ווי אזוי קומט איר זיך דורך מיט אייער שוויגער?

ווי אזוי קומט איר זיך דורך מיט אייער שוויגער?

  • צוקריגט

    Votes: 0 0.0%
  • זי מאכט מיר נערוועז, ווייל ס'דערמאנט מיר ווי אזוי מיין ווייב גייט אויסקוקן אין צוואנציג יאר ארום

    Votes: 2 4.1%
  • נישט אראפצושלינגען און נישט אויסצושפייען

    Votes: 6 12.2%
  • איך האב גארנישט מיט איר, אזוי ווי צוויי פרעמדע מענטשן

    Votes: 11 22.4%
  • גאנץ גוט - כמעשה

    Votes: 11 22.4%
  • זייער פיין

    Votes: 12 24.5%
  • משוגע גוט - איך האק א לעבן מיט איר!

    Votes: 7 14.3%

  • Total voters
    49
איך קום מיר אויס מיט מיין שוויגער זייער גוט

אבער איך מיין אז סאיז מער די פוינט וואס די סטאנדארטן זענען אין די פעמילי בנוגע רעדן צו א צווייטע דשענדער, וואס דאס שפילט אויך א שטארקע ראלע צום שוויגער, אבער דאס איז נישט די עיקר, די עיקר איז די סטאנדארטן וואס (געווענליך די ערשטע שוואגער, אדער די שוויגער אליינס) האבן געסעט

ווי למשל, מיין שוויגער, גיין פאר א שבת ביינאכט וואלק מיטן שוויגער איז א דבר שבשגרה, איך קען מיר טרעפן פארזינקען אין א שמועס מיט שוויגער צווייע ביינאכט ביים קיטשען טיש, מיט מיין ווייב צו אן...

(און צו אלע הייסע חברה, עטס קענסט סטאפן ענקער עמעדשענעישאן...סנישט דאס וואס די טראכסט)

און איך רוף איר נישט "שוויגער" איך רוף איר "מאם" די זעלבע מיט מיין שווער

פארוואס?
ווייל זיין האבן געסעט די סטאנדארטן, האסט געדשוינט די פעמילי, ביסט אזוי ווי א קינד...
נישט עפעס אן עליכן געלאנדעד פון מאדים וואס האט אגב פארכאפט דיין טאכטער..

משאכ ביי א צווייטע, ער קען זיך טרעפן און א קורצע טעכנישע שמועס מיטן שוויגער, אבער נישט מער ווי דעם...

און ביי א דריטן, איז עס חס מלהזכיר, רעדן צו א פרוי ווען ממוז נישט...!

און ביי א פערדן איז מען גאר אויף מעסער שטעך


איי בעליוו אויב איז דיין שוויגער א נארמאלע מענטש, קען מען עס אייביג שיפטן צו בעסער

גוד לאק
 
לעצט רעדאגירט:
מיין שוויגער מישט זיך נישט אריין.. זי זאגט אייביג, איך מיש מיך נישט אריין אם איך וויל נאר זאגן טו דעיס נישט/ טו דעיס יא, און בעיקר זאגט זי עס פאר מיין ווייב
א חוץ פון דעים זי פארשטייט צו קאכן און באקן, בערך אזויווי זי מישט זיך נישט אריין אין מיין לעבן......
 
מיין שוויגער איז א רשענטע. איך האב גארנידט מיט איר און איך וויל איר נישט קענען. אפשר צו איר לויה וועל איך גיין.
 
און איך רוף איר נישט "שוויגער" איך רוף איר "מאם"
דערמאנסט מיר פון א עפעסאד אויף "everybody loves raymond" איך גיי עס טרייען אפירציזיכן,
בד"וו פאר א גוטע שוויגער שאו, איז דעיס די אדרעס..
ס'איז בכלל מיין אל טיים פעוועריט, און יא, כ'האב שוין געוואטשט "פרענדס"
 
נישט עפעס אן עליכן געלאנדעד פון מאדים וואס האט אגב פארכאפט דיין טאכטער..
אוי, זאגסטו (ליידער) גוט.

דערמאנסט מיר פון א וויזשען וואס כ׳אב געהאט אין מיין טיי צערעמאני, ס׳געווען אזאנע שטרענגע אויגן וואס האלטן מיר פאר; ״היתכן״?! שפעטער האב איך געכאפט אז דאס איז די שוויגער וואס האט טענות פארן מחליט זיין א געוויסע זאך בנוגע מיין ווייב/איר טאכטער אָן איר רשות.

איך האב איר צוריקגעקוקט אין פנים מיט די גאנצע רואיגקייט און איר איינגעמאלדן אז איר טאכטער איז היינט מיין ווייב. פינטל.
 
אן עי סיריעס נאוט @ברק הכחול, ס'קוקט מיר אויס ווי דיין שוויגער איז מער פון די אינגע סארט, אדער פלעין איזי גאונג, מיין שוויגער האט אזא האלד אויף אירע טעכטער אז זיי אליין קומט זיי אן שווער איר צי רופן "מאם"
 
איך בין זייער גוט מיט מיין שוויגער איך קען מיך נישט זען גיין מיט איר אויף א וואלק שבת נאכמיטאג אזויווי ברק הכחול אבער אונז קענען שמיסן לאנגע שעות.
 
איך קום מיר אויס מיט מיין שוויגער זייער גוט

אבער איך מיין אז סאיז מער די פוינט וואס די סטאנדארטן זענען אין די פעמילי בנוגע רעדן צו א צווייטע דשענדער, וואס דאס שפילט אויך א שטארקע ראלע צום שוויגער, אבער דאס איז נישט די עיקר, די עיקר איז די סטאנדארטן וואס (געווענליך די ערשטע שוואגער, אדער די שוויגער אליינס) האבן געסעט

ווי למשל, מיין שוויגער, גיין פאר א שבת ביינאכט וואלק מיטן שוויגער איז א דבר שבשגרה, איך קען מיר טרעפן פארזינקען אין א שמועס מיט שוויגער צווייע ביינאכט ביים קיטשען טיש, מיט מיין ווייב צו אן...

(און צו אלע הייסע חברה, עטס קענסט סטאפן ענקער עמעדשענעישאן...סנישט דאס וואס די טראכסט)

און איך רוף איר נישט "שוויגער" איך רוף איר "מאם" די זעלבע מיט מיין שווער

פארוואס?
ווייל זיין האבן געסעט די סטאנדארטן, האסט געדשוינט די פעמילי, ביסט אזוי ווי א קינד...
נישט עפעס אן עליכן געלאנדעד פון מאדים וואס האט אגב פארכאפט דיין טאכטער..

משאכ ביי א צווייטע, ער קען זיך טרעפן און א קורצע טעכנישע שמועס מיטן שוויגער, אבער נישט מער ווי דעם...

און ביי א דריטן, איז עס חס מלהזכיר, רעדן צו א פרוי ווען ממוז נישט...!

און ביי א פערדן איז מען גאר אויף מעסער שטעך


איי העליון אויב איז דיין שוויגער א נארמאלע מענטש, קען מען עס אייביג שיפטן צו בעסער

גוד לאק
דאס זעלבע איז ביי מיר. הגם איך גיי נישט אויף קיין שפאציר מער מיט איר פשוט ווייל זי איז שוין א בת גבורות און זי וויל מיך נישט אויפהאלטן. איך פלעג אבער צו גיין מיט איר אמאל. זי איז זייער א קלוגע פרוי און איך האב באמת הנאה צו פארברענגען מיט איר. מיר קענען שמועסן שעות ווען אירע כוחות ערלויבן דאס. זיי האט זיך קיינמאל נישט געמישט און זי מישט זיך נישט. צצווישן אירע קינדער זענען דא אזוינע מיט אייגענע האר און לאנגע שייטלען און אזוינע מיט שפיצלעך. זי גיבט באמת נישט קיין דעקל און האט אלע ליב דאס זעלבע.
מיר קענען עגריען צו דיסעגריען אויף פארשידענע טאפיקס און נאכאלץ בלייבן נאנט.
און ניין. איך האב נישט קיין מחשבות רעות. עס איז פשוט צוויי געזונטע מענטשן אין א געזונטע רילעישנשיפ.
איך רוף איר נישט mom איך האב ב''ה א מאמע ביז די 120 און דער טיטל גייט נאר פאר איינעם.
וואס נאך? ביי איר טיש קענען זיצן געשוויסטער מיט צוגעקומענע און פירן א נארמאלע שמועס איבער סיי וועלכע טאפיק, דאס זעלבע ביי מיין מאמע, איגעין, געזונטע מענטשן מיט א געזונטע רילעישאנשיפ.
 
איך פלירט מיט מיין שוויגער.
 
אן עי סיריעס נאוט @ברק הכחול, ס'קוקט מיר אויס ווי דיין שוויגער איז מער פון די אינגע סארט, אדער פלעין איזי גאונג, מיין שוויגער האט אזא האלד אויף אירע טעכטער אז זיי אליין קומט זיי אן שווער איר צי רופן "מאם"
לאו דווקא אינג, נאר איזי גאינג
 
איך קען איינעם וואס זיין ווייב רעדט כמעט נישט צי איר מאמע, סאו זיי גייען ווייניג, אבער ווען מען טרעפט זיך רעדט די מאן געהעריג צים שוויגער, אין די ווייב שטייט אין די זייט.
 
איך פלירט מיט מיין שוויגער.
איך געדענק א מעשה פון א אינגערמאן וואס האט אויך געדמיונט אזוי.. יעדע שמייכל אדער גוט ווארט פון זיין שוויגער האט ער איינגעזעצט לויט זיינע הארמאנען.. ביז דער חכם האט עס פרובירט צו נעמען אויף למעשה..עס האט זיך געענדיגט מיט א שמוציגער גט...
 
Back
Top