYAEswga.webp
 
טראמפ אין שטיצע פאר אורבאן:
 

בייגעלייגטע פיילס

  • image_2026-03-25_165318601.webp
    image_2026-03-25_165318601.webp
    46.3 KB · געזען: 3
Back
Top