ווי אזוי קומט איר זיך דורך מיט אייער שוויגער?

  • צוקריגט

    Votes: 0 0.0%
  • זי מאכט מיר נערוועז, ווייל ס'דערמאנט מיר ווי אזוי מיין ווייב גייט אויסקוקן אין צוואנציג יאר ארום

    Votes: 4 5.7%
  • נישט אראפצושלינגען און נישט אויסצושפייען

    Votes: 8 11.4%
  • איך האב גארנישט מיט איר, אזוי ווי צוויי פרעמדע מענטשן

    Votes: 15 21.4%
  • גאנץ גוט - כמעשה

    Votes: 15 21.4%
  • זייער פיין

    Votes: 20 28.6%
  • משוגע גוט - איך האק א לעבן מיט איר!

    Votes: 8 11.4%

  • Total voters
    70
איך מיין אז דער עולם פאנטאזירט דא אויף כוחות, ווער טשילט מיט די שוויגער? מאקסימוס א גוט שבת מיט א שמייכל.
 
קריך ארויס פון קלאזעט העסטע געוואור ווערן, סאיז דא א וועלט אינדרויסן...
 
פארוואס טראכסטו אזוי?
קריך ארויס פון קלאזעט העסטע געוואור ווערן, סאיז דא א וועלט אינדרויסן...
קען זיין אז איך בין אין א קלאזעט, אבער פארוואס זאל א שוויגער טשילן מיט א איידעם, וויאזוי רעאגירט די טאכטער און די שווער, עס מאכט אפילו נישט קיין סענס אז א שוויגער זאל גיין פאר א איידעם, די שוויגער טרייט פשוט צו זיין נייס, און די איידעם רעדט זיך שוין איין אז זי מיינט עפעס.
 
איך ווייס גראדע פון אזא מעשה.

אין יענע פאל האט דער איידעם נישט געוואלט, אבער דער שוויגער האט געמוטשעט, ביז דער איידעם איז דורכגעפאלן...

איך ווייס אויך אן אנדערע מעשה, א שווער - ל"ע נישט קיין געזונטער מענטש - האט גענומען אן איידעם, און ער האט אנגעהויבן משוגע מאכן דעם איידעם צו זינדיגן מיט אים... דער איידעם האט פשוט אוועקגעמופט פון שטאט און אפגעהאקט יעדן סארט קשר מיטן שווער.
 
ווער רעדט פון גיין...?

מרעדט פון זיך דורך קומען און געשמאק פארברענגען ווי צוויי נארמאלע עדאלטס.

פארוואס גיין קרום?
 
איך מיין אז דער עולם פאנטאזירט דא אויף כוחות, ווער טשילט מיט די שוויגער? מאקסימוס א גוט שבת מיט א שמייכל.
פארוואס זאגסטו אזוי?
איך טשיל נישט אבער יא שיינע לאנגע שמועסן און אפילו רוהיגער וויכוחים - דיבעיטס בלע"ז
 
עס איז א בפירוש'ע גמרא (פסחים קי"ג.)
והוי זהיר באשתך מחתנה הראשון מ"ט רב חסדא אמר משום ערוה רב כהנא אמר משום ממון הא והא איתנהו
 
איך ווייס גראדע פון אזא מעשה.

אין יענע פאל האט דער איידעם נישט געוואלט, אבער דער שוויגער האט געמוטשעט, ביז דער איידעם איז דורכגעפאלן...

איך ווייס אויך אן אנדערע מעשה, א שווער - ל"ע נישט קיין געזונטער מענטש - האט גענומען אן איידעם, און ער האט אנגעהויבן משוגע מאכן דעם איידעם צו זינדיגן מיט אים... דער איידעם האט פשוט אוועקגעמופט פון שטאט און אפגעהאקט יעדן סארט קשר מיטן שווער.
איך גלייב נישט אז א אינגערמאן קען דורך פאלן מיט א פרוי וואס איז 20 יאר עלטער פון אים. דערפאר בין איך זיכער אז די 2 מעשיות זענען אויסגעזויגן פון פינגער…….
 
איך גלייב יא. א שוויגער קען אפילו זיין א פרוי וואס איז נאך אונטער 40.
 
איך גלייב נישט אז א אינגערמאן קען דורך פאלן מיט א פרוי וואס איז 20 יאר עלטער פון אים. דערפאר בין איך זיכער אז די 2 מעשיות זענען אויסגעזויגן פון פינגער…….
דאס איז נישט אמת לדעתי, מיין שוויגער איז זייער אטראקטיוו, איך גיי נישט האבן א אינטעמיסי מיט זי ווייל ס'איז סטיופיד, און לוינט זיך נישט און איז טשיטינג, אבער א פרוי פון 40 50 קען אפט מאל זיין זייער אטראקטיוו
 
Back
Top