- זיך איינגעשריבן
- אקט. 28, 2024
- מעסעדזשעס
- 343
- רעאקציע ראטע
- 1,166
- פונקטן
- 223
אדער מיינט דאס, אז מיט די געזעצן פון פיזיקס קען מען אויסרעכענען, אז אין אנפאנג האט עס ארויסגעגעבן מער גאז ווי עס גיבט יעצט ארויס.מיינט דאס אז קאוקע קאולע איז אכציג מיליאן יאר? אדער אז עס איז לכתחלה נישט 80 פער סקווער אינטש? אדער מיינט דאס אז ווילאנג מען אבזעוורירט נישט עפעס מהחל ועד כלה האט מען נישט קיין אנונג?
אבער אויב די געזעצן פון פיזיקס זאגן נישט אזוי, נאר עס זאגט אז די גאז גייט אייביג ארויס אויף די זעלבע ראטע, ווי אויך איז למשל דא א געזעץ אין פיזיקס וואס זאגט אז פלאסטיק פון די באטל ווערט קלענער יעדע יאר מיט א פערטל אינטש, און ווען מען מעסט וויפיל קלענער די באטל איז פון א נארמאלע באטל, זעהט מען אז די נומער וויפיל יאר עס דארף נעמען פאר די באטל צו ווערן די סייז, און אויך וויפיל יאר עס דארף נעמען פאר די קאוק צו האבן פארלוירן אזוי סאך גאז, שטימען איינס מיטן צווייטן, (און זיכער אויב עס איז נישטא קיין סיבה צו האבן א פראבלעם אז די באטל איז צען מיליאן יאר אלט), דאן וועט די ענטפער וואס לייגט זיך די מערסטע אויפן שכל זיין, אז די באטל איז צען מיליאן יאר אלט.