וואס האט נאסא געטראפן אויף מארס?

blender

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אקט. 28, 2024
מעסעדזשעס
283
רעאקציע ראטע
917
פונקטן
113
פאר ווער עס האט נאר אביסל מיטגעהאלטן די נייעס פארגאנגענע וואך (ווי @זית רענן האט שוין באריכטעט) איז געווען שווער נישט צו באמערקן אז עפעס א גרויסע דורכברוך איז געמאכט געווארן אין די פעלד פון "עקסטרע טערעסטריעל לייף". אין א סטעיטמענט האט נאסא פארעפענטליכט, אז ארום הונדערט פערציג מיליאן מייל אוועק פון פלאנעט ערד, אויפן רויטן פלאנעט מארס, זענען געטראפן געווארן דורכן פערסעווערענס ראווער געוויסע פלעקן און פארעמעס וואס טוען גאר שטארק אנדייטן אויף איבערבלייבענישן פון לעבן אויף די מארס באדן, ווי נאסא'ס דירעקטאר האט זיך אויסגעדריקט "דאס איז לכאורה די שטארקסטע באווייז ביז יעצט אויף אמאליגע עליען עקזיסטענס אויף מארס" (עליען מיינט נישט דווקא א גרויסע גרינע באשעפערניש מיט א ריזיגע קאפ און א פיצי קערפער מין ריזיגע שמאלע אויגן, די ווארט "עליען" באדייט, סיי וואספארא פארעם פוון לעבן אויף אן אנדערע פלאנעט אויסער אונזער פלאנעט ערד).

אבער און די פארגאנגענהייט זענען שוין געהערט געווארן צענדליגע מאל איבער געטראפענע "מעגליכע לעבן אויף אן אנדערע פלאנעט", ווי למשל ווען מען האט געטראפן ארגענישע מאליקיאלן אין די וואלקענעס פון ווענוס, אדער אנדערע פאטענציאלע אזוי געריפענע "לייף סיגניטשורס" אויף אנדערע עקסאו פלאנעטן, די אלע ביישפילן האבן זיך ארויסגעשטעלט צום סוף צו זיין גענוג איבערצייגנד צו ווייטער פארשן. אבער אויב אזוי וואס איז יעצט אנדערשט? פארוואס לייגט די סייענטיפישע וועלט אזוי סאך האפענונג אויף די יעצטיגע געפונס? וואס זענען בכלל די פעטערנס וואס מען האט געטראפן און פארוואס ווייזן זיי אויף איבערבלייבענישן פון מיקראבישע לעבן? פארוואס קען נישט זיין אז עס קומט פון עפעס אנדערשט? און ווי אזוי קען מען בכלל פעסטשטעלן צו עס איז טאקע א אינדעקאציע פון לעבן?

די פערסעווערענס ראווער איז ארויפגעשאסן געווארן דורך נאסא אין יאר 2020 און נאכן פליען אין די ספערן פאר זיבן חדשים איז ער אנגעקומען צו זיין ענגילטיגע דעסטענאציע, די "דשעזעראו קרעיטאר" אויף מארס. נאסא האט אויסגעוועלט די ספעציפישע לאקאציע צוליב דאס וואס איינע פון די הויפט אויפגאבעס פונעם ראווער איז באשטימט געווארן צו זיין: פראבירן צו פארענטפערן איינע פון די מערסט געפרעגטע קשיות אין די עקזיסטענס פון מענטשהייט, נעמליך, זענען מיר אליין אין די יוניווערס?
היינט צוטאגס איז מארס וויסט און טריקן און לכאורה אפי' נישט פאסיג פאר אנגייענדע לעבן,אבער נאסא האט באשלאסן אז אויב איז מארס אמאל געווען א גאסטגעבער פאר לעבן איז אט די קרעיטאר איינע פון די מערסט פאסיגע קאנדידאטן דערפאר, וויבאלד ווי אלע באווייזן צייגן, איז אין די דאזיגע גרוב אמאל געפלאסן מערערע טייכן פון וואסער און מינעראלן, און אלע נויטיגע באשטאנדטיילן פאר לעבן זענען אוועזנד געווען דארטן צו קענען סוסטעינען לעבן, נאכדערצו וואס די קלימאט אין דעם פלאץ איז נאך פון די מערסט פאסיגע ענווייערמענטס פאר לעבן אויף מארס, וועגן דעם זיכט נאסא פאר באווייז פון אמאליגע פארשטארבענע לעבן, דווקא אויף די ספעציפישע ארט ווייל אויב איז ערגעץ געווען לעבן איז עס לכאורה דארט.
פאראיאר אויף יוני דעם ניינטן האט נאסא אריינגעפירט דעם ראווער אין א קארידאר וואס פלעגט אמאל אריינפירן וואסער אינעם טייך, צו כאפן א בליק וואס עס גייט דערטן פאר, ווען מיטאמאל האט א גרויסע שטיק פאהארטעוועטע שטיין ארויסגעשטארצט פונעם ארום צו די טיעם, זיי האבן אהינגעפארן אביסל נענטער צו באאבאכטן די מאדנע שטיין פון די נאנט, און א סופרייז האט זיך אנטפלעקט צו זיי... די שטיין איז געווען באדעקט מיט טונקל-גרינע און שווארצע קליינע פינטלעך און פלעקן. ווען פאר א פשוטע מענטש איז דאס נישט עפעס עקסטער איבעראשנד, האט דאס אנגעצונדן הויעכע אלארמען אין די קעפ פון נאסא'ס גיאלאגן אין ביאלאגן.
images (13).webp

די פלעקן אויף מארס
אויף אונזער פלאנעט ווערט זייער אפט געטראפן די זעלבע פלעקן, און נאך אסאך פארשן איז מען געקימען צו א קלארע מסקנא אז על פי רוב, ווען מען טרעפט אזאלעכע סימנים, מיינט דאס אז די פלאץ פון די פלעקן האט אמאל אין די פארגאנגענהייט געשטורעמט און געלעבט מיט שווערע טויזענטער מיקראבן און ארגעניזעמס, און דאס איז אן קיין ספק די הסבר וואס יעדער גיאלעגיסט וועט געבן ווען ער וועט טרעפן אזאלעכע פלעקן אויפן ערד, אבער אויף מארס דארף מען אביסל בעסער אבזעווירן די מצב פאר מען קומט צו אזאלעכע מסקנות.

נאסא האט זיך גלייך גענימען צו די ארבעט, ארויסשטעלנדיג פערסעווערנסעס גאנצע ארסענעל פון כלים און סענסארס צו אנעלעזירן די שטיין סעמפלס.
נעמענדיג אין באטראכט די וויכטיקייט פון דאס אין וואס זיי האבן זיך אנגעשטויסן, האט די טיעם באשלאסן צו אריינדרילן אין די שטיין, ארויסנעמען א סעמפל און דאס אוועקלייגן פאר ווייטערדיגע אנעלעזירונגען. איינע פון די גאר שטארקע מעגליכקייטן פון פרעסעווערענס אין וואס מען האט אריינגעלייגט אסאך כוחות, איז די מעגליכקייט צו ארויס נעמען סעמפלס פון געוויסע פלעצער אויף מארס און עס אוועקלייגן אין א ספעציעלע קאפסול וואס איז ספעציעל דעזיינט געווארן צו קענען עווענטועל איין טאג צוריקגעברענגט ווערן צו אונזער פלאנעט צו קענען געהעריג אבזארווירן די סעמפלס מיט מאכטפולע אינסטרומענטן אין די ריזיגע לאבעטאריעס דא אויפן ערד קוגל.
נאכן דרילן. ארויסנעמען די סעמפל און עס גוט פארפאקן אין א מעטאלענע טוב, איז די סעמפל א נאמען געגעבן געווארן "סעפייער קעניאן" און איז פארוואנדלד געווארן אין די טייערסטע מארס סעמפל וואס איז נאר אמאל גענימען געווארן.

images (14).webp

פערסעווערנס ביים נעמען א סעלפי נאכן דרילן די סעמפל

אבער פאר מען שטעלט זיך אויף שרייען גלייך אז מען האט שוין געטראפן עליען לעבן אויף מארס, ברויך מען זיין אביסל פארזיכטיג וויבאלד מיר האבן זיך שוין טועה געווען א שיינע פאר מאל...
די יאגד פאר לעבן אויף מארס איז א געשיכטע וואס גייט שוין צוריק צענדליגע יארן אין די פארגאנגענהייט, אין יאר 1976 האט נאסא'ס ערשטע מארס ספעיס עקספלארער ענדליך דערגרייכט צו דעם רויטן פלאנעט און גלייך אנגעהויבן צו דורכפירן די ערשטע טעסטס צו אויפכאפן צייכענעס פון לעבן אויף מארס. זיי האבן פשוט אריינגעשפריצט נוטריענס אין די רויטע זאמד פון מאדים צו זעהן אויב עפעס רעאגירט דערצו און אויב עס איז דא עפעס לעבן וואס וועט אויפעסן די נוטריענס, ווען פלוצלינג האט די ערד פון מארס אנגעהויבן צו ארויסלאזן פארשידענע גאזן, ווי כאילו איינער איז אין די זאמד, און ער פארדייעט די נוטריענס. נאסא האט נישט געוויסט וואס צו טוען מיט זיך פאר שמחה, זיי זענען געווען זיכער אז ענדליך האבן זיי געפראווד אן קיין ספק אז די ערד פון מארס איז פול מיט מייקראבן, אבער ווי סייענטיסטן האבן שפעטער אנגעוויזן איז זייער שמחה געקומען אביסל צו פרי, ווען זיי האבן שפעטער ריאלעזירט אז געוויסע ריאקטיווע קעמעקאלן אין די זאמד פון מארס וואלטן ארויסגעגעבן די זעלבע גאזן און פינקט אזוי גוט עקלערט די רוזאלטאטן וואס מען האט געהאט אבזעווירט אן קיין געברויך אריינצוברענגען לעבן אין בילד.
אין די שפעטערע יארן ווען מען האט אנגעהויבן שיקן ראווערס צום רויטן פלאנעט, און בעיקר נאכן אנטדעקן אז די צווי פאולס פון מארס זענען באדעקט מיט פארפרוירענע וואסער, האט מען צוביסלעך אנגעהויבן ריאלעזירן אז מארס האט אמאל אויסגעזעהן אינגאנצן אנדרשט ווי עס זעהט אויס יעצט, אין פאקט ווי עס זעהט אויס האט עס אויסגעזען גאנץ ענדליך צו אונזער פלאנעט, מיט ימ'ן און טייכן פול מיט געהעריגע פליסיגע וואסער וואס וואלטן רואיג געקענט אונטערהאלטן לעבן אויף מארס, און דאס האט זיי געפירט צו גלייבן אז ארכילאגישע באווייז פון לעבן געפונט זיך באהאלטן ערגעץ-ווי אויף מארס, און אויב איז געוועהן וואסער איז עס לכאורה אין יענע געגנט וויבאלד קעמיקאלע רעאקציעס האבן סאך גרעסערע שאנסן זיך צו פארמירן אין וואסער ווי אויף די טריקעניש.
און יעצט האב מיר פערסעווערענס מיט זיינע סעמפלס אין האנט מיט גרויסע מעגליכקייטן אז א דורכברוך שטייט ביים שוועל
אבער פאר די ראווער פארפאקט די סעמפלס גרייט צו ווערן אפגעשיקט צו אונז האט נאסא דורכגעפירט די מערסטע טעסטס וואס איז מעגליך אדורכצופירען דארטן וויט אוועק מיט פערסעווערענסעס געצוימטע צאל פון דעווייסעס וואס וועלן אפשר עטוואס ווארפן אביסל מער ליכט צו זעהן צו מען האט טאקע אנדעקט עפעס ריזיג.
די וויכטיגסטע דעווייס ווערט גערופען "פּיקסל" וועמענס ציל איז צו פראבירן -אויף ווי ווייט מעגליך- צו זעהן מיט א ספעציעלע קאמרע, וועלעכע עלעמענטן זענען אנוועזענד אין די סעמפל, דערנאך איז דא "שערלאק" וואס ניצט לעיזער צו אינדענטיפיצירן אין א סעמפל ספעציפישע מינעראלן און ארגאנישע מאליקיאלן וואס איז וויכטיג פאר לעבן.
ווען פערסעווערענס האט געצילט זיין לאנגע ראבאטישע ארעם מיט די סעמפל צו די מאשינען, זענען די פארשער געבליבן שאקירט. די ריזאלטאטן האבן געוויזן פינקטליך דאס וואס זיי האבן ערווארטעט! די אינהאלט פון די שטיינער זענען געווען פון מיט ארגאנישע מאליקיאלן, אייראן, פאספרעס, סאלפאר און נאך אסאך באשטאנדטיילן וואס זענען קריטיש וויכטיג פאר לעבן. אבער וואס איז געווען די עיקר איז געווען צוויי גאר ספעציעלע מיניראלן, "וויוויענייט" און "גרעיגייט". אויף אונזער פלאנעט זענען די צוויי מיניראלן כמעט אייביג ציזאמגעשטעלט מיט די איבערבלייבענישן פון לעבעדיגע באשעפענישן און ווערט כמעט קיינמאל נישט געטראפן ערגעץ אנדערשט וויבאלד די סטרוקטור פון די מאליקיאל ווערט כמעט קיינמאל נישט געמאכט ערגעץ אנדערש ווי אין די קערפער פון א לעבעדיגע באשעפעניש ווען ער האלט אינמיטן פארדייען זיין עסן. איבער די יאר דערויף האבן די סייענטיסן דא אויף אונזער פלאנעט געשטיפט די דאטא צו די לימיט זיי האבן פינקטליך איבערגעקוקט די באשטאנדטיילן פון די שטיין און פראבירט צו אויפקומען מיט א פאסיגע הסבר וואס וועט מסביר זיין וואס די מאדנע פלעקן מיינען און וואס קען עס האבן צוגעברענגט. און פאריגע וואך האט נאסא ענדליך ארויסגעשטעלט די רוזאלטאטן פארן פאבליק. "נאכן אנעלעזירן די סעמפלס פאר א יאר צייט זענען מיר געקומען צו די מסקנה אז ווי עס זעהט יעצט אויס איז נישט דא קיין אנדערע הסבר פאר די פלעקן חוץ אויב אמאל האט עקזעסטירט לעבן אויף מארס".
און אנדערע ווערטער מיינט דאס אז מען האט געטראפן אלע דריי באשטאנדטיילן וואס פעלן זיך אויס פאר לעבן, אין איין שטיין סעמפל. וואסער, ארגאנישע מאליקיולן (קארבאן בעיסד מאליקיולן) און אן ענערגיע מקור! און עס איז די ערשטע מאל וואס מען טרעפט אלע פון די דריי אין איין סעמפל. עס איז ווי דו שטויסט דיך אן אין א פלאץ אין וואלד מיט א רינג פון שטיינער, אש אינדערמיט און שריים פון עסן ארום, דאס איז לכאורה א קלארע אינדעקאציע אז איינער איז דא געגאנגען קעמפינג, אפי' דו זעהסט נישט יענעם...
יעצט, אוודאי איז דא א קליינע מעגליכקייט אז עס האט זיך אנטוויקלט פון עפעס אנדערשט, אבער ווען מען קוקט זיך ארום זעהט מען זייער שנעל אז אין אונזער פאל איז אביסל אנדערשט. די צוויי מינעראלן "וויוויענייט" און "גרעיגייט" קענען זיך נאר פארמירן אונטער א געציילטע צאל אומשטענדן און דא זענען אלע אומשטענדן חוץ לעבן מער ווייניגער אויסגעשלאסן.
די ערשטע מעגליכקייט איז, די זעלבע ענווייראמענט ווי יעצט, נאר מיט עקסטרעם הייסע טעמפרעאטורן, אויב הייצט מען ווען אן די זאמד און מען האלט עס עקסטרעם הייס פאר א לענגערע צייט וואלט מען ערווארטעט צו זעהן די זעלבע רוזאלטאטן ווי דאס וואס מען האט געטראפן און דאס וואלט מסביר געווען דאס וואס מיר געפינען "גרעיגייט", אבער אזאלכע עקסטרעמע ענווייראמענטס וואלטן איבערגעלאזט אסאך עוועדענס, ווען אין פאקט זעהט מען נישט קיין שום אינדעקאציע אז אזאלעכע וועטערס האבן אמאל עקזעסטירט, חוץ פון דעם וואס "וויוויענייט" קען נאר איבערלעבן נידריגע טעמפראטורן און וואלט קיינמאל נישט עקזעסטירט אויף דעם פלאץ ווען עס וואלט ווען טאקע געווען אזאלעכע וועטערס. אבער אזוי ווי מיר זעהן עס יא אין די סעמפלס מיינט דאס אז הייסע וועטערס איז נישט די תירוץ.
די צווייטע מעגליכקייט איז אויב וואלט ווען וואסער וואס איז פול מיט עסיד אדורכגעפלאסן אויף דעם פלאץ פאר א לענגערע צייט, וואלט ווען אויך געווען מעגליך צו טרעפן אזאלעכע פלעקן, אבער ווי פריער, מיר וואלטן ערווארטעט צו זעהן אסאך אנדערע עוועדענס פאר אזא געשעניש ווען אין פאקט איז נישטא גארנישט, חוץ פון דעם האבן זיי אויך געטראפן א מיניראל גערופן "אלעווין" אין די אדערן פון די שטיינער, אין די צייט וואס אלעווין ווערט חרוב דורך עסיד. ממילא איז עסיד אויך אויסגעשלאסן.
די דריטע מעגליכקייט איז אויב די ארגאנישע מאלעקיולן קענען זיך אליין פארמירן דורך א "קעטעליסט" (א קעמיקעל וואס העלפט אנדערע עלעמענטן אדורכצופירן רעאקציעס וואס זיי פאר זיך וואלטן נישט געקענט אויספירן) און אויב וואלט ווען געווען אזא זאך דארט, וואלט מען ווייטער געקענט מסביר זיין די רוזאלטאטן אן קיין געברויך פאר לעבן, אבער ווי פריער פעלט זיך אויך אויס הויעכע טעמפראטורן דערפאר, און ווי פריער געזאגט איז אזא זאך לכאורה נישט געווען.
סאו, למעשה קוקענדיג אויף אלע אוועלעבל אפציעס, איז מיקראבישע לעבנס לכאורה די בעסטע הסבר דערפאר, אויב די מיקראבן האבן געלעבט אין די קרעיטאר און געניצט די סאלפאר און פאספרעס פאר א מקור פון ענערגיע, וואלטן זיי איבערגעלאזט די זעלבע ספאטס וואס מען זעהט יעצט! אלע באווייז פירן אונז צו די איינציגסטע אפציע, נעמליך די מאראסט איז אמאל געווען פול מיט לעבעדיג מיקראבן וואס האבן איבערגעלאזט די פלעקן נאך זיך און צעביסלעך האט זיך די מאראסט פארהארטעוועט צו ווערן די שטיין וואס מיר זעהן יעצט, איבערלאזנדיג די פלעקן געפרוירן אין צייט ווי אזוי די מיקראבן האבן עס דעמאלטס איבערגעלאזט.

אבער לכאורה, אויב יעדער איז אזוי איבערצייגט אז די איינציגסטע מעגליכקייט איז לעבן, פארוואס זאגן זיי עס נישט קלאר? פארוואס זענען די סטעטמענטס אזוי פרווה, ווי "אפשר" און "לכאורה" ,פארוואס לייגט נישט נאסא ארויס א סטעיטמענט "מיר האבן געטראפן לעבן אויף מארס"? אויף וועם און וואס ווארט מען?

נאר ווי קארל סעיגען האט געזאגט "עקסטרעארדענערי קלעימס נידס עקסטרעארדינערי עוועדענס", צו קלעימען אז מען האט געטראפן עיליענס אויף מארס, קען זיכער פאררעכנט ווערן ווי אן "עקסטרעארדינערי קלעים"... ממילא דארף מען קודם גיין קיין מארס און צוריקברענגען די סעמפעלס פאר געהעריגע אנעלעזירונגען דא אויפן ערד. פערסעווערנס קאלעקט שוין די לעצטע פאר יאר, מער און מער סעמפלס פון מארס, מאכט עס גרייט און לייגט עס אוועק כדי עווענטואל זאל מען עס קענען צוריק ברענגען אין די גרויסע לאבעטאריעס דא ביי אונז.

ווי פארשטענדליך וועט אזא מיסיע זיין עקסטרעם קאמפלעצירט, און וועט פארלאנגען אפאר עקסטערע ראקעטס און מיסיעס, און וועט אפקאסטן א הון תועפת. אפיציעל איז געווען ערווארטעט אז אין יאר 2030 וועט נאסא ענדיגן אויספירן די מיסיע און צוריקברענגען די סעמפלס, אבער א דאנק די בודשעט קאטס וואס די אמעריקאנע גאווערמענט האלט און איין צוטיילן פאר נאסא, וועט דאס נאך לכאורה ווערן אפגעשטיפט אפאר מאל ביז די ענגילטיגע מיסיע.

שטעלט זיך די פראגע: וועם גייט עס אן? פארוואס זאל מען ספענדן אזויפיל כוחות און געלט? וואס גייען מיר בענעפיטן אויב ווערט מען געוואר אז עס איז געווען לעבן אויף מארס? ווי געווענטליך איז די תירוץ, ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט אין די פארגאנגענהייט קומט די תירוץ ארויס נאך די דורכברוך און עס איז אוממעגליך עס פאראויס צוזאגן (ווי למשל ביי די "לארדזש העדראן קאליידער" וואס איז אויסגעשטאנען שארפע קעגנערשאפט פון די פובליק, און למעשה האט די פארשטאנד איבער עלימענטערי פארטיקלס וואס דאס האט צוגעברענגט, צוגעפירט צו די אויפקום פון די עם. אר. איי. מאשין, געוויסע טיילן פון קוואנטאם קאמפיוטערס און נאך אסאך אסאך רעוואלוציאנערע ערפינדונגען) אבער גראדע איז יא ערווארטעט אסאך מער פארשטאנד אין די פעלד פון ביאלאגיע און כעמיע וואס וועט זיכער טוישן די וועלט פון מעדעצין פאר באַקטעריע און וויירוסעס ווי אויך די וועלט פון קעמיקאל רעאקציעס.
 
לעצט רעדאגירט:
היות איך בין נישט די בעסטע שרייבער ערווארטעט איך ספעלינג מיסטעיקס און גראמאטיק טעותים, סאו אויב איינער וויל זיך אנטראגן עס דורכצובליקן און פאררעכטן די טעותים, וועל איך שטארק מכיר טובה זיין.
ביטע קומען אין אישי.
 
שכויח פאר אזא זאפטיגע אנאליז, ס'איז זייער קלאר און פיל מיט תוכן!
ברענג אונז נאך ביטע!
 
Back
Top