איך האב נארוואס געזען צום ערשטן מאל דעם לעגענדארע פילם/מוזיקאל 'פידלער אן די ראאף', און איך בין זייער איבערגענומען דערפון, ס'שניידט אדורך פון אידישקייט צו מוזיק, פון טראדיציע ביז טויש, פונעם קאלעקטיווע פיין ביז אינדיווידואלע סטראגלס. נישט איין מאל האב איך זיך געטראפן צווישן די שורות דארט. האב איך מחליט געווען לכבוד מיין 1000'סטע תגובה אראפצושרייבן רויערהייט וויאזוי איך נעם עס.. און צו די אלע וואס האבן עס נאכנישט געזען – גייטס זעטס עס, עס איז ווערד יעדעס מינוט, זיכער אויב זיינט איר א איד און/אדער מוזיק ליבהאבער..
*****
'פידלער אן די ראאף' איז א מעשה אנגעזאפט מיט הומאר, געפיל, טראדיציע, ליידן, געזאנגען, קולטור, אידישע חן, היסטאריע, און טויש. די ליניעס זענען אלע קינצליך געשריבן, די ניגונים אזוי מייסטערפול סעלעקטירט און פרעזענטירט, און די אקטיארן אזוי אידישליך און וואונדערליך. ס'לוינט א טריט פון איבעראל.
ס'הייבט זיך אן מיט די לעגענדארע ניגון 'טראדיציע', ווי טוביה דער מילכיגער – דער הויפט כאראקטער - שטעלט פאר מיט גוטמוטיגקייט די פארבינדונג מיט אונזער ליבע טראדיציע – ער ווייסט טאקע נישט וואו די 'טראדיציע' האט אריגינירט, אבער אז עס איז דא האלטן מיר עס מיט שטאלץ!
די שטעטלדיגע לעבן אין אנאטיווקע - רוסלאנד, די תמימות, די ארגינעלקייט, ס'איז דאך אזוי נאסטאלגיש, אזוי בא'חנ'ט, אפגעזען די לוקסוסן וואס זיי פארפאסן איז דא דארט עפעס וואס פארבענקט אונז אלע אהין צו מיר ווילן צו נישט. דער רב פון שטעטל, דער קצב מיטן גרויסן בארד, דער יענטא – שדכנ'טע – קיין פאסיגערע נאמען פארהאן, דער נייעס טרעגער, און דער מויל מאכער, אלעס אזוי באשיידן און זיס. איי 'טראדישאן'..
טוביה פון זיין זייט – א פשוטע דארפסמאן מיט אן עכטע דורכגעווייקטע אידל פארפאקט אין איין מענטש, זיין ווייבל גאלדע, זיינע פינף זיסע טעכטערלעך - צייטל, הדל, און חוה'לע, מיט נאך צוויי אומנאמינירטע, ווייסן פון קיינע גרויסע דאגות אויסער קיען מיט שידוכים. מיט מענטשן באנעמט טוביה גוט, זיין כאריזמאטישע כאראקטער פארדינט אים מיט רעכט דער הויפט שטעלע אינעם מעשה, "as the good book says" איז ער פארנומען צו טיילן מוסר, און שטענדיג א טרעפליך לאזונג אויפן צונג.
און ווי קען מען אויסלאזן טוביה'ס זאפטיגע דייאלאגיעס מיט ג-ט, ווי צו א חבר, האלט טוביה פאר דעם באשעפער פאר זיין שווערן מצב און פאר די עניות וואס באהערשט אים, הומאריסטיש און פארביסן, שטרענג אבער הארציג, פונקט ווי דאס פינטעלע איד אין אונז שפירט שוין פאר צוויי טויזענט יאר. if I were a rich man צוזינגט ער זיך אזוי געשמאק, אראפלייגענדיג אינאיינוועגס סאטיריש די לעבנסשטייגער פונעם גביר וועמען יעדער לעקט אן קיין חשבון.
און אט קומען די באמפס..
נאך וואס טוביה פריידט זיך אזוי מיט דעם נארוואס געשלאסענע שידוך צווישן זיין צייטל און לייזער וואלף'ן - דעם רייכן קצב, האט אבער צייטל גאר אנדערע פלענער, דער שניידער מאטל געפעלט איר בעסער און זי וויל פון קיין אלטן בוטשער נישט הערן. טוביה הייבט אן מיט זיינע חשבונות אזוי זיס, on the one hand דארף דאך זיין א שדכן, on the other hand האט צייטל געטראפן איר ליבע - ווער איז ער אפצוהאלטן, but on the other hand וואס איז מיט טראדיציע און וואו וועט עס פירן, and on the other hand צייטל איז דאך אזוי צופרידן. בלייבט עס מיט זיין צושטומונג, שווערערהייט, נישט וואוסענדיג וועלכע נאך טוישונגען ערווארטן אים.
אזוי ארגינעל, אזוי אידישליך, און אזוי האמבל.
קומט די חתונה צוגיין. דער בדחנ'ס אויפטריט – אזוי פארצייטיש און זיס, די ניגונים אזוי היימליך, די 'לחיים' - פלעשל טאנץ – נאך אזוי רעלעוואנט, דער פאסיוו אגרעסיווע אויסברוך צווישן טוביה און דעם קצב – אזוי באקאנט ליידער, און די פאגראם אינמיטן דעם חתונה – אזוי היסטאריש ליידער. וואס שפינט אבער די געשיכטע ווייטער איז די טאנץ צווישן פערטשיק – א רעוואלוציאניסט – און הדל טוביה'ס צווייטע טאכטער. א מויד מיט א יונג, א האלבע היתר פונעם רב, און די גאנצע זאל טאנצט ווי אין ווערטסהויז. איי ווי ליבליך. צייטן טוישן זיך.
אויב איז מאטל דער שניידער געווען צו פלאך און ארעם פאר טוביה צו פארנעמען, איז פערטשיק געווען צו אויפגעקלערט און פאליטיזירט פאר אים'ן אראפצושלינגען. פאר פערטשיק איז אלעס איבער הויכגעשפריצט-פילאזאפישע און סאציא-פאליטישע בונדן, אבער הדל דערמאנט אזוי איידל אז 'אפעקשאן' איז אויך א מחותן צום שפיל. ווייניג ברירות האט טוביה, ווי נישט ווי on the one hand שטייט טראדיציע, on the other hand האט הדל באשלאסן איר געוויסן. בלייבט עס ביי דעם, און עווענטואל פארן די צוויי פרישע פייגלעך קיין סייבעריע – אפלעבן אינאיינעם און אויפטון פארן וועלט.
קומט אבער צו חוה'לע און דאס בילד טוישט זיך. אירע ליבע איז געוואנדן צו אן אינו בן ברית אין שטעטל, און מיט די אלע 'הענט' אין טוביה'ס מאנאלאגן קען ער נישט איבערקומען דעם געדאנק אז זיינס א טאכטער גייט חתונה האבן מיט א גוי. פון זיין זייט איז די געשעפט געשלאסן, און ווען גאלדע קלאגט נאך די טריט פון חוה'לע איז זי ביי טוביה שוין א פארגאנגענהייט – שוין א געשטארבענע קביכול. ווייטאגליך אבער באקאנט, אזוי הומען אבער אזוי בארבאריש. איי טראדישאן.. בניגון איכה דענסמאל...
אויב זענען די ליידן פון ישראל'קע נישט גענוג און גלות, אויב זענען די דילעמעס נישט גענוג רוישיג, די געפילן נישט גענוג שטורעמיש, און די קולטור נישט גענוג אנגעזאפט מיט פיין. האט שלום עליכם דא געזען פאר וויכטיג אריינצוברענגען א גירוש אינעם געשיכטע. פונקט ביים פונקט ווי די הארץ צוגייט, ווי היסטאריע זעט זיך אין שפיגל, ווי מיר אלע פארשטייען פונקטליך וואס טוביה גייט אדורך, קומט דער גענעראל פון שטעטל מיט אן הכרזה אז אלץ דארף ווערן לער אין דריי טעג. איי ווי שוידערליך, איי ווי נעבעכדיג, ס'רייסט דאס הארץ.
אבער עס קען מעגליך היילן אויך, ס'טאקע פיינפול זיך צו געזעגענען פיזיש, אבער עס לייגט די אלע פראבלעמען אין שאטן איינער פונעם צווייטן, עס סערווירט קאנטעקסט צו דעם אמאליגן לעבנסשטייגער, און עס רעפלעקטירט אויף אונזער נישטיגקייט דא אויפן וועלט.
די שטעטל געזעגענט זיך, איינער ווייסט וואו ער צילט און דער צווייטער האט נישט קיין אהנונג, אבער די מנחה אויף די שטעגן האט יעדער מיטגעהאלטן, די ספר תורה איז די צענטראלע פיעס פון דעם רייזע, און דאס טראדיציאנאלע פינטעלע איד קען קיינער פארוואגלען.
און ווען פון שטעטל ארויס דער פידל באגלייט, אלע ווייטאגן פון טוביה דארט צוגייט!
דער פידלער באלאנגט טאקע נישט אויפן דאך, אבער זיין פידל וועט ער אין קיין פאל נישט אפלאזן, א טרויעריג ניגון צו א פרייליכע, א היינטיגע אדער אן אמאליגע, אויפן דאך און אויפן ערד, אין ליידן און אין פריידן, אין גלות און אינדערהיים, אין ליבשאפט און אין קריגעריי, דאס געזאנג פון טראדיציע טרעפט זיין וועג.

לעצט רעדאגירט: