ווי אזוי קומט איר זיך דורך מיט אייער שוויגער?

ווי אזוי קומט איר זיך דורך מיט אייער שוויגער?

  • צוקריגט

    Votes: 6 4.3%
  • זי מאכט מיר נערוועז, ווייל ס'דערמאנט מיר ווי אזוי מיין ווייב גייט אויסקוקן אין צוואנציג יאר ארום

    Votes: 10 7.1%
  • נישט אראפצושלינגען און נישט אויסצושפייען

    Votes: 10 7.1%
  • איך האב גארנישט מיט איר, אזוי ווי צוויי פרעמדע מענטשן

    Votes: 31 22.0%
  • גאנץ גוט - כמעשה

    Votes: 24 17.0%
  • זייער פיין

    Votes: 45 31.9%
  • משוגע גוט - איך האק א לעבן מיט איר!

    Votes: 15 10.6%

  • Total voters
    141
איך פלירט מיט מיין שוויגער.
This you?

1759247608632.webp
 
צום עצם שנירל, איך פיל א געוויסע אומבאקוועמלעכקייט ווען איך גיי ארויף צי מיין שווער אין שוויגער אינדערהיים, איך בין אויפן עדזש א גאנצען צייט, ס'איז עפעס אומ'היים'לעך, איך ווייס נישט פארוואס, איך האלט שוין א גוטע פאר יאר נאך די חתונה. פאר איך גיי ארויף צי איר פיל איך אייביג א ניד צי טראפן עפעס וואס צי רעדן מיט איר, נאך איינער מיט אזא עקספיריענס?
 
צום עצם שנירל, איך פיל א געוויסע אומבאקוועמלעכקייט ווען איך גיי ארויף צי מיין שווער אין שוויגער אינדערהיים, איך בין אויפן עדזש א גאנצען צייט, ס'איז עפעס אומ'היים'לעך, איך ווייס נישט פארוואס, איך האלט שוין א גוטע פאר יאר נאך די חתונה. פאר איך גיי ארויף צי איר פיל איך אייביג א ניד צי טראפן עפעס וואס צי רעדן מיט איר, נאך איינער מיט אזא עקספיריענס?
מיט דיין שווער דארפסטו אויך זוכן וואס צו רעדן?
 
מיט דיין שווער דארפסטו אויך זוכן וואס צו רעדן?
מיינע שוויגער עלטערן וואלטן געקענט זיין מיין זיידע-באבע!
זיי זענען אן אינטערסאנטע טיפ
אויב וויל איך רעדן מיט זיי דארף איך זיכן וואס צי רעדן, אבער איך וויל טאקע נישט.... סייג לחכמה שתיקה...
הלוואי זאלן זיי זיין מער אפן מיט מיר, וועל איך ווילן רעדן צי זיי...
 
די ווארט גייט באמת אויפ'ן ווייב אבער מען קען עס זאגען אויפ'ן שוויגער אויך.

צוויי אידן שמועסען

מיין שוויגער הייסט חי'

זאגט דער צווייטער, און מיין חי' הייסט שרה
 
געשטימט "איך האב גארנישט מיט איר, אזוי ווי צוויי פרעמדע מענטשן", הגם אזוי ווי פרעמדע קען מען רעדן ווען ס'פעלט זיך אויס. ווען איך בין געווען יונגער פלעג איך זיצן קעגן איר ביים טיש, זי פלעגט זיך קענען אנרופן זאכן, זי קען מיר אמאל אויספרעגן אויף דאס און יענס, אבער דעטס איט.
 
איך ווייס גראדע פון אזא מעשה.

אין יענע פאל האט דער איידעם נישט געוואלט, אבער דער שוויגער האט געמוטשעט, ביז דער איידעם איז דורכגעפאלן...

איך ווייס אויך אן אנדערע מעשה, א שווער - ל"ע נישט קיין געזונטער מענטש - האט גענומען אן איידעם, און ער האט אנגעהויבן משוגע מאכן דעם איידעם צו זינדיגן מיט אים... דער איידעם האט פשוט אוועקגעמופט פון שטאט און אפגעהאקט יעדן סארט קשר מיטן שווער.
נעבעך. איך ווייס פון אזא איינער און די שווער בארעדט אים פארוואס ער האט צוגעכאפט זיין טאכטער
 
האט איינער שוין אמאל געהאט, אז א שוויגער זאל אים פראבירן נאכצולויפן און גראופן אויף אים?
אין תלמוד פסחים, זאגט ער הוי זהיר באשתך מחתנה הראשון שהיא מחבבתו ביותר, און רב חסדא איז מוסיף משום ערוה , עס זענען טאקע דא וואס זענען עקסטער קערפול -אויסער איסור ייחוד - אז עס זאל זיך נישט דעוועלאפען א קרבות צווישען די איידעם און שוויגער , די תלמוד נעמט אהן אז א כלה וחמותה זענען שונאים זה לזה,און זיי זענען פסול לעדות אפילו ביי היתר עגונה, ווי עדות נשים איז עקסעפטעט, ווייל די נשים השונאות זו את זו זיכען צו דעמעדזשען די אנדערע, איז זי נחשד צוזאגען עדות שקר אז דער מאן איז גישטארבן, כדי זי זאל חתונה האבען מיט א צווייטע און נאכדעם וועט דער מאן צוריק קומען -בא הרוג ברגליו- און עס וועט זיין די דין תצא מזה ומזה מיט פולע הפסד פון די כתובות ,ווייל שנאה מקלקלת את השורה, אבער חתן וחמותה זעהט אויס אז עס איז יא שכיח א בילד אפפ פון אינפעטשועישען, וואס קען פירען צו פראבלעמען זאגט ער-והוי זהיר באשתך.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דערפאר הייסט ער אלס און אלעס...
 
WOW
איז עס בשעתו געווען א נושא?
אוודאי. זיי האבן זיך די ערשטע מאל באקענט ווען זי איז געווען זיין טיטשער זי איז נאך געווען חתונה געהאט... און ער איז געווען 16 יאר
זי האט קינדער אזוי אלט ווי אים
 
איך האק א לעיבן מיט ביידע סיי מיטן שווער און סיי מיטן שוויגער ווי למשל אין פלארידע זעמיר אלע פיר געווען אין פאאל ציזאמען
איך בין דיר בכלל נישט מקנא, איך וואלט נישט געגאנגען מיט מיין שווער און שוויגער אין איין פּאול אפילו זיי וואלטן מסכים געווען…

חוץ פון דעם, ווען מיין שווער גייט אריין אין די סווימינג פאול בלייבט שוין נישט קיין פלאץ פאר נאך איינעם אריין צו גיין.
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין דיר בכלל נישט מקנא, איך וואלט נישט געגאנגען מיט מיין שווער און שוויגער אין איין פּאול אפילו זיי וואלטן מסכים געווען…

חוץ פון דעם, ווען מיין שווער גייט אריין אין די סווימינג פאול בלייבט שוין נישט קיין פלאץ פאר נאך איינעם אריין צו גיין.
אפילו מיין שוויגער זאל מיר צאלן א מיליאן דאלאר וואלט איך נישט געגאנגען מיט איר....
 
Myself Technical
Have a friend that can buy her something when she has a rough time. .
 
Back
Top