וואס איז אזוי מיסטעריעז איבער דער וועלט פון מִשְׁגָּל? – א ליטערארישער אנאליז
אריינפיר
אונזער היינטצייטיגע חסידיש־אידישע ליטעראטור דעקט א ברייטע ריי זשאַנערס און טעמעס, פון פיקציע, ביז היסטארישע ערציילונגען, וויסנשאפט און נייעס, פאעזיע און קאמעדיע. איין סארט טעקסט פעלט אבער אינגאנצן פון אונזערע שריפטן און דאס איז ליטערארישע קריטיק – דאס זיך באציען צו ליטערארישע ווערק, זיי צו אנאליזירן און אפשאצן אלס ארטיסטישע "בעלעטריסטישע" ווערק. אפילו אין אונזער "משכיליש־חסידישער" ליטעראטור – ווצב"ש קאווע שטיבל און דער וועקער, קרעמל און כוואליעס – וועלכע פארברייטערט די זשאנערס און טעמעס וואס מען טרעפט אן געווענטליך אין דער אלגעמיינער חסידיש־אידישער ליטעראטור, פעלט אט דער זשאנער.
ליטערארישע קריטיק איז א באשעפטיגונג וואס צייכנט אן אויף א רייפקייט פון א ליטערארישן פעלד. א ליטעראטור וואס באציט זיך צו זיך זעלבסט ווייזט ארויס א זעלבסטזיניגקייט, אין וועלכער אירע שרייבער און לייענער באציען זיך צו איר ווי צו א קונסט, און נישט נאר ווי אלס פארוויילונג אדער לערן־מיטל. אונזער ליטעראטור איז שוין גענוג ערוואקסן, אנטוויקלט און סאפיסטיקירט אז עס זאל זיך קומען איר אויסצושטעלן צו אט אזא באהאנדלונג, וועל איך טאקע אין דעם ארטיקל שטעלן א מוסטער פון אט אזא קריטיק, נוצנדיג אלס ביישפיל @הבל וריק 'ס העכסט רייכע און מייסטערהאפטע שילדערונג אין מאחורי אפהאנדלונגען "די מיסטעריעזע וועלט פון מִשְגָּל". פאר די וואס האבן נישט קיין צוטריט צום מאחורי פארום, איז א פי־די־עף פונעם ארטיקל דא בייגעלייגט.

א גאטפארכטיגע מוסר ערציילונג?
אז מ'קוקט אן אונזער באשרייבונג אויבערפלעכליך, קוקט זי אויס ווי א פרומער טעקסט אין דער מוסר טראדיציע פון ערציילונגען וואס דינען אלס א מוסר־השכל, אפצושרעקן דעם מענטש פון זינד און אים מעורר צו זיין צו גאטפארכטיגקייט און פרומקייט. אויף דער אויבערפלאך קומט אונז די מעשה צו לערנען און געבן צו דערהערן אז, אין חז"ל'ס ווערטער, "אין אפוטרופוס לעריות". דורכאויס אונזער געשיכטע באגעגענען מיר זיך מיט א ריי פערסאנאזשן איינגעהילט אינעם פרומען שלייער און וועלכע פארנעמען אנגעזעענע פאסטנס און פאזיציעס אין דער קהילה און דער משפחה, דאך, ביודעין ובלא יודעין, מוטשען זיי זיך מיט סעקסואלע נסיונות און תאוות וואס זיי קענען נישט אייביג ביישטיין.
דער העלד פון דער געשיכטע איז יואלי – א נאמען וואס ערווענט דעם דורכשניטליכן סאטמארער בחור אדער יונגערמאן. ער איז נישט איבעריג אויפגעקלערט אדער דורכגרינטליך, אבער אויך נישט פאנאטיש פרום. ער איז דער מיטלמעסיגער "פראדוקט פון דער סיסטעם": ערליך, פאלגזאם, אבער נישט אפגעשלאסן פון א חסידישן תאווה'לע פון מאל צו מאל. מ'האט אים אויפגעצויגן אז אויב טוט ער וואס מ'הייסט אים, גייט אינעם דרך פונעם רבי'ן און פון די אבות, פארט דאס לעבן ווי געשמירט. אבער דורכאויס אונזער ערציילונג וועט ער קומען צו לערנען אז "יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום", און אז דאס לעבן איז אן ענדלאזע מלחמה מיטן יצר.
אבער אנדערש ווי יואלי וואס מיינט אז ער איז אליין אין זיינע ראנגלענישן מיטן יצר, איז אונזער בעל־מספר – דער נאַראַטאָר – אלצווייסנד. ער ווייסט וואס טוט זיך טיף אין הארצן און אונטער פארהאנגענע און פארלאדנטע פענצטער ביי שיינע און ארויפגעקוקטע אידן אין יואלי'ס לעבן. ער ווייסט, און דערציילט אונז, אז יואלי'ס מחנכים – די זעלבע וועלכע ווארענען אים וועגן אפגעהיטנקייט און ריינקייט פון מחשבה – פאלן רעגלמעסיג דורך מיט הוצאת־זרע־לבטלה און מיטן "לא תחמוד אשת רעיך"; אז מכובדיגע משפחה־מיטגלידער מוטשען זיך טאג־טעגליך מיט גלוסטענישן צו שיקצעס אדער קרובות, געניסן כסדר'דיג פון פארנאגראפיע, און שטרויכלען זיך אפילו מיט פעדאפיליע.
דער מוסר־השכל הערט זיך אן ווי גאר א פרומער: "אל תאמין בעצמך עד יום מותך", אדער ווי יואלי פרעגט זיך עטליכע מאל האלב־רעטאריש, "קען מען איינעם געטרויען מיט משגל?"
צו ערגענצן דאס געפיל פון פרומקייט, באניצט זיך דער שרייבער דורכאויס מיט לשונות פון חז"ל און מיט אויסדרוקן אויפן שטייגער פון דער טראדיציאנעלער מוסר ליטעראטור. אין די אריינפיר־פאראגראפן צום שטיקל זאגט אונז דער דערציילער אין א פרומער טאן,
דאס ליינט זיך ווי דער גאטפארכטיגער מוסר־השכל אינעם טראדיציאנעלן עברי־טייטש מחזור נאך וואס דער פירוש האט אויסגעפירט מיט זיין משל און נמשל און יעצט נעמען מיר דעם לקח.
דורכאויס, טרעפן מיר זיך אן מיט תלמודישע ציטאטן און פאררופונגען: "תינוקות שלא טעמו טעם חטא," "אבר קטן יש באדם, משביעו רעב," און "לעולם יהא אדם ערום ביראה." עס וואלט זיך געקענט דאכטן אז דא האבן מיר א טראדיציאנעל־פרומען מוסר טעקסט – אן ערציילונג וואס דינט אלס מוסר־השכל זיך אפצולערנען דערפון וויאזוי צו זיי א גוטער אפגעהיטענער איד.

"הינטער יעדן קעניג און סקאנדאל, יעדער שוואכער מינוט, יעדן וויכטיגן באשלוס אינעם טאג-טעגליכן געראנגל צווישן גוטס און שלעכטס פון יעדן מאנסביל אין זיין צייט, איז אריינגעמישט דער שווארצער וואלקן פון רייץ, וואס פירט דאס לעבן לויט דער ריכטונג וואס מ'נעמט אין דעם קריטישן הינזיכט."
דאס ליינט זיך ווי דער גאטפארכטיגער מוסר־השכל אינעם טראדיציאנעלן עברי־טייטש מחזור נאך וואס דער פירוש האט אויסגעפירט מיט זיין משל און נמשל און יעצט נעמען מיר דעם לקח.
דורכאויס, טרעפן מיר זיך אן מיט תלמודישע ציטאטן און פאררופונגען: "תינוקות שלא טעמו טעם חטא," "אבר קטן יש באדם, משביעו רעב," און "לעולם יהא אדם ערום ביראה." עס וואלט זיך געקענט דאכטן אז דא האבן מיר א טראדיציאנעל־פרומען מוסר טעקסט – אן ערציילונג וואס דינט אלס מוסר־השכל זיך אפצולערנען דערפון וויאזוי צו זיי א גוטער אפגעהיטענער איד.
סאטירע און פּאַראָדיע אלס געווער פון קריטיק
איינס פון די מערסט באניצטע ליטערארישע מיטלן אין דער קלאסישער אידישער ליטעראטור וואס האט זיך אנטוויקלט אינעם צווייטן טייל פונעם ניינצנטן יארהונדערט – און אייגנטליך, נאך פריער, אין דער משכילישער ליטעראטור פונעם ניינצנטן יארהונדערט – איז די טעכניק פון אָנגעשטעלטער פרומקייט פאר די צוועקן פון פּאַראָדיע און סאטירע. סאטירע איז די טעכניק פון ניצן איראניע, חוזק און הגזמה צו קריטיקירן און אנטבלויזן שוואכקייטן און פעלערן אין א מענטש, א קהילה, אדער וועגן פון לעבן און טראכטן. פאראדיע איז ווען אן ארטיסט מאכט נאך א באקאנטן און געשעצטן סטיל פאר סאטירישע צוועקן.
צב"ש, איינס פון די באקאנטסטע משכילישע ווערק פון פאראדיע איז יוסף פערל'ס אנטי־חסידישער 'מגלה טמירין', וואס געבט זיך כלומרשט אפ אלס א ספר געשריבן דורך פייערדיגע אנהענגער פון א חסידישן רבין, אבער וועלכער אנטבלויזט די לעכערליכע און נידערטרעכטיגע מעשים פונעם רבינ'ס הויף. דאס ווערק פּאַראָדירט דעם 'שבחי בעש"ט', ניצנדיג פרומע און גלויבנדיגע אויסדרוקן און א נישט־על־פי־דקדוק אויסגעהאלטן לשון־קודש, וואס צוזאמען מיט זיינע סאטירישע עלעמענטן פראדוצירן אן עפעקט פון חוזק און אנטבלויזונג פון כלומרשטע חסידישע מנהגים און אמונות־תפילות.
פון די ערשטע גאר פאפולערע ווערק פון דער ניי אידישער ליטעראטור אינעם צווייטן האלב ניינצנטן יארהונדערט איז יצחק יואל לינעצקי'ס 'דאס פוילישע אינגל'. דאס האלב־אויטאביאגראפיש בוך איז געשריבן אין א מובהק'דיגן סאטירישן לשון, באשרייבנדיג דאס לעבן פון א חסידיש־אויפגעצויגענעם אינגל אין א צוריקגעשטאנענעם און אבערגלויבערישן שטעטל אין אוקראינע, דאס הארץ פון חסידות. דער ספר האט איינגענומען די מזרח־אייראפעאישע אידישע ליינערשאפט, און בני־דור דערציילן אז אפילו חסידים און זייערע רביס האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן פון אים ליינען און זיך האלטן ביי די זייטן פון געלעכטער, הגם אז זיי האבן פארווערט און פארשאלטן דעם מחבר מיט טויטע קללות.
סאטירע און פאראדיע איז אויך א מיטל וואס לויפט דורך אלע ווערק פונעם 'זיידן' פון דער מאדערנער אידישער ליטעראטור, שלום יעקב אבראמאוויטש – מער באקאנט מיטן נאמען פון זיין הויפט פערסאנאזש 'מענדעלע מוכר ספרים'. מענדעלע רעדט פרום און היימיש, אבער פון צווישן די שורות שטארצט זיך ארויס בייסיגע סאטירע אויפן שפל'דיגן מצב פונעם אידישן קיבוץ און לעבנשטייגער בשעתו.
עס איז אינטערעסאנט צו אבזערווירן ווי אין אונזער היינטצייטיגער חסידיש־משכילישער ליטעראטור, מיט איבער הונדערט יאר שפעטער, אנטוויקלען זיך ווידער אט די ליטערארישע כלים פון פאראדיע און סאטירע צו קריטיקירן און אנטבלויזן די מנהגים און אמונות פון אונזער היינטצייטיגער טראדיציאנעלער קולטור. די טעכניקן ווערן באניצט דורכאויס דורך קטלא קניא – דער 'זיידע' פון אונזער היינטצייטיגער אידיש־משכילישער ליטעראטור (אויב איך מעג מיך ערלויבן אים אצינד צו באקרוינען) – וואס זיינע פארשידנארטיגע און פילצאליגע ווערק פאדערן א באזונדערן אנאליז, ועוד חזון למועד. קטלא אליין איז לויט זיין אייגענעם עדות פיל באאיינפלוסט פון דער קלאסישער אידישער ליטעראטור (זע פעדער, Hidden Heretics, זז' 42-44), איז דערפאר נישט קיין וואונדער אז די זעלביגע ליטערארישע טעכניקן שפראצן אויף ביי אים אויך.
אן אנדערער שרייבער אין אונזער ליטעראטור וועלכער באניצט זיך גאר שטארק מיט די מיטלען איז @מאָצל טויב (@יואב אויף קאווע שטיבל). פון אלע זיינע באשרייבונגען טריפט דער שפאס און שטאך פון סאטירע, אייביג איינגעהילט אין א שלייער פון אנגעשטעלטן תמימות און פרומקייט. די איבערגעטריבענע פרומע קאנטעקסטן פון זיינע שילדערונגען אנטקעגנגעשטעלט דעם מאנגל אין זעלבסטזיניגקייט פון זיינע פערסאנאזשן און זייער מוגזמ'דיגער כאניאקישקייט שאפט א גאר קאמישן עפעקט וואס דינט אונטערצורייסן דעם פארפרומטן לעבנסבאנעם און אים אויסצושטעלן צו בייסנדן חוזק. פאר די וואס זענען אביסל באקאנט מיט דער השכלה ליטעראטור, דערמאנט דאס אביסל אין די סאטירעס און פאראדיעס פון אזא גאליציאנער משכל ווי יצחק ערטער אין זיין 'הצופה לבית ישראל'.
איבעריג צו זאגן אז אין אונזער אלגעמיינער חסידיש־אידישער ליטעראטור טרעפט מען נישט קיין שמץ פון אזעלכע מובהק'דיגע משכילישע טענער. דאס איז טאקע פון די סיבות פארוואס אונזער היינטצייטיגע חסידיש־משכילישע ליטעראטור איז אזוי אייגנארטיג און איז ווערט אז מען זאל איר שטודירן, אנאליזירן און קריטיקירן אלס ליטערארישע מייסטערווערק. און דאס אז אונזערע היינטיגע שרייבער האבן ווידעראנטדעקט די זעלבע ליטערארישע טעכניקן פון סאטירע און קריטיק וואס משכילים און קלאסישע אידישע שרייבער האבן אנטוויקלט מיט באלד צוויי הונדערט יאר צוריק – אפט אן האבן צוטריט צו זייערע כתבים אדער דירעקטע השפעה פון זיי – איז עדות איבער דעם דויערהאפטן כח וואס די מיטלען האבן אלס כלים פון קריטיק און סובווערסיע קעגן דעם שטיקנדן לעבנסשטייגער פון דער טראדיציאנעלער געזעלשאפט.

פאר פארהייראטע א.ד.ג.
דורכאויס אונזער געשיכטע נוצט הבל־וריק עטליכע טעכניקן וואס רייסן אונטער די אנגעשטעלטע פרומע טאן פונעם סיפור. מיט דעם געבט אונז דער מחבר אזעלכע וואונקן, כלומר: ליינט נישט מיין שטיקל ווי א גאטפארכטיגע תוכחה, נאר ווי איר פּאַראָדיזירונג. אונטער דעם כלומרשטן פרומען שלייער, קריטיקירט דער שרייבער א קראנקע און היפאקריטישע באציאונג צו סעקס און סעקסואליטעט אין דער חסידישער געזעלשאפט, וואס חוץ דעם וואס עס לאזט איבער ערנסטע דירעקטע קרבנות פון באלעסטיגונג, שעדיגט און טראומטיזירט עס יעדן איינעם, פראדעצירנדיג א קהילה אן קיין געזונטע ביישפילן פון געשלעכטליכן לעבן.
מיר באגעגענען דעם ערשטן "וואונק" גראד נאך איידער דאס שטיקל האט זיך אנגעפאנגען, מיט דער "ווארענונג" שורה:
אויבנאויפיג, היט זיך דער מחבר אז דער ארטיקל זאל נישט אריינפאלן אין די הענט פון "בחורים" וואס "ווייסן נאכנישט פון די זאכן", ווי דער שטייגער איז אין אונזער קהילה זיך אומצוגיין מיט אפילו צוואנציג יעריגע אומפארהייראטע ווי כאילו זיי וואלטן געווען אינגאנצן אומסעקסואלע און תמימות'דיגע קינדער. אבער נישט דאס קען זיין די כוונה פונעם שרייבער, וויבאלד סיי ווי סיי איז דאס שטיקל ארויפגעשטעלט געווארן אויפן באגרעניצטן "מאחורי" פארום, און סיי ווער עס האט באשלאסן זיך דארט צו דרייען זעט דאך שוין ממילא די אלע "הייקעלע" מאטעריאלן. און באמת, גייט דאך דער שרייבער אט קריטיקירן דעם אופן וויאזוי מען האלט בחורים גענצליך אומוויסנד פון זייערע אייגענע קעפערליכע געברויכן און געפילן, און אז דאס פירט צו אומנויטיגע אינערליכע ייסורים, שולד־געפילן, און צו שפעטערדיגע פראבלעמען מיט דער ווייב.
נאר די "ווארענונג" זעלבסט איז אויך א פאראדיע. און דער רמז ליגט אינעם לעצטן ראשי־תיבות "א.ד.ג.". ווער איז דאס דער "דאס גלייכן"? דא באציט מען זיך צו די אלע וואס האבן שוין יא "טועם געווען טעם חטא". עס קען זיי בחורים, מיידלעך – אלע וואס זענען שוין נישט אזוי תמימות'דיג. און מיט דעם שטעלט דער שרייבער אוועק גלייך אין אנהייב אז דא גילט שוין נישט די אילוזיע וואס מיר שטעלן אן אלס א געזעלשאפט וואו כלומרשט אלע זענען אזוי תמימות'דיג און אפגעהיטן און טוען פונקט ווי דער "וועד משמרת הצניעות" וואלט געוואלט. ניין, אין רעאליטעט, און אין רעאליטעט פונעם וועלטל פון אונזער געשיכטע, זענען פאראן פיל אומפארהייראטע "דאס גלייכן" און זיי זענען אויך א חלק פונעם שמועס.

"דיסקלעימער: דער ארטיקל איז געאייגנט פאר פארהייראטע א.ד.ג."

סעקסואלע עפיסטעמאלאגיע: וואס ווייסט מען און וואס קען מען וויסן?
ווי מיר טרעטן אריין אין דער שילדערונג טרעפן מיר זיך גלייך אן מיט סאטירישער הגזמה. דער נאראטאר באשרייבט דאס ווארט 'משגל' ווי פאלגנד:
די איבערגעטריבענע פארשטעלונג פון סעקס ווי אן ענדגילטיגע און אלוועטליכע מיסטעריע, "דאס קערנדל פון די וויכטיגסטע היסטארישע געשעענישן", סאטיריזירט דעם אבסעסיוון פחד וואס מ'האט פאר סיי וועלכן שמץ פון א זכר פון סעקסואליטעט און אביזרהו דסעקסואליטעט, עד כדי כך אז פארן אומשולדיגן קינד קען זיך דאכטן אז אין דעם ליגט באהאלטן די סודות הבריאה.
געהיימעניסקייט, פארשווייגונג און אומוויסן ארום סעקס און סעקסואליטעט איז א מאטיוו וואס לויפט דורך אונזער גאנצער געשיכטע. דער טאבו איז גורם אז יעדער איינער האט זיך זיינע טונקעלע סודות און יעדער איינער מיינט אז ער איז אליין אין דעם, אבער באמת איז עס עפעס וואס איז א טייל פון דער מענטשליכער רעאליטעט וואס מען קען נישט דערדרוקן, און דער פרואוו עס צו דערדרוקן איז גורם ערנסטע און שעדליכע פראבלעמען און לאזט איבער קרבנות.
אין דער דערציילונג פאלגן מיר נאך יואלי פון זיינע קינדישע אומרייפע יארן, ווי ער צייטיגט זיך פיזיש און הייבט אן ליידן פון זיין אומוויסן, זיין אומפארשטאנד איבער וואס קומט פאר מיט זיין קערפער, און פון דער וואג פון דער "מיסטעריע". דער שרייבער פארגלייכט די סעקסואלע צייטיגונג פונעם קינד צום עסן פונעם עץ־הדעת:
אדם און חוה, הגם אז דאס עסן פונעם עפל איז געווען פאר זיי א "ותפקחנה עיני שניהם" און זיי זענען געווארן "כאלוקים יודעי טוב ורע", דאך איז דאס אנטפלעקעניש נישט געווען א לייזונג צו אלע מיסטעריעס און פראבלעמען, נאר טאקע זייער סאמע אנהייב. אט אזוי זאגט אונז דער מחבר אז אט דאס "עפענען די אויגן" ביים בחור איז דער אנפאנג פון זיינע ראנגלענישן, טאקע וויבאלד ער ווייסט שוין מער. דורכאויס אונזער דערציילונג שפילט דער מחבר מיט דער עפיסטעמאלאגישער שפאנונג צווישן וויסן און אומוויסן. די באשרייבונג שטעלט פאָר די שאלה, וועלכע פון די צוויי איז ערגער. איבער די יארן, ווי יואלי וואקסט אונטער און אנטדעקט מער און מער איבער דער "מיסטעריע", לאזט זיך כסדר וואונדערן צי זיין פארמערטע וויסנשאפט פארבעסערט זיין מצב, צי גאר פארעגערט עס, פונקט ווי ביי אדם און חוה'ן.
ביי זיין בר מצווה הערט זיך יואלי איין צו דרשות איבער דעם קאמף מיטן יצר אין וואס ער טרעט אט אריין, אבער ערשט אפאר חדשים שפעטער הייבט ער עס אן דערשפירן, ווען ער טרעפט זיך פלוצלינג
דא האט דאס ווארט "בחור" א דאפלטער באדייט בבחינת לשון נופל על לשון. פאר יואלי איז דער בחור פארשטייט זיך דער יצר־הרע פון וועמען מען האלט אים איין ווארענען, אבער וואס ער פארשטייט נאכנישט איז אז דאס וואס ער גלוסט זיינע חברים, איז ווייל עס איז זייער בחורישער גוף וואס רייצט, אין אן אומשטענדן־געשאפענער האמאסעקסואליטעט פון די רוישיגע צענערלינג האָרמאָנען אין א בלויז־מאנסבילישער סביבה. יואלי ווייסט דאס אבער נישט, און דאס איז אים גורם פיל "שאנדע און פאראיבל". ווייטער ווייסט נישט יואלי אז אין דעם איז ער גאר נישט אזוי אליין און מאדנע ווי ער מיינט.
יואלי'ס פראבלעמען זענען עפיסטעמאלאגישע. ער ווייסט שוין מער ווי ער האט געוואוסט אלס קינד איידער ער האט אנגעהויבן שפירן אט די נייגונגען, אבער זיין וויסן איז טיילווייז און פעלערהאפטיג. ווען ער וואלט געוואוסט אביסל מער, וואלט ער שוין נישט געווען אזוי איינזאם.
נאך שווערע בחורישע יארן פון זיך ראנגלען אין דעם געביט, טרעפן מיר אן יואלי'ן ביי זיין חתונה. "נאאיוו איז ער מער נישט ווי ביי די דרייצן," און מיינען מיינט ער אז יעצט מיטן "פת בסלו" איז שוין זיין מלחמה פארביי. אבער,
דא האבן מיר א קלאסישן סאטירישן קאנטראסט צווישן דער איבעריגער פרומקייט פון מקפיד זיין אויף לחם־משנה אינדערוואכן פון איין זייט, און דער שוואכקייט קעגן הארבע איסורים פון דער צווייטער זייט. דער נאראטאר אנטבלויזט דא א זאל פול מיט אנגעזעענע קהילה מענטשן, רעספעקטירטע ראשי־משפחות, און ארויפגעקוקטע יראי־שמים, און שלייערט זיי אויף אלס מענטשן בשר־ודמס וואס מוטשען זיך מיט די סאמע הארבסטע און יסודות'דיגסטע נסיונות. יואלי ווייסט דאס אבער נישט און מיר ליינער בלייבן מיטן אנטקעגנשטעל צווישן וואס קומט באמת פאר און דעם אנגעשטעלטן אחוזת־עיניים פון ריינקייט און אפגעהיטנקייט, וואס פארפירט יואלי'ן אין זיין פריצייטיגן אפאטעמען.
יואלי'ס קומענדיגן קריזיס איז שוין ערווארטעט. פאר אונז איז דאס גארנישט קיין חידוש, אבער יואלי'ס אומוויסן און נאאיווקייט ברענגט אים צו שאק ווען ער אנטדעקט אז די חתונה איז נישט דער סוף פון נסיונות. אין זיין פארלעגנהייט ווענדט ער זיך צו נחמן, זיין "אויפגעקלערטער" חבר, וועלכער גיט אים א שיעור כללי אין מענטשליכער סעקסואליטעט און צום ערשטן מאל אין יואלי'ס לעבן הייבט ער אן באגרייפן וואס דא קומט פאר. נחמן דערציילט אים איבער דער וועלט פון "קינקס בלשון עכו"ם" און מוטיגט אים צו עקספלארירן זיינע גלוסטענישן מיט זיין ווייב "בדרך היתר".
ווי יואלי קוקט ארויס פון פענצטער פון קאר אויפן וועג אהיים און וואונדערט זיך וואס קומט פאר אין די פארלאדנטע הייזער וואס ער פארט פארביי, נעמט אונז דער נאראטאר אריין אונטער די פירהענג פון די פארהאנגענע שטובער אין היימישן קווארטל, און גיט אונז א וואיעריסטישן אלצזעענדן בליק אריין אין די שלאפצימערן אריין. מיט כאראקטעריסטישער סאטירישער הגזמה, טרעפן מיר זיך אן אין "פאנטאסטישע סצענעס",
דא טרעפן מיר זיך ווייטער אן מיטן קאמישן און סאטירישן עפעקט פון קאנטראסט. דער קעגנזאץ פונעם תנכישן לשון "אשר לא שער יואל" מיט די סעקסואלע "וועש און פאזיציעס" ברענגט ארויף אן אויפפאלנדן ערבוב בין קודש לחול, וואס דינט צו פּאַראַדאָזירן דאס פרומע און הייליגע לשון אין באניץ פון גאר אומטראדיציאנעלע אויסדרוקן און שילדערונגען. ווייטער, אז מיר מאָלן זיך אויס אונזער יואלי ווי ער שטייט אין שול ביים אויספירן די חסידישע פרומקייט פון לייגן צוויי תפילין, אבער דערביי דערגרינטעוועט ער זיך איבער די פנימער פון זיינע מיט־דאווענערס קלערנדיג וועלכע פון זיי באניצן זיך מיט וועלכע "פאזיציעס" און וועלכע "וועש", שאפט זיך א קאמישן און סאטירישן קאנטראסט, וועלכער גראבט אונטער די פרומע אטמאספער וואס מיר ערווארטן פון א חסידישן שטיבל.
ווען יואלי פארציילט נחמנ'ען אז ער שפירט זיך "אומבאקוועם צו ניצן זיין אייגן ווייב צו ערפילן זיינע תאוות," און טענה'ט אז "ס'פעלט נישט אויס אריינצומישן די פרוי אין זיין מיסטעריעז שמוציג וועלטל," לערנט אים נחמן אויס אז "וואס איז אויסגעהאלטן איז נישט שמוציג", און ווייזט אים אויף פון גמרות אז הנאה איז א וויכטיגער טייל פון קיום מצוות עונה. און דא אנטדעקן מיר ווי טיף יואלי'ס אומוויסן איז געווען. נישט נאר וואס מען האט אים קיינמאל נישט געלערנט איבער "מענטשליכער אנאטאמיע" און וועגן דעם פרויערישן "קנעפל", נאר אפילו בפירושע גמרות האט מען פון אים באהאלטן, עד כדי כך אז הנאה האבן מיט זיין אייגענער ווייב בדרך היתר "הערט זיך פרעמד און שפירט זיך גויאיש."
יואלי האט שוין יעצט צוטריט צום געוועב און ער שטויסט זיך אן אין א קליק־לאָקערדיגן קעפל: 'פינעף "מוזט פרובירן" פאר א מאן; צוויי דערפון וועלן אייך ערשטוינען.' אבער דאס איז נישט וויאזוי הבל־וריק דערציילט אונז וועגן יואלי'ס ליינען פון דעם ארטיקל. מיט א שטיפערישן וואונק שילדערט ער דאס ליבערשט אזוי:
אונזער אומערפארענער יואלי איז נאך נישט באהאוונט מיט די קליק־לאָקערדיגע טעכניקן אויף דער אינטערנעץ, און אז דער ארטיקל ערשפרעכט אז צוויי וועלן אים ערשטוינען, נעמט ער עס אן כפשוטו און ווערט טאקע דערשטוינט. און דא האט אונז דער שרייבער אזוי בדרך אגב אריינגעווארפן אן אריינבליק איבער די שטרויכלונגען פונעם אומערפארענעם באניץ מיטן געוועב. ווייטער, איז פאר אונז די אומערווארטעטע און אומבאקאנטע פארטייטשונג פון אזא מובהק'דיגן ענגלישן קעפל אויף אידיש אויך א מקור פון לייכטזיניגער אונטערהאלטונג, וואס ברענגט אונז צו א לייכטן מאמענטארישן געלעכטערל אין פלוס פון יואלי'ס קאנסעקווענצועלע זעלבסט־אנטדעקונגען.
יואלי לערנט וועגן "א באהאלטענעם פלאץ אינעם מאן" וואו "מ'ברויך אריינשטעקן א פינגער ביז מ'שפירט א טעם." עס ציט אים, אבער "ער איז בכלל נישט גרייט אריינצומישן דאס ווייב אין אזא געמיינער פראקטיצירונג."
צום סוף קומט יואלי צו צו זיין העכסטן פארשטאנד פון דער "מיסטעריע", ווען ער לערנט איבער די שענדליכע אקטן פון סעקסואלער באלעסטיגונג וואס זיין שוואגער האט געטון כלפי זיין אייגענער שוועסטער, און וויאזוי די משפחה האט דאס פארדעקט און פארשוויגן.
לכאורה קוקט אויס אז יואלי איז צוריקגעקומען צום אנהייב. נאכן דורכטון דעם נושא איבער לאנגע יארן און אים קענען לערנען מיט אלע איינצלהייטן, איז ער צוגעקומען צום אלטן אז דאס איז טאקע אן אומלייזבארע מיסטעריע און מ'קען גארנישט וויסן איבער דעם. זיין "מסע" האט זיך אנגעהויבן מיט דער מיסטעריע איבער וואס ער האט געשפענדעט זיינע יארן און ענערגיעס ביז אהער צו לייזן, און אויבערפלעכליך זעט אויס ווי ער איז צוריק צום אנפאנג אז ער ווייסט גארנישט און קען גארנישט וויסן.
אבער באמת איז יואלי נישט צוריק צום זעלבן פלאץ וואו ער האט אנגעפאנגען. זיין יעצטיגע אומוויסן פירט אים שוין נישט צו דערדרוקן זיינע געפילן און זיך צו שעמען מיט זיי. פארקערט, די געשיכטע מיט זיין שוואגער און זיין נייע אנערקענונג ווירקט
יעצט, נאכן פארשטיין אז אונטער פארמאכטע טירן קומען פאר עכט שעדליכע און נידערטרעכטיגע מעשים, שעמט ער זיך שוין נישט פארן "אויסגעהאלטענעם פינגער". זיין פארשטאנד אז יעדער מוטשעט זיך מיט דעם, און אנדערע מיט פיל ערגערס, ערלויבט אים משלים צו זיין מיטן מצב, און זיך צו אקצעפטירן צוזאמען מיט זיינע תאוות און נסיונות. די מיסטעריע איז אלזא שוין נישט עפעס וואס ער פרובירט אויסגעפינען אדער לייזן, נאר וואס ער רעזיגנירט זיך דערצו, אלס עפעס וואס איז נארמאל און געזונט און וואס איעדער בשר־ודם שפירט.
און דא שטעלט אונז די דערציילונג א פראגע וואס עס קען זיין אז יואלי זעלסט פרעגט זיך בכלל נישט: צי איז "די וועלט פון משגל" טאקע אזוי אומפארמיידבאר "מיסטעריעז" במהות, אדער צי ווערט די מיסטעריע גאר געשאפן דורך די געזעלשאפטליכע באדינגונגען פון א קהילה וואס לעבט ווי כאילו מענטשן זענען מלאכים אן קיין סעקסואלע נייגונגען און דרוקט אונטער יעדע שפור פון סעקסואליטעט?
קיין קלארע אומצוויידייטיגע תשובה אויף דער פראגע באקומען מיר נישט פון דער מעשה, אבער דעם שרייבער'ס קריטיק הערן מיר יא קלאר: אז פון פארלייקענען און פארשווייגן און מאכן פון נארמאלע מענטשליכע פונקציעס א טיפע שאנדע, ברענגט מען צו נישט נאר צו פארשטערטע באציאונגען צווישן מאן און ווייב און נישט נאר צו לעבנסלאנגע געפילן פון שולד און שאנד, נאר אויך צו פארדעקן און צולאזן שענדליכע פארברעכנס.
ביי א שפעטערדיגער געלעגנהייט טרעפט זיך יואלי ביי אן אייגענעם נסיון ווען א מאנסבילישער מאסאזש "קנעטער" אין וועיגאס באָט אים אן א "פרייליכע ענדע". ווייטער קומט יואלי צו צו דער זעלבער אנערקענונג אז "מ'ווייסט גארנישט און מ'קען גארנישט וויסן," און דא הערן מיר שוין נישט די שולד־געפילן וואס האבן אים באגלייט פון זיינע בחורישע יארן ביז דער אנערקענונג, נאר א זעלבסט־אקצעפטירונג אלס א מענטש מיט תאוות און נסיונות פונקט ווי אלע.
אבער עס קען זיין אז דא אין וועיגאס איז יואלי צוגעקומען צו א צווייטן שטאפל אין זיין אנערקענונג. ער האט שוין געהאט די געלעגנהייט זיך איבערצוקלערן איבער דער פארשווייגונג פון זיין שוואגער'ס מעשה נבלה און ווי ער האט נישט געליטן קיין שום קאנסעקווענצן דערפאר און ווי היינט איז ער באקאנט נישט מער ווי אלס א "שטילער קוריאזער יונגערמאן". ער האט זיך אפשר אויך דערמאנט פון זיין עלטער פעטער שמעון עוזר וועלכער פלעגט "דורכפאלן אין מלמדים שטיבל מיט א בדיקת מילה", און דאך איז ער היינט דער אנגזעענער משפחה מענטש, "דער יחוס-קענער מיט א ברכה אונטער דער חופה." יואלי'ס אנערקענונג אז "די וועלט פון אינעווייניג איז אינגאנצן אנדערש ווי אינדרויסן" נעמט שוין יעצט אן א גאנץ אנדערע, מער צינישע טאן. אוודאי "ווייסט מען גארנישט און מ'קען גארנישט וויסן" אז מען פארדעקט און פארשווייגט סקאנדאלן און אז די פארברעכער ווערן נישט געברענגט צו יוסטיץ.
און יעצט אין וועיגאס פארברענגט ער מיט זיין אלטן חבר מענדל וואלף, וועלכער איז געווען א "געלונגענער בחור אין ישיבה", און דאך האט מען אים אריינגערוקט "א מויד וואס ער האט נישט געגליכן פונעם ערשטן טאג," און אפשר אפילו א "נערוון קראנקע," פשוט ווייל ער שטאמט פון אן ארעמער שטוב.
יואלי פארשטייט שוין יעצט גאנץ עפעס אנדערש. ער זעט שוין איין וואס פאר אן עולם השקר טוט זיך דא אפ, און ווי אלעס איז אן אויגן־פארבלענדעניש. וואס זענען אונזערע פריאריטעטן? וועמען קוקט מען ארויף? פאר וועמען איז מען מכסה פשעים? און אז מען האט געקענט פארדעקן ערנסטע פארברעכנס וואס לאזן איבער געפערליכע קרבנות, און קיינער זעט נישט און קיינער ווייסט נישט, טא, וואס וועט אים געזעלשאפטליך שאטן אז ער געבט זיך אויס אין א קרבן־לאזן איסור אין וועיגאס? ווער וועט אויסגעפינען?
"עס איז דאס סאמע גרעסטע אנטפלעקעניש, דער סוד פון אלע סודות, פאר'ן אומוויסנדן שיעור אלף בחור. פון לאנגיעריגע איבערגעהיפטע רש"י'ס, ביז דער ענטפער צו די וויכטיגסטע פראגעס, א שטייגער ווי מאין באת, וואס גענוי זענען טאטע-מאמע, און צי קידושי ביאה גייט נאך אן היינטיגע צייטן."
די איבערגעטריבענע פארשטעלונג פון סעקס ווי אן ענדגילטיגע און אלוועטליכע מיסטעריע, "דאס קערנדל פון די וויכטיגסטע היסטארישע געשעענישן", סאטיריזירט דעם אבסעסיוון פחד וואס מ'האט פאר סיי וועלכן שמץ פון א זכר פון סעקסואליטעט און אביזרהו דסעקסואליטעט, עד כדי כך אז פארן אומשולדיגן קינד קען זיך דאכטן אז אין דעם ליגט באהאלטן די סודות הבריאה.
געהיימעניסקייט, פארשווייגונג און אומוויסן ארום סעקס און סעקסואליטעט איז א מאטיוו וואס לויפט דורך אונזער גאנצער געשיכטע. דער טאבו איז גורם אז יעדער איינער האט זיך זיינע טונקעלע סודות און יעדער איינער מיינט אז ער איז אליין אין דעם, אבער באמת איז עס עפעס וואס איז א טייל פון דער מענטשליכער רעאליטעט וואס מען קען נישט דערדרוקן, און דער פרואוו עס צו דערדרוקן איז גורם ערנסטע און שעדליכע פראבלעמען און לאזט איבער קרבנות.
אין דער דערציילונג פאלגן מיר נאך יואלי פון זיינע קינדישע אומרייפע יארן, ווי ער צייטיגט זיך פיזיש און הייבט אן ליידן פון זיין אומוויסן, זיין אומפארשטאנד איבער וואס קומט פאר מיט זיין קערפער, און פון דער וואג פון דער "מיסטעריע". דער שרייבער פארגלייכט די סעקסואלע צייטיגונג פונעם קינד צום עסן פונעם עץ־הדעת:
"זאגאר ווי אדם נאכ'ן עפל, איז דער כעמישער טויש ביי די שנות הבגרות, ווען פאר'ן אפרוח עפענען זיך די אויגן און דער קערפער אנטוויקלט זיך צו ווידעראמאל כאפן גאט'ס פארבאטענע עפל."
אדם און חוה, הגם אז דאס עסן פונעם עפל איז געווען פאר זיי א "ותפקחנה עיני שניהם" און זיי זענען געווארן "כאלוקים יודעי טוב ורע", דאך איז דאס אנטפלעקעניש נישט געווען א לייזונג צו אלע מיסטעריעס און פראבלעמען, נאר טאקע זייער סאמע אנהייב. אט אזוי זאגט אונז דער מחבר אז אט דאס "עפענען די אויגן" ביים בחור איז דער אנפאנג פון זיינע ראנגלענישן, טאקע וויבאלד ער ווייסט שוין מער. דורכאויס אונזער דערציילונג שפילט דער מחבר מיט דער עפיסטעמאלאגישער שפאנונג צווישן וויסן און אומוויסן. די באשרייבונג שטעלט פאָר די שאלה, וועלכע פון די צוויי איז ערגער. איבער די יארן, ווי יואלי וואקסט אונטער און אנטדעקט מער און מער איבער דער "מיסטעריע", לאזט זיך כסדר וואונדערן צי זיין פארמערטע וויסנשאפט פארבעסערט זיין מצב, צי גאר פארעגערט עס, פונקט ווי ביי אדם און חוה'ן.
ביי זיין בר מצווה הערט זיך יואלי איין צו דרשות איבער דעם קאמף מיטן יצר אין וואס ער טרעט אט אריין, אבער ערשט אפאר חדשים שפעטער הייבט ער עס אן דערשפירן, ווען ער טרעפט זיך פלוצלינג
"פנים לפנים מיט'ן יצר, און ווייסט ניטאמאל אז דאס איז דער בחור אליין, וואס רייצט."
דא האט דאס ווארט "בחור" א דאפלטער באדייט בבחינת לשון נופל על לשון. פאר יואלי איז דער בחור פארשטייט זיך דער יצר־הרע פון וועמען מען האלט אים איין ווארענען, אבער וואס ער פארשטייט נאכנישט איז אז דאס וואס ער גלוסט זיינע חברים, איז ווייל עס איז זייער בחורישער גוף וואס רייצט, אין אן אומשטענדן־געשאפענער האמאסעקסואליטעט פון די רוישיגע צענערלינג האָרמאָנען אין א בלויז־מאנסבילישער סביבה. יואלי ווייסט דאס אבער נישט, און דאס איז אים גורם פיל "שאנדע און פאראיבל". ווייטער ווייסט נישט יואלי אז אין דעם איז ער גאר נישט אזוי אליין און מאדנע ווי ער מיינט.
"ווייניג ווייסט יואלי אז אין דער זעלבער צייט שפילט זיך אפ א שטורעם פון רייצעניש און מחשבות זרות אינערהאלב די ישיב'ישע קארידארן, וואו עס גלוסט איינער דעם צווייטן, יעדער לויט זיין אייגנארטיגן טעם און פארנעם."
יואלי'ס פראבלעמען זענען עפיסטעמאלאגישע. ער ווייסט שוין מער ווי ער האט געוואוסט אלס קינד איידער ער האט אנגעהויבן שפירן אט די נייגונגען, אבער זיין וויסן איז טיילווייז און פעלערהאפטיג. ווען ער וואלט געוואוסט אביסל מער, וואלט ער שוין נישט געווען אזוי איינזאם.
נאך שווערע בחורישע יארן פון זיך ראנגלען אין דעם געביט, טרעפן מיר אן יואלי'ן ביי זיין חתונה. "נאאיוו איז ער מער נישט ווי ביי די דרייצן," און מיינען מיינט ער אז יעצט מיטן "פת בסלו" איז שוין זיין מלחמה פארביי. אבער,
"ווייניג ווייסט יואלי ווי נאאיוו ער איז איבער דעם גארער זאל ארום זיך. נעמליך, די ווארעמע ברכות ווינטשער, לחם משנה נישטערער, ארנטליכע פעטער און אפגעהיטענע זיידעס וואס זענען דעם יצר בכלל נישט אויסגעוואקסן."
דא האבן מיר א קלאסישן סאטירישן קאנטראסט צווישן דער איבעריגער פרומקייט פון מקפיד זיין אויף לחם־משנה אינדערוואכן פון איין זייט, און דער שוואכקייט קעגן הארבע איסורים פון דער צווייטער זייט. דער נאראטאר אנטבלויזט דא א זאל פול מיט אנגעזעענע קהילה מענטשן, רעספעקטירטע ראשי־משפחות, און ארויפגעקוקטע יראי־שמים, און שלייערט זיי אויף אלס מענטשן בשר־ודמס וואס מוטשען זיך מיט די סאמע הארבסטע און יסודות'דיגסטע נסיונות. יואלי ווייסט דאס אבער נישט און מיר ליינער בלייבן מיטן אנטקעגנשטעל צווישן וואס קומט באמת פאר און דעם אנגעשטעלטן אחוזת־עיניים פון ריינקייט און אפגעהיטנקייט, וואס פארפירט יואלי'ן אין זיין פריצייטיגן אפאטעמען.
יואלי'ס קומענדיגן קריזיס איז שוין ערווארטעט. פאר אונז איז דאס גארנישט קיין חידוש, אבער יואלי'ס אומוויסן און נאאיווקייט ברענגט אים צו שאק ווען ער אנטדעקט אז די חתונה איז נישט דער סוף פון נסיונות. אין זיין פארלעגנהייט ווענדט ער זיך צו נחמן, זיין "אויפגעקלערטער" חבר, וועלכער גיט אים א שיעור כללי אין מענטשליכער סעקסואליטעט און צום ערשטן מאל אין יואלי'ס לעבן הייבט ער אן באגרייפן וואס דא קומט פאר. נחמן דערציילט אים איבער דער וועלט פון "קינקס בלשון עכו"ם" און מוטיגט אים צו עקספלארירן זיינע גלוסטענישן מיט זיין ווייב "בדרך היתר".
ווי יואלי קוקט ארויס פון פענצטער פון קאר אויפן וועג אהיים און וואונדערט זיך וואס קומט פאר אין די פארלאדנטע הייזער וואס ער פארט פארביי, נעמט אונז דער נאראטאר אריין אונטער די פירהענג פון די פארהאנגענע שטובער אין היימישן קווארטל, און גיט אונז א וואיעריסטישן אלצזעענדן בליק אריין אין די שלאפצימערן אריין. מיט כאראקטעריסטישער סאטירישער הגזמה, טרעפן מיר זיך אן אין "פאנטאסטישע סצענעס",
"וואו אין איינס פון יעדע פינף פענסטער, ליגן בני זוג אין פארשידענע וועש און פאזיציעס אֲשֶׁר לֹא שָׁעַר יוֹאֵל, און טוען מעשים וואס ער וואלט זיך נישט פארגעשטעלט קלאצנדיג אויף זיי גלייכגילטיג ביים בײטן די תפילין פון רש"י צו רבינו תם'ס ביי קַוֵּה."
דא טרעפן מיר זיך ווייטער אן מיטן קאמישן און סאטירישן עפעקט פון קאנטראסט. דער קעגנזאץ פונעם תנכישן לשון "אשר לא שער יואל" מיט די סעקסואלע "וועש און פאזיציעס" ברענגט ארויף אן אויפפאלנדן ערבוב בין קודש לחול, וואס דינט צו פּאַראַדאָזירן דאס פרומע און הייליגע לשון אין באניץ פון גאר אומטראדיציאנעלע אויסדרוקן און שילדערונגען. ווייטער, אז מיר מאָלן זיך אויס אונזער יואלי ווי ער שטייט אין שול ביים אויספירן די חסידישע פרומקייט פון לייגן צוויי תפילין, אבער דערביי דערגרינטעוועט ער זיך איבער די פנימער פון זיינע מיט־דאווענערס קלערנדיג וועלכע פון זיי באניצן זיך מיט וועלכע "פאזיציעס" און וועלכע "וועש", שאפט זיך א קאמישן און סאטירישן קאנטראסט, וועלכער גראבט אונטער די פרומע אטמאספער וואס מיר ערווארטן פון א חסידישן שטיבל.
ווען יואלי פארציילט נחמנ'ען אז ער שפירט זיך "אומבאקוועם צו ניצן זיין אייגן ווייב צו ערפילן זיינע תאוות," און טענה'ט אז "ס'פעלט נישט אויס אריינצומישן די פרוי אין זיין מיסטעריעז שמוציג וועלטל," לערנט אים נחמן אויס אז "וואס איז אויסגעהאלטן איז נישט שמוציג", און ווייזט אים אויף פון גמרות אז הנאה איז א וויכטיגער טייל פון קיום מצוות עונה. און דא אנטדעקן מיר ווי טיף יואלי'ס אומוויסן איז געווען. נישט נאר וואס מען האט אים קיינמאל נישט געלערנט איבער "מענטשליכער אנאטאמיע" און וועגן דעם פרויערישן "קנעפל", נאר אפילו בפירושע גמרות האט מען פון אים באהאלטן, עד כדי כך אז הנאה האבן מיט זיין אייגענער ווייב בדרך היתר "הערט זיך פרעמד און שפירט זיך גויאיש."
יואלי האט שוין יעצט צוטריט צום געוועב און ער שטויסט זיך אן אין א קליק־לאָקערדיגן קעפל: 'פינעף "מוזט פרובירן" פאר א מאן; צוויי דערפון וועלן אייך ערשטוינען.' אבער דאס איז נישט וויאזוי הבל־וריק דערציילט אונז וועגן יואלי'ס ליינען פון דעם ארטיקל. מיט א שטיפערישן וואונק שילדערט ער דאס ליבערשט אזוי:
"אין אן ארטיקל האט ער געליינט איבער פינף "מוזט פרובירן" פאר א מאן; צוויי דערפון האבן אים ערשטוינט."
אונזער אומערפארענער יואלי איז נאך נישט באהאוונט מיט די קליק־לאָקערדיגע טעכניקן אויף דער אינטערנעץ, און אז דער ארטיקל ערשפרעכט אז צוויי וועלן אים ערשטוינען, נעמט ער עס אן כפשוטו און ווערט טאקע דערשטוינט. און דא האט אונז דער שרייבער אזוי בדרך אגב אריינגעווארפן אן אריינבליק איבער די שטרויכלונגען פונעם אומערפארענעם באניץ מיטן געוועב. ווייטער, איז פאר אונז די אומערווארטעטע און אומבאקאנטע פארטייטשונג פון אזא מובהק'דיגן ענגלישן קעפל אויף אידיש אויך א מקור פון לייכטזיניגער אונטערהאלטונג, וואס ברענגט אונז צו א לייכטן מאמענטארישן געלעכטערל אין פלוס פון יואלי'ס קאנסעקווענצועלע זעלבסט־אנטדעקונגען.
יואלי לערנט וועגן "א באהאלטענעם פלאץ אינעם מאן" וואו "מ'ברויך אריינשטעקן א פינגער ביז מ'שפירט א טעם." עס ציט אים, אבער "ער איז בכלל נישט גרייט אריינצומישן דאס ווייב אין אזא געמיינער פראקטיצירונג."
צום סוף קומט יואלי צו צו זיין העכסטן פארשטאנד פון דער "מיסטעריע", ווען ער לערנט איבער די שענדליכע אקטן פון סעקסואלער באלעסטיגונג וואס זיין שוואגער האט געטון כלפי זיין אייגענער שוועסטער, און וויאזוי די משפחה האט דאס פארדעקט און פארשוויגן.
"יואלי איז שאקירט ביז גאר, און ווייסט נישט צי ער זאל זיין גערעגט אדער דערשראקן. "קען מען איינעם געטרויען מיט משגל?" פרעגט ער די פראגע ביי זיך. די וועלט פון אינעווייניג איז אינגאנצן אנדערש ווי אינדרויסן. מ'ווייסט גארנישט און מ'קען גארנישט וויסן, איז זיין אנערקענונג."
לכאורה קוקט אויס אז יואלי איז צוריקגעקומען צום אנהייב. נאכן דורכטון דעם נושא איבער לאנגע יארן און אים קענען לערנען מיט אלע איינצלהייטן, איז ער צוגעקומען צום אלטן אז דאס איז טאקע אן אומלייזבארע מיסטעריע און מ'קען גארנישט וויסן איבער דעם. זיין "מסע" האט זיך אנגעהויבן מיט דער מיסטעריע איבער וואס ער האט געשפענדעט זיינע יארן און ענערגיעס ביז אהער צו לייזן, און אויבערפלעכליך זעט אויס ווי ער איז צוריק צום אנפאנג אז ער ווייסט גארנישט און קען גארנישט וויסן.
אבער באמת איז יואלי נישט צוריק צום זעלבן פלאץ וואו ער האט אנגעפאנגען. זיין יעצטיגע אומוויסן פירט אים שוין נישט צו דערדרוקן זיינע געפילן און זיך צו שעמען מיט זיי. פארקערט, די געשיכטע מיט זיין שוואגער און זיין נייע אנערקענונג ווירקט
"אז פון אן אויסגעהאלטענעם פינגער שעמט ער זיך מער נישט."
יעצט, נאכן פארשטיין אז אונטער פארמאכטע טירן קומען פאר עכט שעדליכע און נידערטרעכטיגע מעשים, שעמט ער זיך שוין נישט פארן "אויסגעהאלטענעם פינגער". זיין פארשטאנד אז יעדער מוטשעט זיך מיט דעם, און אנדערע מיט פיל ערגערס, ערלויבט אים משלים צו זיין מיטן מצב, און זיך צו אקצעפטירן צוזאמען מיט זיינע תאוות און נסיונות. די מיסטעריע איז אלזא שוין נישט עפעס וואס ער פרובירט אויסגעפינען אדער לייזן, נאר וואס ער רעזיגנירט זיך דערצו, אלס עפעס וואס איז נארמאל און געזונט און וואס איעדער בשר־ודם שפירט.
און דא שטעלט אונז די דערציילונג א פראגע וואס עס קען זיין אז יואלי זעלסט פרעגט זיך בכלל נישט: צי איז "די וועלט פון משגל" טאקע אזוי אומפארמיידבאר "מיסטעריעז" במהות, אדער צי ווערט די מיסטעריע גאר געשאפן דורך די געזעלשאפטליכע באדינגונגען פון א קהילה וואס לעבט ווי כאילו מענטשן זענען מלאכים אן קיין סעקסואלע נייגונגען און דרוקט אונטער יעדע שפור פון סעקסואליטעט?
קיין קלארע אומצוויידייטיגע תשובה אויף דער פראגע באקומען מיר נישט פון דער מעשה, אבער דעם שרייבער'ס קריטיק הערן מיר יא קלאר: אז פון פארלייקענען און פארשווייגן און מאכן פון נארמאלע מענטשליכע פונקציעס א טיפע שאנדע, ברענגט מען צו נישט נאר צו פארשטערטע באציאונגען צווישן מאן און ווייב און נישט נאר צו לעבנסלאנגע געפילן פון שולד און שאנד, נאר אויך צו פארדעקן און צולאזן שענדליכע פארברעכנס.
ביי א שפעטערדיגער געלעגנהייט טרעפט זיך יואלי ביי אן אייגענעם נסיון ווען א מאנסבילישער מאסאזש "קנעטער" אין וועיגאס באָט אים אן א "פרייליכע ענדע". ווייטער קומט יואלי צו צו דער זעלבער אנערקענונג אז "מ'ווייסט גארנישט און מ'קען גארנישט וויסן," און דא הערן מיר שוין נישט די שולד־געפילן וואס האבן אים באגלייט פון זיינע בחורישע יארן ביז דער אנערקענונג, נאר א זעלבסט־אקצעפטירונג אלס א מענטש מיט תאוות און נסיונות פונקט ווי אלע.
אבער עס קען זיין אז דא אין וועיגאס איז יואלי צוגעקומען צו א צווייטן שטאפל אין זיין אנערקענונג. ער האט שוין געהאט די געלעגנהייט זיך איבערצוקלערן איבער דער פארשווייגונג פון זיין שוואגער'ס מעשה נבלה און ווי ער האט נישט געליטן קיין שום קאנסעקווענצן דערפאר און ווי היינט איז ער באקאנט נישט מער ווי אלס א "שטילער קוריאזער יונגערמאן". ער האט זיך אפשר אויך דערמאנט פון זיין עלטער פעטער שמעון עוזר וועלכער פלעגט "דורכפאלן אין מלמדים שטיבל מיט א בדיקת מילה", און דאך איז ער היינט דער אנגזעענער משפחה מענטש, "דער יחוס-קענער מיט א ברכה אונטער דער חופה." יואלי'ס אנערקענונג אז "די וועלט פון אינעווייניג איז אינגאנצן אנדערש ווי אינדרויסן" נעמט שוין יעצט אן א גאנץ אנדערע, מער צינישע טאן. אוודאי "ווייסט מען גארנישט און מ'קען גארנישט וויסן" אז מען פארדעקט און פארשווייגט סקאנדאלן און אז די פארברעכער ווערן נישט געברענגט צו יוסטיץ.
און יעצט אין וועיגאס פארברענגט ער מיט זיין אלטן חבר מענדל וואלף, וועלכער איז געווען א "געלונגענער בחור אין ישיבה", און דאך האט מען אים אריינגערוקט "א מויד וואס ער האט נישט געגליכן פונעם ערשטן טאג," און אפשר אפילו א "נערוון קראנקע," פשוט ווייל ער שטאמט פון אן ארעמער שטוב.
יואלי פארשטייט שוין יעצט גאנץ עפעס אנדערש. ער זעט שוין איין וואס פאר אן עולם השקר טוט זיך דא אפ, און ווי אלעס איז אן אויגן־פארבלענדעניש. וואס זענען אונזערע פריאריטעטן? וועמען קוקט מען ארויף? פאר וועמען איז מען מכסה פשעים? און אז מען האט געקענט פארדעקן ערנסטע פארברעכנס וואס לאזן איבער געפערליכע קרבנות, און קיינער זעט נישט און קיינער ווייסט נישט, טא, וואס וועט אים געזעלשאפטליך שאטן אז ער געבט זיך אויס אין א קרבן־לאזן איסור אין וועיגאס? ווער וועט אויסגעפינען?
"מ'ווייסט גארנישט און מ'קען גארנישט וויסן, איז זיין אנערקענונג."
קאנטראסט: אנשטעל און אידעאל קעגן מציאות
היפאקריטישקייט איז א צווייטער מאטיוו וואס לויפט דורך אונזער באשרייבונג, אבער לאו־דווקא היפאקריטישקייט פון אינדיווידועלן, נאר פון א קהילה. היפאקריטישקייט איז א סארט קאנטראסט צווישן אן אנשטעל אדער אן אידעאל און א מציאות – וואס דערפאר רופט מען דאס אויך 'צוויי־פנימדיגקייט', און 'צביעות' – דער אנשטעל איז נישט מער ווי אן אויסערליכע פארב וואס פארדעקט אן אינערליכן אמת. אונזער ערציילונג אנטבלויזט א קהילה וואס איז די פארקערטע פון 'תוכו כברו'; דאס אויסערליכע אויסזען האט גארנישט צו טון מיט וואס קומט באמת פאר. און דער שרייבער ניצט א ריי טעכניקן ארויסצוברענגען אט דעם קעגנזאץ.
אין דעם טעקסט ווערט קאנטראסט ארויסגעברענגט אין עטליכע אופנים, און דער קאנטראסט זעלבסט דינט אלס א סאטירישע טעכניק וואס געבט די באשרייבונג איר 'שטאך'. איין סארט קאנטראסט איז דער אנטקעגנשטעל פון אן אויסערליכער פרומער מינע קעגן א טיפערן פארבאגענעם שיכט וואס דער אלצווייסנדער נאראטאר אנטפלעקט פאר אונז. מיר האבן זיך שוין פריער אנגעטראפן מיטן "שטילן קוריאזן יונגערמאן" וועלכער פלעגט באלעסטיגן זיין שוועסטער, און מיטן אנגעזעענעם פעטער וועלכער פלעגט טשעפען מיט קינדער. אבער אויסער די עקסטרעמע פעלער, טרעפן מיר זיך אן מיט א גאנצער טרופע פערסאנאזשן ביי וועמען אט דעם קאנטראסט ווערט ארויסגעברענגט.
גלייך אין אנפאנג טרעפן מיר זיך אן מיטן קאנטראסט פון אן אויסערליכן כאניאקישן אויסזען וואס באהאלט גאר עפעס אנדערש.
דאס אונטערשטרייכן אז די ריקודן ביי דער חתונה זענען "לכבודה של תורה" פונעם "פלאם־פייערדיגן" ראש ישיבה, שטייט אין בולטן קאנטראסט מיטן פאקט אז פארן ראש ישיבה פאנגט זיך דא מיט דער חתונה אן גאר אן אנדער סארט "פלאם פייער".
יואלי'ס שווער, וועלכן ער קען אלס "א פארצייטישער איד, פון באלד זיבעציג, וואס קושט קוים די קינדער, ווער רעדט פון ארויסווייזן א שפור פון ליבע אדער געפיל," ווייזט זיך ארויס צו האבן א טונקעלערן תוך. יואלי ווייסט דאס נישט, אבער,
און דא טרעפן מיר זיך אן אין א קריטיק נישט פונעם שווער'ס צוויי־פנימדיגקייט, נאר פון א קהילה אין וועלכער דאס נישט קענען ארויסווייזן ליבע און געפיל בדרך היתר ברענגט צו אז דאס פלאצט ארויס בדרך איסור. דער שרייבער קריטיקירט דא אן אומגעזונטן צוגאנג צו אינטימישקייט און צו ארויסווייזן עמאציעס וועלכער פירט צום סוף צו פיל שאדן. דער שווער, "ווארשיינליך טוט ער דעם אקט מיט גרויס איינגעהאלטנקייט, גענוי וויפיל די הלכה פארלאנגט." אבער צו וואס ברענגט דאס צו?
אן ענליכע קריטיק דערהערן מיר פון דער באשרייבונג פון יואלי'ס אייגענע עלטערן: אן אומגעזונטער צוגאנג צו אינטימישקייט פירט צו אן אבסעסיע מיט סעקס און סעקסואליטעט אויף א קראנקן אופן. יואלי'ס עלטערן "פארטראגן זיך קוים," אבער אפשר איז עס טאקע וויבאלד זיין טאטע, משה מנחם, איז,
אפשר ווען זיי וואלטן אריינגעלייגט אביסל מער כחות אין זייער היגיענע און אויסזען, וואלט זיי זיך מער געפעלן איינער פארן אנדערן און זיי וואלטן זיך אביסל מער פארטראגן. אבער אנשטאט דעם, געפינט זיך משה מנחם אין א שטענדיגן קאמף מיט אלץ און אלעמען, ווי דער שטן דראעט אים בייצוקומען אין די מערסט אומערווארטעטע ערטער. משה מנחם איז גראדע נישט קיין היפאקריט און ער "נארט זיך נישט פון יצר"; זיין מלחמה קעגן "אומ'צניעות'עריי אין שטאט, אויף דער גאס און אין שטוב" קומט פון זיין אנערקענונג פון זיינע אייגענע שוואכקייטן און פון זיין פחד פון אריינפאלן אין א נסיון. וואס ער פארשטייט אבער נישט איז אז ווי מער ער דערדרוקט זיינע נארמאלע מענטשליכע באדערפענישן אלץ מער "נעמט פון אים דער נידערטרעכטיגער שטן נקמה" דורך אים אנרייצן אין אומשטענדן וואס זענען אלץ מער אומשולדיג.
און דא געבט אונז דער שרייבער א טיפערן דערהער אז די טבע פונעם סעקסואלן רייץ איז אזאנס אז ווי מער מען פרובירט עס צו דערשטיקן, אלץ מער עמפינדלעך ווערט עס צו מער און מער דקות'דיגע רייצונגען. אז משה מנחם "קערט זיך ווילד אוועק" פון דער "שיקסע אן א קליידונג אויף די בלויזע אפגעברענטע ירכיים," הייבט אים אן ציען די אטלעטקעס אויפן מאראטאן. און אז ער שטעלט קעגן זיי "ווארענונגס פלאקאטן," קומען זיינע דערשטיקטע נייגונגען ארויף אין מענער מקווה. ער קען גיין צום בור "מיט'ן האלז גענצליך פארקרומט צום דאך," אבער דער שטן וועט אים פאקן מיט צניעות'דיגע חסידישע פרויען ביי אן אומשולדיגן לשנה־טובה וואונטשן. ביי זיין אייגענער שנור
צי האבן אט די עקסטרעמע מאסנאמען געהאלפן פארמיידן מחשבות זרות איבער זיין שנור? מיט דער ווערטער־שפיל פונעם דאפלטן באדייט פון 'שלא כדרכה' שלאגט דער שרייבער פאר אז נישט. מיטן גוף האט ער זיך "פרום אוועקגעדרייט," אבער דער מוח האט אינזין גאנץ עפעס אנדערש.
צום סוף פאלט ער דורך מיט די איינציגע נקבות מיט וועלכע ער איז בלית־ברירה געבליבן אין קאנטאקט: זיינע פלימעניצעס. דאס עקסטרעמע דערדריקעניש פון נארמאלע מענטשליכע נטיות האבן אים געברענגט צו זען תאווה און רייץ אין די אומשולדיגסטע פלעצער און אים פארוואנדלט אין א סעקס־אבסעסירטן קראנקן. זיין עקסטרעמע אפגעהיטנקייט וואס ער פרובירט ארויפצווינגען אויף דער גאנצער קהילה איז נישט דער ענטפער צו זיינע נסיונות, נאר טאקע זייער מקור.

"דער ערנסטער מגיד שיעור, מיט דער לאנגער געשפאלטענער בארד און גראב געקניפטע פיאות וועלכער ווארנט כסדר איבער די סטרא אחרא'ס אויסגעשפרייטער נעץ פון שטרויכלונגען, פאלט אפט דערפאר, אינעם אייגענעם געלעגער, קריכנדיג שטאטליך צום שפיץ בארג פון גלוסטעניש, ביז'ן זיך פארלירן פאר א ביליגן מאמענט פון תענוג."
"דער ראש ישיבה זעלבסט, א פרומער פלאם פייער, מוטשעט זיך אינערליך מיט א נייע שנור וואס ער האט לעצטנס אריינגעברענגט ביי זיך אין שטוב צו גרויסע ריקודין פון די אויפגעהייטערטע בני ישיבה, לכבודה של תורה."
דאס אונטערשטרייכן אז די ריקודן ביי דער חתונה זענען "לכבודה של תורה" פונעם "פלאם־פייערדיגן" ראש ישיבה, שטייט אין בולטן קאנטראסט מיטן פאקט אז פארן ראש ישיבה פאנגט זיך דא מיט דער חתונה אן גאר אן אנדער סארט "פלאם פייער".
יואלי'ס שווער, וועלכן ער קען אלס "א פארצייטישער איד, פון באלד זיבעציג, וואס קושט קוים די קינדער, ווער רעדט פון ארויסווייזן א שפור פון ליבע אדער געפיל," ווייזט זיך ארויס צו האבן א טונקעלערן תוך. יואלי ווייסט דאס נישט, אבער,
"זיין שווער זאל זיין געזונט האט אין די אינגערע יארן פאר א לענגערער צייט געגלוסט זיין אינגערע שוועגערין חי' בלומא, און אפט פרובירט שמועסן מיט איר לשם הנאה. וויפיל מאל פלעגט ער אריינגיין ביים שוויגער אין קאך, נעמען א באָטל, צי עסצייג, נאר צו שטיין נעבן בלימעלע, שמעקן בלימעלע, און אפילו א רייבּ טון זיך אין בלימעלע."
און דא טרעפן מיר זיך אן אין א קריטיק נישט פונעם שווער'ס צוויי־פנימדיגקייט, נאר פון א קהילה אין וועלכער דאס נישט קענען ארויסווייזן ליבע און געפיל בדרך היתר ברענגט צו אז דאס פלאצט ארויס בדרך איסור. דער שרייבער קריטיקירט דא אן אומגעזונטן צוגאנג צו אינטימישקייט און צו ארויסווייזן עמאציעס וועלכער פירט צום סוף צו פיל שאדן. דער שווער, "ווארשיינליך טוט ער דעם אקט מיט גרויס איינגעהאלטנקייט, גענוי וויפיל די הלכה פארלאנגט." אבער צו וואס ברענגט דאס צו?
אן ענליכע קריטיק דערהערן מיר פון דער באשרייבונג פון יואלי'ס אייגענע עלטערן: אן אומגעזונטער צוגאנג צו אינטימישקייט פירט צו אן אבסעסיע מיט סעקס און סעקסואליטעט אויף א קראנקן אופן. יואלי'ס עלטערן "פארטראגן זיך קוים," אבער אפשר איז עס טאקע וויבאלד זיין טאטע, משה מנחם, איז,
"אן אויסגעלאשענער, גערעגטער איד וואס קוקט נישט ארויס פון זיינע ד' אמות אין קאפ און גלייכט א שווער גערוך ליבערשט ווי דאס שמעקעדיגע פון א שויער — און די מאמע, אן איינגערעדטע פרוי וואס איז פארנומען פאליצייענירן די טעכטער'ס מאדערניזירונג אנשטאט אינוועסטירן א משהו אין איר אייגענעם אויסזען."
אפשר ווען זיי וואלטן אריינגעלייגט אביסל מער כחות אין זייער היגיענע און אויסזען, וואלט זיי זיך מער געפעלן איינער פארן אנדערן און זיי וואלטן זיך אביסל מער פארטראגן. אבער אנשטאט דעם, געפינט זיך משה מנחם אין א שטענדיגן קאמף מיט אלץ און אלעמען, ווי דער שטן דראעט אים בייצוקומען אין די מערסט אומערווארטעטע ערטער. משה מנחם איז גראדע נישט קיין היפאקריט און ער "נארט זיך נישט פון יצר"; זיין מלחמה קעגן "אומ'צניעות'עריי אין שטאט, אויף דער גאס און אין שטוב" קומט פון זיין אנערקענונג פון זיינע אייגענע שוואכקייטן און פון זיין פחד פון אריינפאלן אין א נסיון. וואס ער פארשטייט אבער נישט איז אז ווי מער ער דערדרוקט זיינע נארמאלע מענטשליכע באדערפענישן אלץ מער "נעמט פון אים דער נידערטרעכטיגער שטן נקמה" דורך אים אנרייצן אין אומשטענדן וואס זענען אלץ מער אומשולדיג.
און דא געבט אונז דער שרייבער א טיפערן דערהער אז די טבע פונעם סעקסואלן רייץ איז אזאנס אז ווי מער מען פרובירט עס צו דערשטיקן, אלץ מער עמפינדלעך ווערט עס צו מער און מער דקות'דיגע רייצונגען. אז משה מנחם "קערט זיך ווילד אוועק" פון דער "שיקסע אן א קליידונג אויף די בלויזע אפגעברענטע ירכיים," הייבט אים אן ציען די אטלעטקעס אויפן מאראטאן. און אז ער שטעלט קעגן זיי "ווארענונגס פלאקאטן," קומען זיינע דערשטיקטע נייגונגען ארויף אין מענער מקווה. ער קען גיין צום בור "מיט'ן האלז גענצליך פארקרומט צום דאך," אבער דער שטן וועט אים פאקן מיט צניעות'דיגע חסידישע פרויען ביי אן אומשולדיגן לשנה־טובה וואונטשן. ביי זיין אייגענער שנור
"האט ער זיך שוין פרום אוועקגעדרייט ביי מצוה טאנץ, טאנצנדיג שלא כדרכה פון צפון צו דרום. א געשפרעך פארפירט, אדער אפילו איר באגריסט, האט ער נאך קיינמאל נישט, ווי אויך האט ער זאפארט די סעודות אין שטוב צעטיילט, נישט ריזיקירנדיג קיין שום פארקער צווישן פרעמדע אין דער פאמיליע."
צי האבן אט די עקסטרעמע מאסנאמען געהאלפן פארמיידן מחשבות זרות איבער זיין שנור? מיט דער ווערטער־שפיל פונעם דאפלטן באדייט פון 'שלא כדרכה' שלאגט דער שרייבער פאר אז נישט. מיטן גוף האט ער זיך "פרום אוועקגעדרייט," אבער דער מוח האט אינזין גאנץ עפעס אנדערש.
צום סוף פאלט ער דורך מיט די איינציגע נקבות מיט וועלכע ער איז בלית־ברירה געבליבן אין קאנטאקט: זיינע פלימעניצעס. דאס עקסטרעמע דערדריקעניש פון נארמאלע מענטשליכע נטיות האבן אים געברענגט צו זען תאווה און רייץ אין די אומשולדיגסטע פלעצער און אים פארוואנדלט אין א סעקס־אבסעסירטן קראנקן. זיין עקסטרעמע אפגעהיטנקייט וואס ער פרובירט ארויפצווינגען אויף דער גאנצער קהילה איז נישט דער ענטפער צו זיינע נסיונות, נאר טאקע זייער מקור.
קאנטראסט: בין קודש לחול
אן אנדער סארט קאנטראסט שאפט דער מחבר דורכאויס מיטן אנטקעגנשטעל פון א טראדיציאנעלן רבנישן לשון אין אן אומפארשטעלטן, און צומאל עפנטליך פרעכן, סעקסואלן קאנטעקסט. אט דער אומגעלומפערטער שידוך שאפט אן אומהיימליך־קאמיש געפיל וואס דינט אויף ארויסצושטארצן די פאראדיע פונעם פרומען מוסר זשאנער.
ווי שוין דערמאנט, זענען גרויסע טיילן פונעם טעקסט אויפן רבנישן און תנכישן רעגיסטער. צום ביישפיל, אט האבן מיר די שילדערונג ווי יואלי גייט זיך באראטן מיט נחמנ'ען איבער זיינע נסיונות:
אט האבן מיר א דעסקריפציע און א לשון וואס באציט זיך דירעקט צו רבקה'ס מאטערנישן זייענדיג טראגעדיג מיט יעקב און עשיו'ן. די אסאציאציע טוט נישט מער ווי אוועקשטעלן דעם רעגיסטער אויף א דערהויבענעם תנכישן לשון כדי אז עס זאל נאכדעם גרילצן אין די אויערן ווען מיר ליינען ווייטער וועגן "פרעכע קעלנערינס אין אויסגעלאסענע גומי קליידונג."
דאס זעלבע קומט פאר ווען מיר ליינען "בַּלַּיְלָה הַהוּא נָדְדָה שְׁנַת יואלי," און מיר האבן נארוואס געליינט איבער וואס יואלי קען נישט איינשלאפן:
קיווע האט נישט געקריגן 'שלעק', נאר טאקע 'מלקות', וועלכע מיר קענען פון גמרא מכות, און פון דער ריטועל ערב יום הקדוש; שלומי איז 'געזאלבט' געווארן, עלעהיי ער וואלט געווען דער כהן המשיח אדער פון די מלכי ישראל; יונה דער בעל־תפילה האט א קינק וואס איז נישט־צופעליג ענליך צו זיין פרומער טעגליכער שטעלע, וואס שלאגט פאר א פסיכא־סעקסואלן קוקווינקל.
ענליכס טוט דער שרייבער ווען ער שילדערט דעם "אומשולדיגן" ארעסט (שטייטצעך אומשולדיג – וואס א הווה־מינא?!) פון א פיגור אינעהאלב דער געמיינדע, וועלכער "האט זיך צווישן טונקעלע פיר ווענט געלאזט טראפן הייסער חלב אויפ'ן בלויזן קערפער." נישט 'וואקס', נאר חלב. און וואו געפינען זיך יואלי און נחמן ווען זיי שמועסן דורך 'ארויפשטעקן א פינגער'? אין שול "איבער אן אפענער נדרים גמרא." און ווען נחמן קומט צוריק מיט א הסבר, "זאגט ער אים אויף אזויפיל, מ'ברויך אריינשטעקן א פינגער ביז ער שפירט א טעם, וכן עמא דבר." דער מובהק'דיגער תלמודישער אויסדרוק "וכן עמא דבר", גרילצט מיט דער טעמע פון זייער געשפרעך, אבער איז אין איינקלאנג מיטן פאקט אז דא זיצן צוויי כולל־יונגערלייט איבער אפענע גמרות.
ווידער און ווידער טרעפן מיר זיך אן אין דעם ארטיקל מיט דער זעלבער טעכניק, וואס דער שרייבער ניצט גאר עפעקטיוו. און צומאל טרעפן מיר זיך אן מיט זאצן וועלכע נעמען אריין אין איין אטעם א גאר פראסטע און אפילו פרעכע שילדערונג, און דאן גלייך א לשון־קודש'דיגן אויסדרוק גענומען גראד פון אונזער פארהייליגטן ספרים שראנק ארויס. ווען יואלי טרעפט זיך אן מיט זיין ערשטן נסיון נאך דער חתונה, זעט ער פאר זיך, "א גוי'טע מיט בלאנדע האר און גלאטע הויט, געפארעמטע ליפּן און געשטאלט, שטייט פאר אים במלוא קומתה." און ווען נחמן הייבט אים אן אריינצוברענגען אין דער וועלט פון מותר'דיגער תאווה, פירט ער אויס:
און דא דינט דער "עליך המלאכה לגמור" נישט נאר אלס אנטקעגנשטעל צווישן דעם תלמודישן אויסדרוק און די פראסטע שילדערונגען וואס פאלגן נאך, נאר אויך אלס א שטיפערישע ווערטער־שפיל פונעם דאפלטן באדייט פון "גומר" זיין.
צו לעצט דינט אויך די טעכניק ארויסצוהייבן די שפאנונג וואס שטארצט ארויס פונעם קאנטראסט צווישן דער פרומער אויבערפלאך און די טונקעלערע רעאליטעטן באגראבן טיפער. דאס זעען מיר צום ביישפיל אין דער פאלגנדער שילדערונג פון יואלי'ס פעטער הערשל, א "ריכטיגער חסידישער איד", אבער וועלכן
ווייטער האבן מיר אין זעלבן אטעם א פרעכע שילדערונג אנטקעגנשטעלט א גאר פרומען קאנטעקסט. דער קאנטראסט ברענגט ארויס די סתירה וואס ליגט אין הערשל'ס התנהגות און וויאזוי זי ברענגט אים צו אינערליכע שולד־געפילן און ייסורים וואס בלייבן מיט אים צענדליגער יארן שפעטער. זיין געשריי ביים שמע־ליינען איז גראדע נישט קיין צוויי־פנימדיגער אנשטעל אין קאנטראסט מיט זיינע אנדערע מעשים, נאר אן אויפריכטיג וויי־געשריי פון זעלבסט־עקל און האס אויף זיינע דורכפעלער איבער וואס ער שפירט אז ער האט נישט קיין שליטה.

"וילך לדרוש את נחמן, זיין עלטערער אויפגעקלערטער חברותא, אן ארץ ישראל'דיגער אויסגעשטיגענער, און שמועסט אויס אומדירעקט די פראבלעם: אם כן למה זה אנכי? וואס זענען די נייע נסיונות?"
אט האבן מיר א דעסקריפציע און א לשון וואס באציט זיך דירעקט צו רבקה'ס מאטערנישן זייענדיג טראגעדיג מיט יעקב און עשיו'ן. די אסאציאציע טוט נישט מער ווי אוועקשטעלן דעם רעגיסטער אויף א דערהויבענעם תנכישן לשון כדי אז עס זאל נאכדעם גרילצן אין די אויערן ווען מיר ליינען ווייטער וועגן "פרעכע קעלנערינס אין אויסגעלאסענע גומי קליידונג."
דאס זעלבע קומט פאר ווען מיר ליינען "בַּלַּיְלָה הַהוּא נָדְדָה שְׁנַת יואלי," און מיר האבן נארוואס געליינט איבער וואס יואלי קען נישט איינשלאפן:
"ווילסט מיר זאגן אז דער צעשלאָכעטער קיווע, מיט דעם גרויסן געלן טלית קטן, האט געקריגן נעכטן מלקות אין דע פּאַז? שלומי, דער דעזיינער מיט די OC'ס, איז שטאטליך געזאַלבּט געווארן צו ראמאנטישע פייפערייען פון אן ארקעסטער טראמפייטער? יונה, דער טעגליכער בעל תפילה, שטייט ביי דער וואנט? יעקב אלי', דער מפיק מרגליות, גלייכט עס מיט א לאנגן שייטל?"
קיווע האט נישט געקריגן 'שלעק', נאר טאקע 'מלקות', וועלכע מיר קענען פון גמרא מכות, און פון דער ריטועל ערב יום הקדוש; שלומי איז 'געזאלבט' געווארן, עלעהיי ער וואלט געווען דער כהן המשיח אדער פון די מלכי ישראל; יונה דער בעל־תפילה האט א קינק וואס איז נישט־צופעליג ענליך צו זיין פרומער טעגליכער שטעלע, וואס שלאגט פאר א פסיכא־סעקסואלן קוקווינקל.
ענליכס טוט דער שרייבער ווען ער שילדערט דעם "אומשולדיגן" ארעסט (שטייטצעך אומשולדיג – וואס א הווה־מינא?!) פון א פיגור אינעהאלב דער געמיינדע, וועלכער "האט זיך צווישן טונקעלע פיר ווענט געלאזט טראפן הייסער חלב אויפ'ן בלויזן קערפער." נישט 'וואקס', נאר חלב. און וואו געפינען זיך יואלי און נחמן ווען זיי שמועסן דורך 'ארויפשטעקן א פינגער'? אין שול "איבער אן אפענער נדרים גמרא." און ווען נחמן קומט צוריק מיט א הסבר, "זאגט ער אים אויף אזויפיל, מ'ברויך אריינשטעקן א פינגער ביז ער שפירט א טעם, וכן עמא דבר." דער מובהק'דיגער תלמודישער אויסדרוק "וכן עמא דבר", גרילצט מיט דער טעמע פון זייער געשפרעך, אבער איז אין איינקלאנג מיטן פאקט אז דא זיצן צוויי כולל־יונגערלייט איבער אפענע גמרות.
ווידער און ווידער טרעפן מיר זיך אן אין דעם ארטיקל מיט דער זעלבער טעכניק, וואס דער שרייבער ניצט גאר עפעקטיוו. און צומאל טרעפן מיר זיך אן מיט זאצן וועלכע נעמען אריין אין איין אטעם א גאר פראסטע און אפילו פרעכע שילדערונג, און דאן גלייך א לשון־קודש'דיגן אויסדרוק גענומען גראד פון אונזער פארהייליגטן ספרים שראנק ארויס. ווען יואלי טרעפט זיך אן מיט זיין ערשטן נסיון נאך דער חתונה, זעט ער פאר זיך, "א גוי'טע מיט בלאנדע האר און גלאטע הויט, געפארעמטע ליפּן און געשטאלט, שטייט פאר אים במלוא קומתה." און ווען נחמן הייבט אים אן אריינצוברענגען אין דער וועלט פון מותר'דיגער תאווה, פירט ער אויס:
"אלזא, עליך המלאכה לגמור. גלייכסט צעריסענע דזשינס? הויכע שטיוול? דעם קול פון ליבע? מיסטעריעזע אגרעסיווע שריט? ברענג עס צו דיר אין שטוב אריין."
און דא דינט דער "עליך המלאכה לגמור" נישט נאר אלס אנטקעגנשטעל צווישן דעם תלמודישן אויסדרוק און די פראסטע שילדערונגען וואס פאלגן נאך, נאר אויך אלס א שטיפערישע ווערטער־שפיל פונעם דאפלטן באדייט פון "גומר" זיין.
צו לעצט דינט אויך די טעכניק ארויסצוהייבן די שפאנונג וואס שטארצט ארויס פונעם קאנטראסט צווישן דער פרומער אויבערפלאך און די טונקעלערע רעאליטעטן באגראבן טיפער. דאס זעען מיר צום ביישפיל אין דער פאלגנדער שילדערונג פון יואלי'ס פעטער הערשל, א "ריכטיגער חסידישער איד", אבער וועלכן
"א פעפעריגע אזיאנער, מיט פינף שטאָקיגע שיך, האט דעם יונגן, ענערגישן הערשל צוגעדריקט צו א שמאלן קארידאר ווינקל, שפעט אויפדערנאכט, פארשווערנדיג דעם זעלבן אטעם מיט וואס ער שרייט הויך שמע, אויפוועקנדיג די גאנצע שטוב יעדן שבת אינדערפרי, דרייסיג יאר דערויף."
ווייטער האבן מיר אין זעלבן אטעם א פרעכע שילדערונג אנטקעגנשטעלט א גאר פרומען קאנטעקסט. דער קאנטראסט ברענגט ארויס די סתירה וואס ליגט אין הערשל'ס התנהגות און וויאזוי זי ברענגט אים צו אינערליכע שולד־געפילן און ייסורים וואס בלייבן מיט אים צענדליגער יארן שפעטער. זיין געשריי ביים שמע־ליינען איז גראדע נישט קיין צוויי־פנימדיגער אנשטעל אין קאנטראסט מיט זיינע אנדערע מעשים, נאר אן אויפריכטיג וויי־געשריי פון זעלבסט־עקל און האס אויף זיינע דורכפעלער איבער וואס ער שפירט אז ער האט נישט קיין שליטה.
צום שלוס
אין אונזער ערציילונג האבן מיר א מייסטערהאפטיג אנטוויקלטע קריטיק אויף דער באציאונג צו סעקסואליטעט אין דער חסידישער קהילה, פארשלייערט אין א פאראדיזירונג פונעם טראדיציאנעל פרומען מוסר זשאנער. צוויי מאטיוון לויפן דורך אונזער טעקסט: וויסן און אומווייסן, און היפאקריטישקייט און קאנטראסט. ארויסצוהייבן דעם קעגנזאץ און צו געבן דער באשרייבונג איר סאטירישן "ביס" ניצט דער שרייבער הגזמה און דעם קאמישן קעגנשטעל צווישן תנכישע און תלמודישע לשונות און פרומע קאנטעקסטן פון איין זייט, און נידעריגע רייצונגען און פרעכע אויסדרוקן פון דער צווייטער זייט.
מיטן עפיסטעמאלאגישן פאקוס ווערט ארויסגעברענגט די מאכט און מאכטלאזיגקייט פון וויסן און אומוויסן. מיר זעען וויאזוי אומפארשטאנד איבער די נאטירליכע סעקסואלע נייגונגען ברענגען דעם מענטש צו שולד־געפילן און זעלבסט שאנדע, און צום ענדלאזן און אויסזיכטלאזן פרואוו צו דערשטיקן און אונטערדרוקן אט די נטיות. דער פאלשער אנשטעל פון א ריינער און סעקסלאזער געזעלשאפט ברענגט צו געפילן פון איינזאמקייט אין די אייגענע ראנגלענישן, מיינענדיג אז מען איז איינער אליין אין דעם. ווייטער ברענגט דער סעקסואלער טאבו צו אז מען זאל פארשווייגן און פארשטיקן פארברעכנס וואס ערמעגליכן אז קרבנות זאלן ווייטער פאלן.
נישט אויף אלע שאלות וואס ווערן דא בארירט באקומען מיר קלארע תשובות. יואלי'ס אנערקענונג ברענגט אים צו א געזונטערן סעקס־לעבן מיט זיין ווייב און צו א זעלבסט־אקצעפטירונג פון זיינע מענטשליכע נסיונות און דורכפאלן. אבער צי וועט דאס לייזן זיינע פראבלעמען אין דער לאנגער צוקופנט? ווי אפט און מיט וועמען וועט ער האבן "פרייליכע ענדעס" אויסער זיין ווייב? וועט ער זאגן דבורי'ן וועגן דעם? און וויאזוי וועט דאס ווירקן אויף זיין שלום־בית? צום סוף בלייבט די שאלה הענגען: "צי קען מען איינעם געטרויען מיט משגל?"
ווייטער דער מאטיוו פון קאנטראסט ברענגט ארויס די היפאקריטישקייט און אויגן־פארבלענדעניש פון דעם לויטערן און אפגעהיטענעם אנשטעל. עס צייגט ווי אן אבסעסיע מיט איבערגעטריבענעם צניעות און סעקסלאזיגקייט ברענגט צו דאס פארקערטע: אז אלעס ווערט סעקסועל און אז מען הייבט אן זען תאווה און רייץ אין יעדן אומשולדיגן מצב. נארמאלע מענטשליכע נייגונגען ווערן פארוואנדלט אין קראנקע אבסעסיעס פון וועלכע נישט נאר דער מענטש אליין נאר אויך אלע ארום אים ליידן. די פוריטאנישע אטמאספער און די אומאנטוויקלונג פון א געזונטן צוגאנג צו סעקסואליטעט און צו ארויסווייזן געפילן פון ליבע מאכט א געזונט סעקס־לעבן בדרך היתר אוממעגליך, וואס רעזולטירט אומפארמיידבאר אין דעם וואס די דערדרוקטע נייגונגען פלאצן ארויס בדרך איסור. חוץ פון דעם וואס דאס קאסט קרבנות פון די וואס ווערן געשעדיגט, לאזט עס אויך דעם מענטש אליין אין א שטענדיגן געראנגל מיט זיך אליין און צו נישט־נאכלאזנדע געפילן פון זעלבסט־האס און עקל.
הבל־וריק האט דא עפעקטיוו און ערפאלגרייך באוויזן אן אקט פון געזעלשאפטליכער קריטיק באקליידעט אין א ליטערארישן ווערק פון סאטירע און פאראדיע. מיט דעם שליסט ער זיך אן אין א לאנגער קייט און טראדיציע פון משכילישע טעכניקן וועלכע איז דאן אריין אין דער קלאסישער אידישער ליטעראטור פון די ניינצנטן און צוואנציגסטן יארהונדערטער. יעצט, אינעם איין אין צוואנציגסטן יארהונדערט, זעען מיר א ווידעראויפבלי פון ליטערארישע ווערק אויף אידיש פון הויכן עסטעטישן קאליבער, וואס דינען אלס מיטל צו באשרייבן און קריטיקירן אונזער אידישע קולטור אין די גלאררייכע פוסטריט פון אונזערע קלאסיקער.