וואס מיינט די הייליגע טעג פאר דיר?

אט האסטו מיינע געפילן:

  • איבער א וואך פון סליחות געזאגעכטצער - זיכער מאכן אז ג-ט האט מיט אונז נישט קיין וועג ארויס
יש נהגו צו זאגן נאר די ערשטע נאכט, בשמיעה מפי חזן קודם חצות. (אלס כפרה פאר די יונגווייז טראומע פון אויפשטיין בקדרותא דצפרא).
  • א נייע מעסער זיך פארשאפט - שניידן זאל עס חותך'ן א גוט יאר
כ'מיין ס'איז א מנהג חסידים?
  • די עפל, מילגרוים, טייטלען, פיש קעפ, האניג, און באנאנע גרייט - דערוואגן זאלן די מלאכים זיך אנקעגנצושטעלן..
באנאנע איז א מאדערענע הוספה - אין איינע פון די מאגאזינען איז געווען כלמיני איינפעלער וואס מענטשען עסן לסימנא טבא
  • כרתי, סילקא, תעלא בעידניה, הוצא ודפנא, וכל חניכא - נאך א ירושלימ'ער מסורה פונעם בבלי'שן גמרא..
😊😊😊
  • פון איין ווארט 'תרועה' - ארויס בלאזן 100 מאל, מיט אן עקסטערע דרייסיג פאר וועמען דער בעל תוקע'ס 'נשימה' איז נישט גענוג בריסק'יש
דיליטעד - געהערט פשוטע 100 קולות ודי.
  • א באנוס צוויי שעה'דיגע ערב ראש השנה'דיגע סליחות - וואו כ'טרעף מיר זוכן די 'ציון' שטיקלעך אינמיטן מרוב אורכם.. והיון מבין..
דיליטעד- מיין סליחות מנין האט גענומען א קארגע שעה
  • לשנה טובה קארטלעך אנגרייטן, ארומגיין וואנזיניג צו אלע פיפטע קאזינעס און עלטער באבעס נאכן דאווענען פארן סעודה - אין קעיס דאס איז די 'פעסווארד' צו אויפשליסן אלע זייערע זכותים
לא נהגו אצלנו ארומצוגיין לשנה טובה'נען - ס'דאך ראשהשנה ביינאכט!!!
  • חס ושלום נישט אריינשלאפן אינעם 'מזל' - אין פאל מ'דארף דיר וויכטיג on duty..
אמאל איז כדאי צו פארשלאפן די מזל - אפשר וועט קומען א בעסערע מזל...
  • סטראשענען דעם באשעפער מיט אן 8 שעה'דיגן דאווענען - שוין באלד בגדר אבסעסיע
יש נהגו לקצר....
  • זויערע זאכן - קען אונז חלילה פארזויערן דאס יאר, און 'אגוזים' קענען אונז דאס אנ'חטא'ן נישט אום שבת גערעדט.
  • פת פלטר - פאר וועמען התאחדות האט דאס נאכנישט גע'אסר'ט - יעצט א צייט זיך מיט צו כאפן
  • שיעור נישט פארגעסן די 10 קאפיטלעך תהלים יעדן טאג, די רינדעכיגע חלות, און די געקעסטעלטע לאקשן - אלעס בלויז צו 'מרמז' זיין 'כפר', אדער גאר וועגן מלכות, אדער וועגן עפעס אנדערש.. איר זאלט מיר מוחל זיין אויב איך בין שוין צומישט ביי דעם פונקט..
און פאר די טשערי אן די פיי, גייט מען צום טייך, צו די פיש, און מ'געבט זיי איבער אלע לעצט-פארבליבענע עבירות, נא פוי. די עיקר אז מ'פארשאטענט דעם שכנ'ס מחזור ווען ער פלאגט זיך צו כאפן דאס ביסל לעכטיגקייט מיט די פיצענלקע אותיות דארט..


אבער ס'איז נישט געענדיגט בכלל.. נאכער קומט יום כיפור אויפן רייע:

  • כפרות שלאגן - למען השם, וועלכע עבירות האט מען אנגעיאגט צו טון זינט דעם תשליך 6 און אהאלב טאג פריער? קען זיין זיי זענען אליין נישט איבערצייגט אז דאס ארבייט?! טא, וואס וועט א דרכי אמורי'דיגע מנהג ארויסהעלפן? מיינסט ס'איז בלויז אויפן ספק אז יעזול איז יא בעל הבית??
  • מלקות וואס טוט נישט וויי
  • צדקה פישקעס וואס קומט אלע אן צום גבאי אין השבת אבידה שטיבל
  • פיש פארן סעודה ווען די אפעטיט ליגט ווייסעכוואו
  • איבערבעטן - אדער בעסער געזאגט זיכער מאכן אז יענער איז טאקע געווארן געטשעפעט
  • געזונט לעכט
  • פאסטן ווי מלאכים
  • קיטלעך ווי גלחים
  • וידוי 10 מאל, אומצאליגע על חטא'ס - ניטאמאל דערמאנענדיג טעכנעלאגיע, מ'דארף זיך נישט זארגן?!
  • אויב א מקרה לילה, דארף מען זיכער מאכן אויסצולעבן דעם יאר - דאן מיינט עס כאטש עפעס גוטס
  • וויינען ביי אחרי מות שני בני
  • און גיין אין שול אנע סליפערס - למחמירים בלבד..

אויב זענען די פסח חומרות אין די גדר פון OCD, דאן וואס זענען די אויבנדערמאנטע? ס'שיינט ווי נישט בלויז זענען מיר נישט זיכער צו ג-ט וויל אונז בענטשן אדער... נאר ער האט גאר אליין BPD וואס מיר דארפן באפרידיגן מיט יעדע מעגליכע מיטל..


**********

והאמת אגיד, ס'האט געפלאצט ביין ערב ראש השנה'דיגן סליחות דאס יאר.. וויפיל איז די שיעור צו זאגן? גייט טאקע די פערטע ה' ה' אויסמאכן מער ווי די צווייטע - אויב איז ער אזא רחום וחנון ווי עס לויטערט? בקיצור, קיין סענס מאכט עס נישט, קיין איבעריגע כח האב איך נישט, אנגעצויגענקייטן האב איך אייגענע אויב ס'פעלט אויס.

צו וואס??

**********

און דא קומט די קנייטש.

אונטער די אלע ריטואלן און ענדלאזע רמזים וחרזים ליגט למעשה א בונד צווישן מיר און אלעס וואס איז ביי מיר טייער. עס רעפרעזענטירט די משפחה, די קהילה, די יוגנט לוסט, די אינערליכע איננאסענס, די פרייליכע, ראמאנטישע, אנגעצויגענע, און ספיריטואלע מאמענטן אויף וואס מיר זענען אויפגעוואקסן. דא ליגט דעם סאמע 'מיך' וויאזוי נאר איך קען איר. אפהאקן דערפון איז נישט בלויז אנטדעקן 'אינדיפענדענס' אדער פרייהייט, נאר עס איז זאגאר אפשניידן א טייל פון מיר אליין..
ע"ז יש לומר אז מען קען אפשניידן א חלק דערפון דהיינו מאכן בערך די זעלבע מנהגים נאר אביסעל לייכטער וועסטו עס אפשר קענען טאלערעטן
 
דיליטעד - געהערט פשוטע 100 קולות ודי.

דיליטעד- מיין סליחות מנין האט גענומען א קארגע שעה
דיליטעד מיינט דיליטעד, הערן 100 קולות אדער שטיין א שעה און מורמלען אומפארשטענדליכס איז ווייט נישט גארנישט..


אמאל איז כדאי צו פארשלאפן די מזל - אפשר וועט קומען א בעסערע מזל...

ע"ז יש לומר אז מען קען אפשניידן א חלק דערפון דהיינו מאכן בערך די זעלבע מנהגים נאר אביסעל לייכטער וועסטו עס אפשר קענען טאלערעטן
אנדערע זאגן אז אויב מ'שלאפט האט מען אן אויסגערוהטע יאר..

די עיקר דארף מען וויסן אז ווען משיח וועט קומען וועט ראש השנה ווערן א יום טוב.. בב''א.
 
דיליטעד מיינט דיליטעד, הערן 100 קולות אדער שטיין א שעה און מורמלען אומפארשטענדליכס איז ווייט נישט גארנישט..
דיליטעד מיין איך אז מען וויינט נישט אויף תיקון היסוד צווישן די תשרת און תשת.
אנדערע זאגן אז אויב מ'שלאפט האט מען אן אויסגערוהטע יאר..

די עיקר דארף מען וויסן אז ווען משיח וועט קומען וועט ראש השנה ווערן א יום טוב.. בב''א.
מאנכע לאזן איבער די מחזור אין שול ....
 
אתרא דנהוג נהוג, אין אחר מנהג כלום, ראיתי נוהגין,

די אלע מנהגים וואס זענען צושפרייט און איינגעקריצט אין כלל ישראל, זענען געבוירן געווארן פון דער שאיפה צו טון בפועל עפעס א מעשה, וואס גיט ארויס דעם געפיל פון "וסר עוונך וחטאתך תכופר". עס איז ידוע אז אפילו ביי מצוות חיובית פון די תורה איז דער בעל החינוך מטעים די כוונת המצוות, ווייל דער נאטור פון א מענטש איז נתפעל צו ווערן פון זיין מעשה בפועל, צו ערוועקן זיין מוח און לב צו התבוננות מציאות ה' והשגחתו, פון בראשית עד היום הזה, און די עקסטערע אטענשאן פאר זיין עם ישראל, כאטש די מצוות האבן א תועלת בעצמם מיט דעם וואס דער קיום פון זיי איז דער רצון פון גאט, ווי ערקלערט אין תורה, איז דאך קל וחומר אז אויף די אלע מנהגים איז פשוט אז די כוונה איז אז דער מנהג איז גורם א צופרידנהייט אין הארץ פון דעם וואס פראקטיצירט דעם מנהג, עס אז ער האט עררייכט זיין ציהל פון כפרת עוונות.

מיט די דורות זענען צוגעקומען חידושים און הוספות, אזוי אז עס איז געווארן א בארג פון קאסטומס און מנהגים. די אלע טראדיציעס קאמענדן רעספעקט - פארוואס נישט? - אבער יעדער יחיד פאר זיך, איז בעדדער אף (better off) צו פיקן עטליכע וואס עס איז איהם באקוועם, און טאטאל איגנארירן די אנדערע, ווייל די תכלית איז די גוד פילינג וואס די מנהגים דארפן צוגעבן, סליחות, תשליך, כפרות, מלקות, ווייסע בגדים, סימנים, חותך חיים, מתוק מדבש, גילוח, געזעגענען, קוויטל, וכו', איז אלעס דא אראפצונעמען פרעשור, נישט ארויף צו לייגן אויף זיך טאנס פון באגאזשן מיט ליסטעס פון חיובים.

אלזא, די אלע מנהגים זענען פיק ענד טשוז, לא כל המרבה מחכים, והחכם עיניו בראשו.
 
געב עס אפאר יאר, און פורים וועט אויך פארוואנדלט ווערן אין א ריטואל.
  • נהגו לשמוע ניגונים מן ה'טראקס של הבחורים.
די גאסן וועלן זיין ערנסט און פאר'דביקה'ט. "האסט שוין געהערט א ניגון?" וועלן די פרויען זיך פרעגן איינער דעם צווייטן.
מנינים וועלן זיך פארזאמלען אין די שוהל הויפן צו הערן א ניגון פון די ספיקערס. טראקס וועלן אראפקומען צו אייך אינדערהיים צו שפילן א ניגון כדי אייך מוצא צו זיין.

מען וועט זיך אנטוהן א גארטל און זאגן פיוטים בעפאר און נאכ'ן אנצינדן די ספיקערס, און אש המועדים וועט אריינלערנען פשטים און טעמים וואס מען וועט פארלערנען ביים גרויסן שיעור כללי איידער יום טוב. משלוח מנות און מתנות לאביונים קוקן שוין באלד אזוי אויס. פארוואס נישט משתה ושמחה? עס וועט זיך שטעלן מנינים פון שמייכלען, וואו נאך א קורצע (אדער לאנגע) לשם יחוד וועט זיך די גאנצע ציבור צושמייכלען ברוב עם הדרת מלך, און באלד דערנאך וועט דער גאנץ יעריגע דעפרעסיע איבערנעמען די געזיכטער.

ווען איך לערן אין די תורה 'יום תרועה יהיה לכם', משל'ט זיך מיר אויס א אלגעמיינע שטימונג. א טאג פון שאלונג! עטוואס אזויווי פורים איז היינט. נישט קיין אבסעסירטע אנדערטהאלב סעקונדע'דיגע בלאזונגען איידער וועמען מען זאגט לשם יחוד.

בין איך אזוי ווייט פארקראכן?...
 
Back
Top