זעליג שמעליג
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 3, 2024
- מעסעדזשעס
- 3
- רעאקציע ראטע
- 19
פאקט אדער אימעדשינעישאָן
יעדער רעד און טענהט זיך איבער נושים, די עולם לייגט אראפ פאקטן רעכטס און לינקס. אבער אזוי סאך מאל ווערט א טענה'ריי פארביליגט ווען די עולם באניצט זיך מיט "פאקטן" וואס האט נישט קיין נץהענט און קיין פוס. טא, לאמיר ארויסברענגען וואס דאס איז פאקט.
עס איז דא 5 מינע פאקטן.
1) מאטעמאטישע פאקט:
דאס איז א פאקט וואס איז אייביג אמת, און קען זיך קיינמאל נישט טוישן, ווייל עס איז נישט געוואנדן אין א מציאות, נאר עס איז געוואנדן אין א קאנצעפט. די נאמבערס איינס גייט קיינמאל און וועט קיינמאָל רעפרעזענטירן א צוויטע זאך פון די סומע פון 1. לויט דעם קענען אונז בויען פון די קאנצעפט אריין אין די פיזישע וועלט, אז אויב דו נעמסט עפעס וואס האט די סומע 1 און דו לייגסט עס ציזאם מיט נאך עפעס וואס האט די סומע פון 1, קען מען זאגן אז דאס איז פאקט אז עס איז יעצט דא 2.
דער מין פאקט איז די שטערקסטע מין פאקט וואס איז פארהאן.
2)אימפּעריעל פאקט:
דאס איז א זאך וואס סיי וועלעכע אינדיווידועל עקספיריענסט יעצט אין די מינוט, דהיינו פאר איינער וואס איז יעצט אין טעקסאס איז אן אימפּעריעל פאקט אז עס קומט יעצט פאָר א האָריקעין.
דער מין פאקט איז אביסל שוואכער ווי א מאטעמאטישע פאקט, וויבאַלד עס איז דא זאכן וואס קענען עפעקטן איינעמס פערספעקטיוו אין א זאך אן עפעקטן א צווייטנס פערספעקטיוו אין דעם (למשל "סייקידעליקס", מיסאינפארמאציע א.א.וו.)
3) היסטארישע פאקט:
(פשוטו כמשמעו )
די מין פאקט איז גאנץ שוואך אנטקעגן אנדערע פאקטן, וויבאלד עס האט 2 גרויסע פראבלעמען. איינס איז סוף כל סוף מיז מען צוקומען צי טראָסט אין דער וואס פארציילט עס איבער. (מען קען זען זייער קלאר דעיס אז אין היסטאריע האט קיינמאל נישט די "שלעכטע" ארויסגעקומען פון אויבן, ווייל דער געווינער האט אייביג איבער דערציילט אז ער איז געווען די גערעכטע, און דער וואס האט פארלוירען איז ניטאמאל דארט געווען זיך צו טענה'ן...) און צווייטנס עס גייט (כמעט) קיינמאל נישט זיין קיין דירעקטע ארכעאלאגישע פראָוו אז עפעס איז געשען. אבער וויבאלד עס האט נישט קיין פשט אפּצילייקענען אלע היסטארישע געשעענישן צילוב טראָסט אישאָס, נעמט מען עס אן אלץ פאקט, אבער מען נעמט עס מיט "א גרעין אָוו סאָלט"
4)סייענטיפישע פאקט
(אויך פשוטו כמשמעו )
דער מין פאקט איז גאר גאר שטארק צילוב צווי סיבות. איינס איז ווייל די סייענטיסטן האבן נישט קיין שום "אדשענדע" חוץ פון ארויס האבן די אמת. און צווייטנס איז די וועג וויאזוי מען קומט אן צי די מסקנא. סייענטיסטן נוצן א זאך וואס הייסט די "סייענטיפישע מאדעל" אנצוקומען צי סיי וואס פארא מסקנא. און דאס גייט אזוי: צום ערשט האט מען אדער א קשיא, אדער עפעס וואס איינער האט באמערקט, לאמיר נעמען די קשיא אויב ווייסער הייבט אן קאכן ביי 212 דעגרי. דערנאך גייט דיר סייענטיסט אויפקומען מיט א וועג וויאזוי ער קען מאכן אן עקספערימענט דאס צי פראָוון. ווי למשל ער גייט נעמען 100 טעפּ פון ווייסער, 10 טעפּ געמאכט פון שטיין צען פון אייזן צען פון גלאז... אזוי וועט ער אויך וויסן אויב די מאטריאל פון די טאָפּ מאכט אויס אין די מציאות. דערנאך גייט ער אריינלייגען 10 טעפּ, איינס פון יעדער מין טאָפּ אין אן אויוון פון 212 דעגרי, איינס פון יעדער מין אין אן אויוון פון 211 דעגרי א.א.וו.
צום סוף וועט ער זען אויב אלע טעפּ וואסער קאכן, קען זיין אז ווייסער אין גלאזערנע טעפּ קאכט שוין פון 206 דעגרי.ַאזוי גייט ער ארומגיין צי אלע אויווענעס און מאכן טיפע אבזערוואציעס. נאכדעם וועט ער נעמען אלע אבזערוואציעס און צאמשטעלן די דאטא. דא ביי אונזער משל גייט אונזער סייענטיסט זען אז וואסער (אויף סי לעעוול, פאר דער פראָפעסער וואס איז מדקדוק ) גייט קאכן ביי 212 דעגרי נישט קיין חילוק אין וועלכע טאָפּ עס ליגט. די לעצטע שטאפּל איז צי מאכן מער קליינע טוישונגן אין די וואסער, ווי למשל, ביי "עלקיליין" וואסער איז די זעלבע זאך צי נישט, אויב זאלץ עפעקט דאס....
נאכן איבערטוישן די עקספערימענט טויזענטער מאל, גייט ער אנגעקומען צי די סייענטיפישע פאקט אז וואסער קאכט בײ 212 דעגרי. וואס די מהלך וויאזוי ער קומט צי דער מסקנא איז (כמעט) אומעגליך צי האבן א טעות
5) סאבזשעקטיוו פאקט
(נישט עכט נוגע פאר די שמועס)
א פאקט וואס איז נאר פאר איינעם פערזענליך, און האט נישט קיין שום עפעקט אויף די דרויסנדיגע וועלט.ַ ווי למשל "איך האב ליב אייער שפּייז". דאס איז נישט קיין פאקט וואס איז אמת אדער שקר, ס'איז א פערזענליכע מציאות
געשריבן דורך: זעליג שמעליג