וויליאמסבורג בריק

וויליאמסבורג בריק
א שטעטל געשיכטע
דורך: הבל וריק





קאפיטל איינס

פרומקייט האט קיינמאל ליפא'ן נישט געצויגן. טראץ זיין אויפוואקסן אין א גאר פרימיטיווע שטוב, צו זיין שאָפּראָנער פאטער און שטײַפקייט פון א מאמע וואס באוויינט דאס לעבן ביי יעדן הלל און שבת'דיגע נשמת, האט ער זיך גרינג געטראפן זיין אייגענעם וועג, מיט חברים וואס וואלט זיין טאטן - דעם לאנגן חסידישן בארד - ווייס געמאכט, אויב זאל ער וויסן דערוועגן.
אבער דעם פאטער, א פריער פארטאגס אויפשטייער און מלמד מובהק בן אחר בן, חתן אחר חותן, איז צווישן טרייבּן און פּאטשן די פרעמדע תינוקות, ניטאמאל בייגעפאלן צו בודק זיין דעם אייגענעם זוהן'ס דרכים.

אין זיין יוגנט, האט ער אים געוועקט פריער ווי די פויגל, אנגעטוהן גרויסע יארמולקעס, און נישט צוגעלאזט דאס באניצן א גוי'אישן ביציקל, אבער קוים אויסגעטוישט א ווארט מיט אים דורכאויס די וואך.
בלויז שבת איז אהרן בנציון'ן אויסגעקומען מחנך זיין ווי ס'ברויך.
גייענדיג אין שוהל פרייטאג אויפדערנאכט האט ער אים נאכגעזאגט שטיקער קרן לדוד, און צופרי - פנים יפות'לעך, אפגעזעהן היץ אדער פראסט.
ביים דאווענען האט ער זיכער געמאכט אז ליפא רירט זיך נישט פון סידור, און אפילו נישט פון חומש ביים ליינען.
מוצאי אדער מיטאג האט ער אבות ובנים'ט מיט אים פאר שעות, אין קאלטע שוהלן, איינדרימלענדיג איבער דינע מסכתות, לאזענדיג א לאנגווייליגער ליפא חלומ'ען פון פרייהייט.
פארהערט האט ער אויף א שטרענגן פארנעם, אפט אריינגעהאמערענדיג אין א פארלוירענע ליפא, אזש אפילו די קאפּאו געשוויסטער האבן שוין געשוינט.
לערנען איז נישט געווען ליפא'ס שטארקייט קיינמאל. "אויסגעצייכנט" האט זיך נישט באוויזן אויף קיין שום בחינה.



די מוטערס חינוך האט זיך בעיקר באצויגן צו קליידונג, עסן, און שפראך. אפגעשיקט האט זי אים טעגליך מיט גלאנציגע גרויע העמד - ווי אינדיאנער אפיס ארבעטער אין די ניינציגער יארן - און דינע פאליעסטער הויז, וואס האט אים שוין דאן אומבאוויסטזיניג געשטערט.
אויף ריסעס האט ער געטראגן א קליין דורכזיכטיג בעגעלע מיט אויפגעשניטענע עפל. אויפן באס האט ער געקלאצט אויף אנדערע קינדער'ס קוכן און סנעקס ביז איינער האט זיך אויף אים דערבארימט.

אן ערלה פאר די בר מצוה האט מען שוין ליפא'נען פארעלטערט אויף שבתות, מיט וואלענע ציצית אינדרויסן און א לענגערע רעקל, וואס האט זיך גראדע גוט צוגעפּאסט צו זיין פריצייטיגע אנטוויקלונג.

שגור בפי רעכי זענען די צוויי ווערטער: אייבישטער און משיח. מיט דיזע פודאמענטן פראצעסירט זי אלע פאסירונגען אין לעבן.
צרות וועלכע אימער, הענגט זי שטענדיג אהן אינעם לאנגן גלות. אז א פעטער ווערט דיאגנאזירט ל"ע קרעכצט זי אויפן גלות. "משיח דארף שוין קומען".
שווערע פראגעס און צומישעניש, ווארפט זי צוריק צום אייבערשטן.
פרנסה שיקט דער אייבערשטער. שידוכים מאכט דער אייבישטער. געזונט, געט דער אייבערשטער. רעכי גלייבט נישט אז רויכערן ברענגט עכט קענסער, נאך אלעם איז דאך אלץ באשערט פון אויבן. ווי אויך האלט זי נישט אז מ'נעמט אליינס א זיווג אדער געלט. ס'האט גארנישט מיטן מענטש צו טוהן, און נישט זיין פליכט, מ'לאזט זיך פירן פון אויבן.

נאך זעכצן יאר אינעם זעלבן חדר און קלאס, מיט די זעלבע מענטשן, האט זיך ליפא נאטורליך אנגעשלאסן מיט מער בעלבתיש געשטימטע מאנסבילן זיינס גלייכן, וואס זענען אויך געווען פון דורכשניטליך און ארונטער - ביי די לימודים. מיט זיי פלעגט אפרויכערן טעג אויף די ישיבה הויפן, און נעכט אויף קוויטל שפיל דורכאויס דעם לענגערן ווינטער.

עס האט נישט לאנג גענומען די עלטערן איינצוזעהן אז ליפא האלט נישט דערביי. ליפא איז נישט דער צדיק'ל וואס מ'האט געמאכט פון אים ביי די פיר יאר. נישט אז זיי האבן עס גרינג גענומען. געוויינט האט רעכי ווען זי האט ס'ערשטע מאל אנטדעקט דעם באהאלטענעם דעאודערענט אינעם אויבערשטן שופלאד אונטער די גאטשעס.

פארציילט דערוועגן האט זי אהרן בנציון'ן, כחצות הלילה, פון איין געלעגער צום צווייטן.
אהרן בנציון האט דעם זוהן אפירגענומען אויפצומארגנס, אראפגעלאזט א פראסק, און שווער באזידעלט. דאס איז געווען דאס לעצטער פראסק, אפצייכענדיג זיין יוגנט.

"שוואכע חברים" זענען די ראזענבערגס געקומען צו אן החלטה. "מ'דארף אים אפשיקן קיין מאנטריאל, מיט א געהעריגע דארמעטארי".
האט מען ליפא אפגעשיקט קיין סאטמאר מאנטריאל - ווי ער האט אנגעברענגט די נעקסטע פאר יאר אלס גבאי חק"ס און אנפירער פון די קול רנה פלאקאטן ביי רבי'שע שמחות.

אינאמת'ן איז ליפא איינשטענדיג, פארשטענדליך און וואויל. נישט אויפגעקלערט און נישט איינגעקלערט, נאר סתם אן ארויסגעפאלענער. ער נעמט זאכן לייכט. צו לייכט.

ליפא'ן כאפט א ציטער שובבים פונקט ווי יעדן, ער ציטערט פונעם גיהנם פונקט ווי יעדן, און ער פארכט פונעם רבש"ע פונקט ווי יעדן, ער שטעלט זיך נאר נישט צו פונקט ווי מען פארלאנגט. ווייל אפילו ער זאל זיך ווען צושטעלן וואלט נישט גענוג געווען.

ליפא אראנזשירט די טענץ ביי משפחה חתונות. שטופט אריין דעם זיידן'ס ווילטשעיר אין זאל, ברענגט מים אחרונים ביי שלש סעודות אין שוהל. אפילו די יונגערע אכט יעריגע שפירן באקוועם מיט בעטן ליפא א חומש פון א הויכן שעלף.


אויסער זיין צוגעלאזן, איז ער איבערהויפט א טיכטיגער.
ווען די באבע דארף הילף מיט רוקן מעבל, הענגן טשילאר, לייגן סכך, רופט מען ליפא. "א הויכע שיינע בחור בלי עין הרע", "מ'וועט אים צוכאפן", פלעגט די באבע צוזאגן ווען ער האט געפארטיגט א טובה.

אויך געפעלט ליפא'ן דאס בעלבתישקייט וואס ער זעהט ביי די חברים.

אויפגעוואקסן איז ער אין א מלמדים קאנטרי, אהן א צייטונג, כאפענדיג היטשעס אינאיינעם מיטן פאטער, וואס האט סיידן בלומען אויף שבת, פונעם ברייטן וועלט נישט גענאסן. זיין פאטער דעפרייט דאס הארץ, דאס איבערגעבליבענע העררינג פון צופרי קידוש - ביי שלש סעודות, און פּאַרע פון א הייסע קאווע - מוצאי תּונעס.

ליפא וויל מער. ס'ציהט אים יא א בליטשקעדיגן יוקאָן פארנט פון זיין הויז, וואטסעפפ, קאטענע גאטשעס, ארעמלאזע אונטער העמד, רימלעסס גלעזער, סטעפּ-אין שוך, עסן ארויס, פלארידא, מזכרת נצח אויף שוהל ווענט, און ס'שטערט אים נישט צו בויען די סוכה מיט א הודי.

איז אבער גענוג דער פלעק אז ליפא איז היינט צוויי און צוואנציג אהן א שידוך אויפן האריזאנט, און א טרויער וואלקן, ענני אבל, איז אויסגעשפרייט איבער דעם ענגן ראזענבערג היים, בלילות.

זינט די אכצן ארבעט שוין ליפא אויף שטערקערע מוסקלען און גרעבערע ארעמס. לעצטנס כאפט ער זיך שטילערהייט ארויס ביינאכט, אנגעבליך צו גיין אין ישיבה אפיס, אבער מיט די פיסטריט געוואנדן צום אנדערן זייט וויליאמסבורג - ביי די יאפּי'ס.
ליפא'ן ציהט נישט די יאפּפּי'ס בכלל, און קוקט דערויף פונקט ווי זיינע עלטערן - ווי א שטיק חוקי תועבה. וואס יא, ער "וואקט די בריק", עפעס וואס ניטאמאל געוואגטערע חברים זיינע טוען.

באפאנצערט מיט הודי און ברילן, אויס מורא פון א פרעמד אויג, שפאנט ער הין און צוריק, דריי מאל א וואך, ניין דרייסיג, אומגעפער.

ס'האט אים גענומען פיר-פינף מאל צו כאפן אז ער האט א שטיקל חברותא צו דעם באשטימטן צייט.
א וויליאמסבורע מיידל, נישט מער נישט ווייניגער, לויפט פונקט דעם וועג צוריק, ווען ער לויפט דעם וועג אהין.
שלאנק און דורכשניטליך געבילדעט, מיט ליכטיגע סניקערס, עירפאדס אין די אויער, און א שווארצע צאמגעצויגענע לאנגע פאוני, לויפט זי טעגליך די בריק.
ליפא דאכט זיך, לויט איר לויף, אז זי הערט מוזיק, ווער ווייסט צו זי האט מעגליך א סמארטפאון באהאלטן.

א פייערל צינדט זיך אהן ביים ליפא'ן אין הארץ, עפעס וואס ער זעלבסט וואלט פון זיך נישט געראכטן, "אפשר איז דאס מיין באשערטע".

ביי די חברים רעדט מען פון די כלות צומאל, געוויסע פארמאגן אפילו בילדער אונטער די דארמיטארי קישענעס, אבער מ'קוקט נישט עכט אהן קיין מיידלעך. אפילו די וואס הערן גוי'שע מוזיק, אדער קוקן יא אויף פרעמדע, זעהען בלויז א גוף, און זענען נישט עכט אריינגעטון אין מיידלעך אויף א פראקטישן פארנעם. מ'קען זיי נישט, מ'פארשטייט זיי נישט, און מ'פארשטייט זיי נאר דורך צוגלייכן צו א שוועסטער.
אלזא, קלייבן א מיידל פון גאס, זאגן כזה ראה וקדש, מאן דכר שמיה. די עלטערן וואלטן אים זאגאר צום כף הקלע געווארפן, און ער אליינס כמעט, ווען ער פאלט ווען נישט ערשט צו כף הכלה.

פאר א לאנגע צייט האט ער זיך געוואונדערט, ווער איז דעיס מיידל בכלל, הזאת נעמי.
צו זיין מזל וואקט זי צומאל מיט א פריינדינע, איז אים געלונגען איינמאל אויפצוכאפן א שריי מיטן נאמען: חני.


קאפיטל צוויי

ביים ווינקל אויף בעדפארד און סאוֹטאַכט זיצט ליפא'ס יונגערע ברודער - "ארי", אין א פארהייראטע חבר'ס עקקארד, יעדן ביינאכט ביז שפעט, וואו זיי קוקן אינאיינעם מינדערוויכטיגע געשעהענישן, חיימאו, און אנדערע קליפּס, א שטייגער ווי רירנדע פילהארמאנישע מוזיק ווידעאוס מיט ילדי פלא, פארגרעסערטע פנים'ער פון חרדישע וואקאליסטן מיט הויכע שטריימל, אויף בערג און טאלן, און וואכענדיגע שבת טיש.
צומאל כאפן זיי זיך נאך ווייטער ארויס פון שטאט, ביז די וואסער ברעגעס, צו קוקן א סעריע, א שטייגער ווי פעסט און פיוריעס, אדער אנדערע העראישע אקציע פילמען.

ארי האלט אינווענדיג באשיינפערליך ביי גארנישט. אבער פונדרויסן טראגט ער א שם אלס "סאך מער" ווי דער עלטערער ברודער. ער הייסט צו זיין א געשמאקער חסידישער בחור, צו גאט און לייט, ראזענבערגס פיינע זוהן. א "קעטש".
זיין בא'חנ'טן פרצוף, לענגערע אומגעקרייזלטע פאות, שפילט ווארשיינליך א ראלע, ווי אויך דאס נאטיצן שרייבעריי ביי מיטאג סדר אינעם גרויסן הדרת קודש שלחן ערוך - מיט א פּערמאנאנט פעדער, און א גרויסן וואלענעם טלית קטן אראפרינענדיג אויפן שויס.

איין ציל אין לעבן האט ארי אויף די מינוט, נעמליך, ער וויל חתונה האבן.
וואס ער וויל טוהן נאך די חתונה ווייסט ער נישט. מיט וועמען, ווייסט ער אויך נישט. און וואס ער וויל מיט איר טוהן ווייסט ער געוויס נישט. ער וויל זיצן דא ביים רויטלייט, אבער נישט ווארטן.

טאג איין טאג אויס זעהט ארי דעם זעלבן וויליאמסבורגע מויד, זיך אפשטעלן מיט א צוקרומפּעלטן שווארצע פלעסטיק בעג, הארט נעבן די פינסטערע פענסטער פונעם שנה ראשונה קאר, וואו זי טוט זיך איבער פון די טיפישע פלאכע שוך צו שווארצע סניקער, און מאכט איר וועג צום בריק.

חני קאסטו וואוינט אין קאלאמענטי, נישט ווייט פון די ארטסיטן, אבער ווייטער פון קיין ארטיסט קען מען נישט זיין. זי שפּענט אירע לעבנסטעג נאר צווישן די אידישע געטא ווענט, שפּאנענדיג אראפ און ארויף די בעדפארד וואלאבאוט געגנט - די וויקענדס, שאפּענדיג אין S&W, און אנדערע היימישע געשעפטן דאס גלייכן, און שמועסנדיג ס'איבעריגע צייט מיט פריינדינעס אויף די היים טעלעפאן, וואס ווער אימער קען צולייגן א אויער.
חני איז אפענע בוך אהן קיין באהעלטענישן. זי איז וואס מאנכע רופן "א מיידל מיט א קליידל". אין סקול איז זי נישט איבעריג פּאַפּולאר געווען, און איר ארגאנטינישן אפשטאם האט געוויס נישט צוגעהאלפן. דערצו איז זי נאך איבערוואגיג, הויך און שטראם.
דאס אלעס האט איר אבער נישט אפגעהאלטן פון זיך צושטעלן צו דאס פארלאנגטע. נאך אלעם איז זי א בית רחל גראדואירטע און טראגט זיך אזוי. זי גייט אנגעטוהן באשיידן, טוט וואס יעדער טוט, וויל וואס יעדער וויל, און טראץ די גאר שמאלע שאנסן, וויל אויך א מאן א תלמיד חכם מיט אן הוראה בלעטל אין "דער איד".
די בריק שפאנט זי צוליב וואָג, אבער קען זיך נישט ברענגען צו וואקן די פּאָר גאסן אינערהאלב דעם קווארטאל - מיט די גראבע סניקערס, ווארים וואס וועלן די שטאטלייט זאגן, טוט זי זיך איבער הארט פארן בריק.


דורכאויס א האלב יאר פעריאד האט ארי פון גרויס חשק אפגעכאפט א גאנצע הויפן בילדער אויף זיין באהאלטענעם סמארטפאון, אויף וועלכע ער קלאצט שטילערהייט, שפעטער, מיט דמיון.

ארי איז פון די מענטשן וואס די אויגן שטייען נישט גראד אין קאפ. אין ישיבה האט ער אנגעהויבן זיינע יארן מיט שרייבן אויף בית כסא ווענט "פארקויפט נישט אייער נשמה צום שטן" אבער ביי ישיבה גדולה האט ער זיך שוין זאגאר פארן שטן פאר'משכונ'ט. נאכט סדר, בין גברא לגברא, האט ער א גרויס חלק פון שיעור ב' יארגאנג אויסגעלערנט וואס נאך מ'קען טוהן מיט'ן גוף אויסער עסן.


זיין פרימיטיוון יוגנט האט נישט קיין סאך צוגעהאלפן. און דאס פארשטיקונג פון פיזישע אויסדרוק האט ארויסגעברענגט נאך א שווערערן יצר ווי דאס וואס מ'האט געזוכט צו פארמיידן. ארי האט פונעם פאטער, דעם מלמד, קיין איין קוש נישט באקומען, וואס ער געדענקט, און אלס אן ערוואקסענער - נישט קיין פערזענליך ווארט פון אנערקענונג אדער געפיל, ווער רעדט נאך וועגן מקוה ענינים וואס האט ארי'ן אזוי ווילד געפּלאגט. צומישטערהייט פלעגט ער שטיין פארטאגס ביי די שויער און זיך זייפן ביז ראזשינקע פינגער, קלאצענדיג אויף פרעמדע פונעם זעלבן מין, אהן פארשטיין וואס גענוי ער וויל פון זיי.

סיידן זיין יונגערן שוועסטער האט ער מיט קיין מיידל נישט אויסגעטוישט קיין ווארט זינט די פיר יאר, ווען אהרן בנציון האט באשלאסן אז ס'איז נישט פאסיג מער ארומצולויפן מיט זיין ערשטע קאזינע מלכ'עלע, ביי די באבע אין קעלער.
.
אהרן בנציון זעלבסט האט מען אויך קיינמאל נישט אויסגעלערנט געהעריג וואס א מיידל איז. בלויז א שארפע אסור און מותר און א פחד פונעם גרויסן חטא. מ'האט אים אזוי אפגעשראקן פון מוידן אז עד היום ווייסט ער נישט וואס ער מעג געהעריג און וואס קען אים פארפירן צום שאול תחתית. סתם אזוי מוטשעט ער זיך אין אלגעמיין צו גיין בדרך הממוצע, אבער ביי משגל איז ער איבערהויפט צומישט.

פון איין זייט, די מער ער האלט זיך אפ פונעם אנדערן מין, די מער טרעפט ער זיין קאפ זינדיגן מיט דאס ארגסטע, אזש ער שעהמט זיך פון זיך אליינס. ער קען קוים רעדן א ווארט מיט א צווייטן פרוי אהן טראכטן פון איר שפעטער, אדער אין יענעם מאמענט זאגאר. פון די אנדערע זייט, איז רעדן מיט א פרוי געמיטליך, אדער זיך מער ערלויבן בינו לבין קנינו, א סתירה צו גאנץ אהרן בנציון, וואס פארשטייט נאר גאט וואס לאזט נישט. אפילו ער זאל ווען יא לאזן, קען עס אהרן בנציון נישט טוהן צו גאט.
וויינט ער איבער קב הישר, פאסט תעניתים, און קען קיין גוטן נאכט נישט האבן.


אלנפאלס, אפילו היינט אלס א גרויסע בחור, סיידן צירקולירנדע בילדער פון פרעמדע, קומט נישט אויס פאר ארי צופיל פארקער מיט היימישע מיידלעך. און דא האט אים מלאך סקסיאל ס'ערשטע מאל אפגעדראפעוועט א מויד ביים חבר'ס טיר, צו דמיונ'ען און מער.

איין שווערע נאכט, אין א שוואכע מינוט, איז ער איר נאכגעגאנגען ביז קאלאמענטי, מיט א פלאן אריינצוהאקן בטעות אין איר גרויסן גוף וואס שטייט פאר אים יעדן נאכט אין חלום. הארט פארן אריינגאנג, האט ער צומישטערהייט געשטאמעלט אויף א פראגע, וואס האט זיי ביידע צוטומלט און ארי'ן דערשראקן. ויברח ארי ויאסף אל עמיו.



קאפיטל דריי

באלד א יובל יארן איז שוין הערשל באקאנט אינעם עיר ואם בישראל, אלס "דער" שדכן. ער האט אויף זיין רעזומעי, אריבער פיר הונדערט שידוכים און הונדערט דערפון לפחות, שווערע צנויפפארענגען פון תורה'דיגע פאר געלט, שיינע מיט מיאוס'ע שטובער, אפ ענד קאממינג מיט אוועקגעשטעלט אריסטאקראטיש - אלץ פרי עמלו פון הערשל'ס געניטע ארבעט.

הערשל האט זיך אן אייגענעם גאנג אין שידוכים. ער פרעגט נישט די עלטערן וואס זיי זוכן, נאר קאפויער, ער מעלדט זיי איין וואס זיי "קענען האבן", און לויט דעם זוכן זיי. נישט איינמאל האט ער שוין פאראומגליקליכט נחת שעפענדע עלטערן מיט בשורות רעות איבער די צווייפלהאפטיגע רעאליטעט פון יוצאי חלציהם - אריינצוויגענדיג דאס פּארפאלק אין א פּלי בארגין פאר א פיל שוואכערע זאך ווי געראכטן.


ביי די מער בעלבתישע שטאַטעט הערשל אפּ א באזוך, געווענליך אויף א מוצאי שבת, וואו ער זעצט זיך צוזאם מיט ס'פארפאלק אונטערן דיינינג רום טשילאר, און גייט דורך די נעמען וואס קען ארבעטן. אונטערשטע שורה, ביי הערשל'ס שידוכים, איז ער דער וואס מאכט דעם ענדגילטיגן באשלוס, וואס ס'איז די ריכטיגע זאך לויט די אומשטענדן.

פאר די קאהן'ס, א ניי-בעלבתישע פאמיליע, פון א פשוטע אפשטאם, מיט א דופּלעקס אויף לינטש, און אפאר דאלער פון מילדע ריעל עסטעיט פארדינסטן, האט ער נישט לאנג צוריק, אנטמוטיקט מיט שטרענגע רייד, אז זיי קען פון דעם פאשקעס בחור פארגעסן. "פאשקעס נעמט ענק נישט", האט ער דערקלערט מיט א פרעכע קלארקייט, נישט שפארענדיג קיין שענדעריי איבער זייער אומבאדייטנדע ייחוס און יונגע חטאים.

פאר פאקשעס זעלבסט, האט ער אויף א פאון קאל געלאזט וויסן אז אויב זענען גרייט אפצושיקן דעם יונגסטן צווייגל אויף לאנדאן קען מען אפשר ברענגן די שטרערנגאלד'ס צום טיש.

אויף קארפען, א עושר אדיר מיט א מאנשיאן אין ניי ווילימסבורג און א שטוב מיט דורכשניטליכע מוידן, פארציילט מען אז ער האט הערשל'ען אפגעווארט, מיט זיין שאופפער, נאך מעריב, מיט א בינטל צען אלפים קעש, ער זאל אים ברענגן דעם קליין בחור פון אלכסנדר.

הערשל'ס חני איז אן אויפגעקלערט מיידל. איר פאטער הערשל, דער שדכן ווייסט טאקע פונקטליך וואס טוט זיך ביי יענעם, אבער ביי זיך אין שטוב ווייסט ער נישט גענוי, און וויל נישט וויסן, ווי ווייט זיין חני איז פארקראכן זינט יענעם יאר אין קעמפ, וואו זי האט אנגעטראפן איר גרופע בעסערע פריינדינעס.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט שעות פאון קאלס אין די שפעטע נאכט שטונדן, אבער מיטאמאל האבן זיך באוויזן שינוים.
ארויס מיט נאסע האר אויפן גאס, געקייט גאָם, געפארבט. אין די זוממער איז זי מיטאמאל ארויס צום שווימבאסיין מיט גרויסע זון ברילן און א ווייסע הודי מיט גרויסע בוכשטאבן. הערשל׳ס סטאנדארט צו פארבלייבן אין צוועלפטע קלאס, האט זי פארלעצט.
קליידער האט זי זיך אליינס צנויפגעפארט און אויסגעטראפן - אנדערש ווי אנגענומען ביי די שענערע משפחות, ביי וועמען הערשל האט געזוכט צו קונה שם זיין.

ווייניג ווייסט הערשל אז זי האט היינט פולקאמע אינטימיטע באציאונגען מיט צוויי פריינדינעס, מיט וועמען זי שלאפט כסדר איבער.

אינ'אמת'ן איז חני ביי זיך אליינס צופראסקעט.
זי וויל אנדערש ווי געזעהן ביי זיך אין שטוב ווי ס'איז אין תוכו כברו. אונטערן שלייער פונעם גלאטן רעזשוואלקע הרג'עט מען זיך אינדערהיים ביי די קעפ, מ'בארעדט יעדן אין שטאט - אפילו די אייגענע געשוויסטער - ביי אלע סעודות, דערנאך וויל מען די זעלבע מענטשן געפעלן, ביז אויף צום טויט ועד בכלל, נעמליך, אפילו א שיינע חלקה און א מצבה, מיט נוטריקון לויטן נאמען און מעשים טובים.

ביי די פאמיליע שמועסט מען אז חני איז שוואך. דא דארט האט איר שוין א מומע אנגערופן, ערקלערן ווי ווייט זי איז מצער די עלטערן מיט דעם התנהגות אבער חני האט פשוט און פראסט אראפגעהאקט דעם טעלעפאן. זינט דאן, גריסט זי שוין נישט געהעריג די מומעס ביי שמחות.
א אנדערער פעטער, אן אנגעבליכער מבין בתורת הנפש, האט געהאט מיט איר א שענערן שמועס איבער אידישקייט, ערקלערנדיג די אמת'ע תכלית דערינען, צו פירן א תוכנ'דיג לעבן מיט געמאסטענע מעשים און די צופרידנקייט וואס דאס ברענגט דעם מענטש אין זיין קורצע פאר יאר אויף דעם צוטומלטן וועלט. "די גוים האבן עס נישט בעסער" האט ער איר ערקלערט, "זיי זוכן ענטפערס פונקט ווי דו". זיי האבן אויך נישט אייביג די בעסטע געזעלשאפליכע ערפארונג אדער יוגנט, און שפענדן צומאל א האלב לעבן צו טרעפן א "פארטנער" און דעם אנדערן האלב צו פארגעסן.

אין סקול איז חני נישט געווען אויפגעפיקט. די סמעטענע זאגן זי איז אייביג געווען Messed up. זי פלעגט זיין משוגע "נאנט" מיט טויבּי נייווירטה, נוצן זיי דעם מאדנעם פריינטשאפט אלס א ראיה.
די געריבענע זענען ביי די מיינונג אז זי וויל אטענשאן. "נעבעך זי מיינט די וועלט ווארט איר אויפצונעמען מיט אפענע ארעמעס, לאז איר אליינס אויסגעפינען".

חני ווייסט טאקע נישט וואס זי וויל יא, נאר וואס זי וויל נישט. זי וויל נישט דאס. זי איז מיד פון דעם באהאלטענעם לעבן. דאס צושטעלן זיך צו א שולחן ערוך פון מינדערוויכטיגע סטאנדארטן, מיט מער דקדוק און שעצונג ווי די שולחן ערוך זעלבסט. בלייבן אזוי, חתונה האבן, ערציען קינדער און מיטגיין מיטן שטראם ביזן קרית יואל'ן פעלד, איז נישט קיין פלאן פאר איר. זי וויל נישט איבערטוהן דעם פונקטלאזן שפיל.

חני זוכט דווקא צו ווייזן אז זי באלאנגט מער נישט צו דעם געזעלשאפט און נעמט נישט אנטייל אין די סטאנדארטן. די מער מ'פרובירט איר צוריקצושלעפן, די מער ציהט זי זיך אוועק.
צו די לעצטע ברודערס חתונה איז זי אנגעקומען מיט בלוי קאלירטע אויגן, סיעמלעס טייץ, און ריזיגע אויעררינגל. דאס איז געווען איר שטערקסטע דערקלערונג אז זי איז אנדערש. ביי די חתונה האט מען געשמועסט, אז די מאמע קען נישט שלאפן ביינאכט. געוויסע האבן געזאגט אז זי טעקסט זיך מיט בחורים. אנדערע האבן גע'טענה'ט אז זי פאָרט אפּ. אבער הכל מודים אז זי איז ארויסגעפאלן. זי איז מער נישט קיין חלק פון די געמיינדע.

ארויסגעפאלענערהייט, איז חני מער צופרידן פון איר סטאטוס ווי בעפאר. זי ציהט אן אויג ווי זי גייט.
אויך פייפט זי אריין אין שטאט, און לויפט טאקע די בריק כאחד הדומה לחמורים.
אבער פון שטאט זעלבסט לויפט זי נישט. וואו אהין זאל זי לויפן? דא זענען אירע מענטשן, משפחה און די ביסל פריינט וואס זי האט נאך יא.

גיין קעגן דעם שטראָם איז אבער אויך נישט מעגליך.
וויל זי טרעפן א פּאָר אירס גלייכן און אינאיינעם פילייכט אויסטרעפן א אייגענעם וועג און לעבנסשטייגער.

לעצטנס, שוין אפאר וואכן וואס זי באמערקט דעם היימישן בחור אויפן בריק, און האט פון אים אפאר בילדער אפילו. די פריינדינעס זעהען אדורך די טונקעלע ברילן, און זאגן אז דעס איז ראזענבערג פון ווייט, ער הייסט א שוואכע בחור, און זי האלט אויף אים אן אויג.

פאר הערשל'ען איז דער טאכטער און איר ארויספאל, א דאָרן אין אויג. ער האט שוין פרובירט צו ווילדעווען, סטראשען, ארויסווארפן, אריינעמען, אבער אהן ערפאלג, זי איז א גענעטישע מחוצפת פונקט ווי אים. האט ער נאר איין עצה פארבליבן, וואס ער קען גוט, נעמליך, איר פארהייראטן.
ער האלט אז מ'דארף איר נאר חתונה מאכן און זאכן וועלן זיך מסדר זיין. "זי איז נאך יונג. זי ווייסט נישט וואס זי וויל" און אז יא, זאל כאטש א צווייטער זיך ספראווען מיט דעם פראבלעם, נישט ער.

ער האלט שוין לאנג אן אויג אויף ראזענבערג'ס נעקסטן בחור. דער איז "מן הקצה אל הקצה פונעם ברודער" כלשונו. שמעקט אים טאקע נישט דעם עצם שטוב, קענענדיג די זאך פון אינעווענדיג. אבער מיוחסים זענען זיי גראדע. נאסאדע אייניקלעך, סאסובע גזע, און דער זידיטשובער פון בני ברק איז זיי אן עלטער פעטער.

די טאטע איז נאך אלעם אן איינשטענדיגער איד, א חתן קריגט ער אזאנס און אזעלעכס. "יעדער וויל דעם בחור". פאר די גאס וועט דאס זיין א קנאק פון א שידוך.

נאר איין פראבלעם שטייט אין וועג - דער עלטערער ברודער. מ'דארף אים זעהן א חתן צו מאכן.



קאפיטל פיר


א דעצעמבער מאנטאג, פרי אויפדערנאכט, צוקלינגט זיך דער אלטן טרייבל מיטן אראנזשן הצלה סטיקער. די שדכן איז אויף די אנדערע זייט.
רעכי שפאנט אין ציממער אריין, זעצט זיך אראפ אויפן געבלימטן בעטגעוואנט, ביים נאכט קעסטל טעלעפאן, און פארפירט א שמועס.

הערשל האט א מיידל.
מרס ראזענבערג איך האב פאר אייך א מוראדיגע זאך - הייבט הערשל אהן.
ס׳וועט אייך נישט שמעקן גלייך, אבער איך קען עס פון דערנאנט און איך זאג אייך, אויסער דעם דבר יום האט איר זיך נישט וואס צו זארגן, דאס פארפאלק וועט זיין גליקליך און צופרידן.
מ׳רעדט פון וויליאמסבורגע זאך. די מיידל׳ס נאמען איז חני קאסטאו.
מרס ראזענבערג מיינט זי פאלט חלשות. ״מאסרי?! א מאסרי טראגט איר מיר אהן?!״
״מרס ראזענבערג… ערשטנס, ס׳נישט מאסרי ס׳איז קאסטו״.
די זיידע איז געווען גאר א חשובער איד..

זעהענדיג די שארפע קעגנזאץ, ציהט הערשל ארויס ס׳לעצטן קארטל.
הערט אויס מרס ראזענבערג, איך וויל אייך נישט ווייטוהן, אבער איר ווייסט דאך אייער זוהן האט נישט אזא גוטן נאמען… איך ווייס פון קראנטע מקורות אז מ׳זעהט אים אויפן בריק.
איר דארפט כאפן עפעס ווי אמשנעלסטן…

אהרן בנציון האט זייער שווער גענומען דעם שמועס מיט די שדכן. רעכי איז א הארטע בּלא אויף קאסטאו. ער דינגט זיך מיטן רעכי׳ן. זי האט טאקע ארויס אן עסק בעסער פון אים במילי דעלמא, אבער ווי נישט קוקט ער דאך מיט א דעת תורה. שרוי בלא אשה איז א פראבלעם. מ׳דארף דעם ליפא׳נען חתונה מאכן. מ׳דארף פארקוקן.

דארף מען נאר זעהן צו רעדן מיט ליפא ער זאל דערויף איינגיין. סתם אזוי איז אומדערהערט די ראזענבערג׳ס זאלן זיך אראפזעצן דורכרעדן א שידוך מיט א קינד. ערשטנס, ווי קען דען א קינד אריינרעדן אין אזא מאנומעטאלן באשלוס. צווייטענס, איז עס פאקטיש די עלטערן׳ס פליכט צו קלייבן די ריכטיגע זאך, נישט דעם קינד׳ס.
פארשטייען ביידע אבער, אז מ׳וויל נעמען מאסרי, דארף מען זיך באראטן. מ׳דארף אים ערקלערן די פאטענצולע פראבלעמען און פעלערן פון אזא באשלוס.

זעצט מען זיך אראפ מיט ליפא און מען ערקלערט אים דעם גאנצן השתלשלות. ״מוזט פארשטיין״ ״מ׳דארף זיין רעאליסטיש״ וכו׳

״אונז ווייס מיר וועגן די בריק״ זאגט אים די מאמע אראפקוקענדיג בשעת מעשה אויפן צוגאנגענע קיך פאדלאגע, מיט אן ערנסטע מינע, ווי זי מעלדט אים ווען איין איבער א יענע מעשה אנדעקונג ל״ע. אונז האמיר למעשה א פיינע זאך אויפן טיש וואס איז כדאי זיך אראפצוזעצן. מ׳האט אנגעטראגן קאסטאו, די מיידל הייסט חני קאסטאו. אונז הער מיר זייער גוטע זאכן אויפן מיידל. זייער אהערגעשטעלט און צוגעפאסט. און גראדע פונקט אינטערסאנט, האט מען אויך נאכגעהערט, אז נישט מער נישט ווייניגער, זי לויפט אויך די בריק.

ליפא מיינט ער פאלט אראפ. ער ווערט רויט און בלאס, און קען קוים קומען צום ווארט. ס׳הערט זיך ווי א חלום. א מופת. גראדע איז ער פונקט נארוואס צוריקגעקומען פון א נסיעה אויף פארשידענע קברי צדיקים אין אייראפע. און ער האט געשפירט ווי דאסמאל האט ער געפּוילט, אבער אז דער אך פרי תבואה זי״ע וועט זיך מיען פאר א מיידל פון בריק האט ער זיך נישט געראכטן.
צו רעכי׳ס שאק האט ער נישט קיין שום פאראיבל. ער זאגט מיט א גלייכקייט אז ער פארלאזט זיך אינגאנצן אויף זיי. פרובירט זי אים נאכמער מעורר צו זיין וואספארא שוועריקייטן ס׳קען שפעטער ארונטעקומען אינעם צוקונפט מצד די ספרדישקייט. ס׳קען זיין א שטארקע אפהאלט שפעטער, ביי זיינע קינדער׳ס שידוכים. ס׳איז א גרויסע פלעק. אפּגעפרעגט.

אבער ליפא לאכט אין הארץ. קאסטאו ארויף קאסטאו אראפ, ווער קוקט אויף א לעצטע נאמען. אים גליסט דאס מיידל פאר וועם ער לויפט די בריק שוין א יאר. אנדערע האבן חתונה מיט שיינע שטובער אבער האבן נישט מיט וועם צו גיין צום טיש. מ׳באהאלט זיך פונעם ווייב. דא האט ער א געלעגנהייט צו נעמען איינעם זיינס גלייכן.
״פאר די ריכטיגע זאך קוקט מען נישט אויפן ארום״ גאראנטיערט ליפא זיין קלארע מיינונג.

נאך יענעם נאכט האט שוין הערשל אראנזשירט א באגעגעניש וואו ליפא האט שטארק אויפגענומען ביים די מיידל׳ס עלטערן וואס זענען ערשט ערשטוינט געווען אז די ראזענבערגס זענען פאראינטערסירט בכלל. זיי האבן נאך חושד געווען אז מ׳באהאלט א געזונט פראבלעם, אבער נאכן זיך טרעפן מיט ליפא זענען זיי גרייט פאר אלעם. פאר ליפא איז אויך די זאך געפאלן. מר קאסטאו האט אים געזאגט ״ביי אונז איז איין זאך ״אימפארטענט״. צו זיין א מענטש, דרך ארץ קדמה לתורה״.

ליפא׳ן האט דאס געגליכן. ווי נישט ווי, קיין פרעשור פון שווער וועט ער נישט האבן. א גרינגער מענטש אהן גרויסע השגות. אנדערע דארפן זאגן תורה, זיך באהאלטן, לערנען אפאר יאר, ער האט נישט קיין שום פרעשור.

רעכי האט זיך אויך געטראפן מיט ס׳מיידל, און איז איבערהויפט באיינדרוקט. זי האט נישט געגלייבט אז זי וועט פאר ליפא טרעפן אזא איינשטענדיגע זאך. אזוי איידל, נארמאל אנגעטוהן. לעבעדיג. זי האט טאקע נאכגעהערט אז זי האט ״א טאָן״ פון פריינדינעס.
פון דעם קליינעם שמועס׳ל האט זי פארשטאנען אז זי איז א ערנסט מיידל, וואס וויל זיך מקריב זיין פאר א לעבן פון תורה. ליפא איז טאקע נישט דער מרברעבאַש, אבער נישקשה, מיט אזא מיידל וועט ער בליען. אביסל שטראם איז זי, אבער דאס קען ליפא זעהן פאר זיך אליינס ווען ער טרעפט איר. פאר ליפא פארציילט זי נאר וועגן די שיינע שווארצע האר, צו אריינברענגן עטוואס חשק.

נאכן ארומלויפן א טאג זוכן דיימאנטן גרייט מען זיך פאר א בעשאוֹ מיט שפאנונג. אהרן בנציון איז אין א אויסנאם גיסטע היינט צו די תלמידים. אנשטאט די געווענליכע פופצן מינוט הפסקה, געט ער זיי א פאנטאסטישע פינף און דרייסיג מינוט, וואס ער ניצט אויס פאר טעלעפאן געשפרעכן, פאר לעצט מינוטגע הכנות. ער האט שוין צוריקגעהערט פון א מומחה אז די נעמען שטימען, מ׳ווארט נאר אויף דור ישרים, און א באגעגעניש היים.

ענדליך שטייען אלע דריי - ליפא מיט זיינע צוויי לעבנס באגלייטער, אין א שטומע עלעוועיטאר אויף ספענסער.
די ראזענבערגס קלאפן אויף טיר 7B. ליפא איז אין זיבעטן הימל.

״ברוך השם מ׳האלט שוין דא״ פאנגט מר קאסטאו אהן די צערעמאניע.
ליפא קען זיך נישט איינהאלטן, ער וויל שוין באגעגענען זיין אשת נעורים, ער קוקט רעכטס און לינקס, און זעהט נישט קיין שפּור. ס׳נעמט אים א מינוט זיך צו אריענטירן און כאפן אז הנה היא לאה, דאס איז נישט זיין חני... ס׳שווערט אים שווארץ פאר די אויגן. ווער איז דאס מויד דא, רבונו של עולם. אהוי, וואו זענען די אבות, כלב בן יפונה, קרח׳ס גרובּ, שמשון׳ס רעכטע האנט.
"רייסט איין!!! פארוואס זענט עטס שטיל" קומט אים ר׳ אייזיק ספינקערס ווייגעשרייען צום הארץ. וואס טוט מען דא.

אבער ביפאר וואס ווען וואו, פעדערט מען דאס פארפאלק אין א שטיבעלע אריין.

ער רעדט מיט ס׳מיידל א קארגע האלבע שטונדע איבער דא והא, אבער זיין קאפ איז פארנעפלט מיט זיין חני. ער קען נאר טראכטן וואס זי איז נישט, נעמליך, זיין אייגנארטיגן חני. דאס איז דאך סתם נאך א וויליאמסבורגער מיידל פון ארגאנטינע, קלאגט ליפא שטילערהייט. וויאזוי האט ער זיך דא אריינגעזעהן.

נאָ?, עפענט אהרן בנציון די טיר, כ׳מיין אז ס׳איבעריגע קען מען רעדן נאכן לחיים" ניצט ער דאס זעלטענעם ברעקל הומאר וואס ער האט אין זיך, פון גרויס זעלבסט איבערצייגונג, אז דאס א פארטיגע זאך.

רעכי די מאמע כאפט יא א שמועס מיטן כמעט חתן.
נו? כ׳האב דיר נישט אויסגענערט הא? א צוקערדיג מיידל קעניינע הרע. איך האב איר שוין ליבּ. אוי האסטו אויסגעבעטן. ווערט די מאמע ס׳ערשטע מאל אזוי פערזענליך מיט אויסדרוקן, אין א שמיטה.

ליפא, קען זיך נישט איינהאלטן, ער קען נישט אלעס זאגן, אבער עפעס מוז ער זאגן זיך ארויסצוזעהן פון זומפּ. ״איך בין זייער צומישט״ געט זיך א כאפ ארויס פון זיין מויל.

רופט רעכי צוזאם אהרן בנציון׳ן און מ׳זעצט זיך ס׳ערשטע מאל פאר אזא זעלטענעם סארט פערזענליכע מיטינג צווישן עלטערן און קינד.
הער אויס ליפא, ערקלערט אים די מאמע. יעדער איז צומישט. איך און טאטי זענען אויך געווען צומישט ווען מיר האבן זיך געטראפן. מיינסט איך האב געוויסט מיט וועם איך האב חתונה. אבער אזוי גייט דאס לעבן. ס׳דארף נאר געפעלן אויבנאויף. מ׳פארלאזט זיך אויף די עלטערן.
״אונז טוה מיר גארנישט, אזוי האט דער אייבישטער צוגעפירט״ און וועסט מעצאשעם אויפשטעלן לעכטיגע דורות. נאר מדארף הערן פון דיר א יא. די יא איז דיינס.

ליפא מאכט א שטיקל חשבון. די כלה קוקט אויף אים מיט ווארעמע בליקן, ווי זי איז שוין זיינס. ווי קען ער אפזאגן דעם מיידל. ווי קען ער מצער זיין אזויפיל מענטשן אויפאמאל. זיינע עלטערן, אירע עלטערן, אלע געשוויסטער פון ביידע זייטן, פעטער׳ס וואס האבן צוגעהאלפן, די שדכן הערשל, ועוד לקרא. איר כאירה זיידע און באבע זענען שוין אפילו אינעם אנדערן צימער, אנגעטוהן אין ספעציעלע וואָרט שטאפיר.
למעשה, ווי ס׳שטעלט זיך אויס, איז די אנדערע חני קיינמאל זיינס נישט געווען.
בנוגע ציען צום שידוך זאגן אים דאך זיינע עלטערן אז ס׳ציהט קיינעם נישט. די ״הנה היא לאה״ פראבלעם האט דאך דער זיידע יעקב אויך געהאט און דאך מיט לאה׳ן חתונה געהאט.

״נו וואו די חתן״ גיסט אהרן בנציון אהן א פּיצקל זילבענעם בעכער׳ל ברענדי, ״לאמיר מאכן לחיים״
מזל טוב! מזל טוב! האלזט מר קאסטאו זיין פרומע מחותן׳ס שטייפע אקסלען. ער וואלט אריינגעקישט אויך ווען נישט ער עקלט זיך, אבער אהרן בנציון עקלט זיך פונקט אזוי, גייסטיש.

די נאנטע שושבינין, שוואגערס, מומעס, שלייכן זיך ארויף די שמאלע שטיגן אפגעבן דעם היסטארישן מזל טוב. אויך ארי וואקט אריין מיט די קארטענעס ציגארעטן לכבוד די שמחה. דער שדכן הערשל כאפט אים ביים בעקל, און מיט א האנט אויף זיין פלייצע, שרייט ער צו רעכי׳ן - וואס האלט אינמיטן טאפן די כלה׳ס באקן פאר התרגשות
״מרס. ראזענבערג - איך האב שוין גרייט פאַרן נעקסטן א שידוך״.

״דאס איז מיין צדיק׳ל ארי״, צייגט רעכי די כלה, ער איז נעקסט אין די רייע.
x.com
 

בייגעלייגטע פיילס

הערליך!!
אבער אוטש.. פארוואס געבסטו נישט קיין העפי ענדינג..?
ראמאנטיק-טראגעידע איז א ג׳אנער פאר זיך, ס׳פאר דעי מענטשן וואס לייגען סחוג אויף די עסן און ראדאגען (rawdogging) די קאווע אן קיין צוקער.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב עס ארויסגעדרוקט פאר דעם שבת.

עס איז א מעסטערפיעס כפשוטו!

סיי די שפראך, סיי די רעאליזם דערפון, די אויסשפריכן, און די סאטייער, ס'איז מבהיל'דיג.

און פארשטייט זיך די קריעטיוויטי און די פרישקייט פון די מעשה אליין.

לגבי די ענדינג - ווער איך משוגע פון דעם סטייל... עס לאזן הענגען און לאזן די פאנטאזיעס זיך ווייטער קייקלען..
 
יאפ...

אונזערע מלמדים פלעגן זאגן אז מוסר איז ווי א מעדעצין, אז ס'קומט מיט די שיינע משל גייט עס גרינגער אראפ.

צומאל אבער איז די קרענק אזוי טיעף אריינגעגעסן, אז ס'איז נישט דא קיין צייט צו איינפאקן די מעדיצין.
מ'געט עס רוי און שטעכעדיג, און צומאל בלייבט אפילו א זויערע טעם, אבער אין ענדע האפט מען ס'וועט האבן די ריכטיגע ווירקונג.
און ראדאגען (rawdogging) די קאווע אן קיין צוקער.
ראדאגען. לייג עס שנעל צו צום דיקשענערי!
דו ביסט דער ערשטער עס אריבערצוברענגען מיט די גאנצע 'זשען זי' פלעיווער.
 
הערליך!!
אבער אוטש.. פארוואס געבסטו נישט קיין העפי ענדינג..?
ערשטנס, בינעך נישט אין די ליין. צווייטנס, איך געב נאר וואס ס׳איז דא. איינעם׳ס ענדינג איז עס.
 
ליטעראטורישע דזשיִניאוס אינעם טראגעדיע גאנער! דאס איז א טוויסט אויפ׳ן באקאנטן לאָוו-טרייענגעל נאראטיוו דיווייס, א לאָוו-קוואַדרילעטערל וואס אין דעם איז דא צוויי לאָוו-טרייענגעלס וואו יעדער (חוץ פון חני קאסטאו) וויל וואס קומט למעשה אָן צום אנדערן, וואס שטעלט זיך אויס אין די געזעלשאפט וואס שטעלט צאם פּאָרן באזירט נאר אויף די עלטערנס׳ רצונות. דאס איז פון די שטערקסטע קריטיִקס, אין נאראטיוו פארם מיט פלעשד-אַוּט כאראקטערס, וואס איך האב נאר געזעהן קעגן דעם. ייש״כ!

און אט דאס איז וואס די ווערק ברענגט גאר שטארק ארויס, אין אַן אימפּליסיט וועג, אין איר קריטיִק אויף די געזעלשאפט׳ס מהלך דערין. מיינענדיג, אָנגעבליך איז די מטרה פון די פּרוּדישע שטארקע אפטיילונג צווישן די סעקסעס אין אונזער געזעלשאפט, ואפילו וואו עס איז לתועלת לשם טרעפן א זיווג, מכח מורא אז דאס וועט ברענגן לידי זימה. אבער עס קומט אויס אז תקנתו עוותו, ווייל וואס בלייבט אומגעשריבן, און ווי מר שושני ברענגט ארויס, איז אז אינעם עתיד זענען אט די צוויי בחורים און צוויי מוידן עלול לזנות מיט וועמען זיי האבן מעיקרא געהאט א קראָשׁ אויף. איז מיט׳ן גאר שטארק חושש זיין אויף א חשש קירוב לעריות בפנויה, איז מען דאדורך ממש אָנגעקומען לחשש זנות עם אשת איש/אחיו.

ובזה האב איך געקלערט א רמז (בדרך צחות?) אינעם פסוק (עמוס ב ו-ז) כה אמר ה׳ על שלשה פשעי ישראל ועל ארבעה לא אשיבנו וגו׳ ואיש ואביו ילכו אל הנערה למען חלל את שם קדשי. והיינו, אז אין א געזעלשאפט וואו עס איז די ״אביו״ וואס גייט אלס צוזאמען מיט׳ן איש צו וועהלן דעם נערה פאר אים אין א ״כזה ראה וקדש״ מהלך, דאן קען אויסקומען דערפון אז עס ווערט אַן ״ארבעה״, א לאָוו-קוואַדליטערעל פון פיר מענטשן, וועלכעס אנהאלט אין זיך ״שלשה״, צוויי לאָוו-טרייענגעלס וואו ער באקומט איינס אבער איינער פון אינדרויסן וויל דאס נאך מער. און דאן איז דא די חשש פון זנות, וואס דאס איז פשטות הכתוב.

(אגב האט דאס מיר אביסל דערמאנט פון די איך געב עס א יאר פילם.)

והגם אז א קראָשׁ אויף א מויד (אדער אויף א אינג), אלס אַן אבּיעקט, באדייט טאקע נישט דוקא אז זי איז קאמפּעטיבּל מיט אים, ובפרט וואו ער האט נישט אויסגעטוישט מיט איר קיין ווארט צו וויסן ווער זי איז אלס א מענטש א סאָבּיעקט מיט א פּערסאנעליטי און לייף-גוֺילס, איז אבער די קריטיִק אז ניטאמאל טראכטן די סארט עלטערן וואס די קינד וויל בכלל אלס טייפּ. ובפרט אין אזא מצב וואו די קראָשׁ קומט אָן צום ברודער, וואס ברענגט א ריזענטמענט צום אייגענעם פּאַרטנער וואס שטערט פון בויען א קשר אפילו טאמער איז זי יא פונקט קאמפּעטיבּל מיט אים.

עס איז אינטרעסאנט אז פון די נאראטיוו אין די תורה לגבי לאה, קומט אויס פונקט פארקערט: זי איז טאקע געווען די אשה שנואה ליעקב. (ועכ״כ אז, לפי הטור וואס הרב דר. מלך שפירא ברענגט צו, הכה אותה.) און דאס נוצט מען גאר אלס א ראיה אז ס׳איז אקעי? אתמהה.
א דאנק מי אני, בנוגע שנואה לאה, אדרבה, ס׳שטימט גוט. זייט ווען מאכט ליפא גוטע חשבונות.. א טור קען ער זיכער נישט. און אז יעקב האט נישט געגליכן ס׳ווייב שמעקט פון השכלה. ועוד לקרא, וואס דארף מען מער פון דעם אז יעקב האט עס פאקטיש געטוהן.
 
ערשט יעצט געליינט,

אין מילים!!

די באקאנטע נעמען איז ספעציעל אז מזאל רילעיטען צי די מעשה?

נישט שיין צי נעמען אז גיט שטיקל גאסיפ, און אפהאקן אינדערמיט...

איך האלט שטיסל ברויך אפשפילן דעי מעשה
 
איך האב נישט קיין ווערטער זיך צו באדאנקען און באוואונדערן די מייסטערווערק
איין זאך איך האף אז דאס איז בלויז די אנהויב פון א לענגערע געשיכטע אין פארזעצונג
חזק ואמץ
 
כ׳בין געלעמט.
איך האב נארוואס אפגעלעקט דאס ארטיקל מיט איין אטעם, שוין לאאאנג נישט געליינט אזאנס, איך האב נישט קיין ווערטער…

ישר כח הרב @הבל וריק!!

(פארוואס איז די ארטיקל אין פיקציע? דאס איז מעשים בכל יום…….)
 
א גוטע וואך @הבל וריק
כ'האב ארויסגעפרינט דיין ארטיקל פאר שב"ק און דאס געליינט אין איין לאנגע אטעם. Wow דאס איז א מעסטער פיעס.
מאנכע האבן דא קאמפלעינט אז די ארטיקל ענדיגט זיך נישט, אבער דאס גופא אידאך די שיינקייט און דער אינטערעסאנטקייט דערפון אז ס'איז נאנסטאפּ קאלטור, צו וואס מוז זיך דאס ענדיגן? כ'האפ אז ס'קומט נאך
 
וויליאמסבורג בריק
א שטעטל געשיכטע
דורך: הבל וריק





קאפיטל איינס

פרומקייט האט קיינמאל ליפא'ן נישט געצויגן. טראץ זיין אויפוואקסן אין א גאר פרימיטיווע שטוב, צו זיין שאָפּראָנער פאטער און שטײַפקייט פון א מאמע וואס באוויינט דאס לעבן ביי יעדן הלל און שבת'דיגע נשמת, האט ער זיך גרינג געטראפן זיין אייגענעם וועג, מיט חברים וואס וואלט זיין טאטן - דעם לאנגן חסידישן בארד - ווייס געמאכט, אויב זאל ער וויסן דערוועגן.
אבער דעם פאטער, א פריער פארטאגס אויפשטייער און מלמד מובהק בן אחר בן, חתן אחר חותן, איז צווישן טרייבּן און פּאטשן די פרעמדע תינוקות, ניטאמאל בייגעפאלן צו בודק זיין דעם אייגענעם זוהן'ס דרכים.

אין זיין יוגנט, האט ער אים געוועקט פריער ווי די פויגל, אנגעטוהן גרויסע יארמולקעס, און נישט צוגעלאזט דאס באניצן א גוי'אישן ביציקל, אבער קוים אויסגעטוישט א ווארט מיט אים דורכאויס די וואך.
בלויז שבת איז אהרן בנציון'ן אויסגעקומען מחנך זיין ווי ס'ברויך.
גייענדיג אין שוהל פרייטאג אויפדערנאכט האט ער אים נאכגעזאגט שטיקער קרן לדוד, און צופרי - פנים יפות'לעך, אפגעזעהן היץ אדער פראסט.
ביים דאווענען האט ער זיכער געמאכט אז ליפא רירט זיך נישט פון סידור, און אפילו נישט פון חומש ביים ליינען.
מוצאי אדער מיטאג האט ער אבות ובנים'ט מיט אים פאר שעות, אין קאלטע שוהלן, איינדרימלענדיג איבער דינע מסכתות, לאזענדיג א לאנגווייליגער ליפא חלומ'ען פון פרייהייט.
פארהערט האט ער אויף א שטרענגן פארנעם, אפט אריינגעהאמערענדיג אין א פארלוירענע ליפא, אזש אפילו די קאפּאו געשוויסטער האבן שוין געשוינט.
לערנען איז נישט געווען ליפא'ס שטארקייט קיינמאל. "אויסגעצייכנט" האט זיך נישט באוויזן אויף קיין שום בחינה.



די מוטערס חינוך האט זיך בעיקר באצויגן צו קליידונג, עסן, און שפראך. אפגעשיקט האט זי אים טעגליך מיט גלאנציגע גרויע העמד - ווי אינדיאנער אפיס ארבעטער אין די ניינציגער יארן - און דינע פאליעסטער הויז, וואס האט אים שוין דאן אומבאוויסטזיניג געשטערט.
אויף ריסעס האט ער געטראגן א קליין דורכזיכטיג בעגעלע מיט אויפגעשניטענע עפל. אויפן באס האט ער געקלאצט אויף אנדערע קינדער'ס קוכן און סנעקס ביז איינער האט זיך אויף אים דערבארימט.

אן ערלה פאר די בר מצוה האט מען שוין ליפא'נען פארעלטערט אויף שבתות, מיט וואלענע ציצית אינדרויסן און א לענגערע רעקל, וואס האט זיך גראדע גוט צוגעפּאסט צו זיין פריצייטיגע אנטוויקלונג.

שגור בפי רעכי זענען די צוויי ווערטער: אייבישטער און משיח. מיט דיזע פודאמענטן פראצעסירט זי אלע פאסירונגען אין לעבן.
צרות וועלכע אימער, הענגט זי שטענדיג אהן אינעם לאנגן גלות. אז א פעטער ווערט דיאגנאזירט ל"ע קרעכצט זי אויפן גלות. "משיח דארף שוין קומען".
שווערע פראגעס און צומישעניש, ווארפט זי צוריק צום אייבערשטן.
פרנסה שיקט דער אייבערשטער. שידוכים מאכט דער אייבישטער. געזונט, געט דער אייבערשטער. רעכי גלייבט נישט אז רויכערן ברענגט עכט קענסער, נאך אלעם איז דאך אלץ באשערט פון אויבן. ווי אויך האלט זי נישט אז מ'נעמט אליינס א זיווג אדער געלט. ס'האט גארנישט מיטן מענטש צו טוהן, און נישט זיין פליכט, מ'לאזט זיך פירן פון אויבן.

נאך זעכצן יאר אינעם זעלבן חדר און קלאס, מיט די זעלבע מענטשן, האט זיך ליפא נאטורליך אנגעשלאסן מיט מער בעלבתיש געשטימטע מאנסבילן זיינס גלייכן, וואס זענען אויך געווען פון דורכשניטליך און ארונטער - ביי די לימודים. מיט זיי פלעגט אפרויכערן טעג אויף די ישיבה הויפן, און נעכט אויף קוויטל שפיל דורכאויס דעם לענגערן ווינטער.

עס האט נישט לאנג גענומען די עלטערן איינצוזעהן אז ליפא האלט נישט דערביי. ליפא איז נישט דער צדיק'ל וואס מ'האט געמאכט פון אים ביי די פיר יאר. נישט אז זיי האבן עס גרינג גענומען. געוויינט האט רעכי ווען זי האט ס'ערשטע מאל אנטדעקט דעם באהאלטענעם דעאודערענט אינעם אויבערשטן שופלאד אונטער די גאטשעס.

פארציילט דערוועגן האט זי אהרן בנציון'ן, כחצות הלילה, פון איין געלעגער צום צווייטן.
אהרן בנציון האט דעם זוהן אפירגענומען אויפצומארגנס, אראפגעלאזט א פראסק, און שווער באזידעלט. דאס איז געווען דאס לעצטער פראסק, אפצייכענדיג זיין יוגנט.

"שוואכע חברים" זענען די ראזענבערגס געקומען צו אן החלטה. "מ'דארף אים אפשיקן קיין מאנטריאל, מיט א געהעריגע דארמעטארי".
האט מען ליפא אפגעשיקט קיין סאטמאר מאנטריאל - ווי ער האט אנגעברענגט די נעקסטע פאר יאר אלס גבאי חק"ס און אנפירער פון די קול רנה פלאקאטן ביי רבי'שע שמחות.

אינאמת'ן איז ליפא איינשטענדיג, פארשטענדליך און וואויל. נישט אויפגעקלערט און נישט איינגעקלערט, נאר סתם אן ארויסגעפאלענער. ער נעמט זאכן לייכט. צו לייכט.

ליפא'ן כאפט א ציטער שובבים פונקט ווי יעדן, ער ציטערט פונעם גיהנם פונקט ווי יעדן, און ער פארכט פונעם רבש"ע פונקט ווי יעדן, ער שטעלט זיך נאר נישט צו פונקט ווי מען פארלאנגט. ווייל אפילו ער זאל זיך ווען צושטעלן וואלט נישט גענוג געווען.

ליפא אראנזשירט די טענץ ביי משפחה חתונות. שטופט אריין דעם זיידן'ס ווילטשעיר אין זאל, ברענגט מים אחרונים ביי שלש סעודות אין שוהל. אפילו די יונגערע אכט יעריגע שפירן באקוועם מיט בעטן ליפא א חומש פון א הויכן שעלף.


אויסער זיין צוגעלאזן, איז ער איבערהויפט א טיכטיגער.
ווען די באבע דארף הילף מיט רוקן מעבל, הענגן טשילאר, לייגן סכך, רופט מען ליפא. "א הויכע שיינע בחור בלי עין הרע", "מ'וועט אים צוכאפן", פלעגט די באבע צוזאגן ווען ער האט געפארטיגט א טובה.

אויך געפעלט ליפא'ן דאס בעלבתישקייט וואס ער זעהט ביי די חברים.

אויפגעוואקסן איז ער אין א מלמדים קאנטרי, אהן א צייטונג, כאפענדיג היטשעס אינאיינעם מיטן פאטער, וואס האט סיידן בלומען אויף שבת, פונעם ברייטן וועלט נישט גענאסן. זיין פאטער דעפרייט דאס הארץ, דאס איבערגעבליבענע העררינג פון צופרי קידוש - ביי שלש סעודות, און פּאַרע פון א הייסע קאווע - מוצאי תּונעס.

ליפא וויל מער. ס'ציהט אים יא א בליטשקעדיגן יוקאָן פארנט פון זיין הויז, וואטסעפפ, קאטענע גאטשעס, ארעמלאזע אונטער העמד, רימלעסס גלעזער, סטעפּ-אין שוך, עסן ארויס, פלארידא, מזכרת נצח אויף שוהל ווענט, און ס'שטערט אים נישט צו בויען די סוכה מיט א הודי.

איז אבער גענוג דער פלעק אז ליפא איז היינט צוויי און צוואנציג אהן א שידוך אויפן האריזאנט, און א טרויער וואלקן, ענני אבל, איז אויסגעשפרייט איבער דעם ענגן ראזענבערג היים, בלילות.

זינט די אכצן ארבעט שוין ליפא אויף שטערקערע מוסקלען און גרעבערע ארעמס. לעצטנס כאפט ער זיך שטילערהייט ארויס ביינאכט, אנגעבליך צו גיין אין ישיבה אפיס, אבער מיט די פיסטריט געוואנדן צום אנדערן זייט וויליאמסבורג - ביי די יאפּי'ס.
ליפא'ן ציהט נישט די יאפּפּי'ס בכלל, און קוקט דערויף פונקט ווי זיינע עלטערן - ווי א שטיק חוקי תועבה. וואס יא, ער "וואקט די בריק", עפעס וואס ניטאמאל געוואגטערע חברים זיינע טוען.

באפאנצערט מיט הודי און ברילן, אויס מורא פון א פרעמד אויג, שפאנט ער הין און צוריק, דריי מאל א וואך, ניין דרייסיג, אומגעפער.

ס'האט אים גענומען פיר-פינף מאל צו כאפן אז ער האט א שטיקל חברותא צו דעם באשטימטן צייט.
א וויליאמסבורע מיידל, נישט מער נישט ווייניגער, לויפט פונקט דעם וועג צוריק, ווען ער לויפט דעם וועג אהין.
שלאנק און דורכשניטליך געבילדעט, מיט ליכטיגע סניקערס, עירפאדס אין די אויער, און א שווארצע צאמגעצויגענע לאנגע פאוני, לויפט זי טעגליך די בריק.
ליפא דאכט זיך, לויט איר לויף, אז זי הערט מוזיק, ווער ווייסט צו זי האט מעגליך א סמארטפאון באהאלטן.

א פייערל צינדט זיך אהן ביים ליפא'ן אין הארץ, עפעס וואס ער זעלבסט וואלט פון זיך נישט געראכטן, "אפשר איז דאס מיין באשערטע".

ביי די חברים רעדט מען פון די כלות צומאל, געוויסע פארמאגן אפילו בילדער אונטער די דארמיטארי קישענעס, אבער מ'קוקט נישט עכט אהן קיין מיידלעך. אפילו די וואס הערן גוי'שע מוזיק, אדער קוקן יא אויף פרעמדע, זעהען בלויז א גוף, און זענען נישט עכט אריינגעטון אין מיידלעך אויף א פראקטישן פארנעם. מ'קען זיי נישט, מ'פארשטייט זיי נישט, און מ'פארשטייט זיי נאר דורך צוגלייכן צו א שוועסטער.
אלזא, קלייבן א מיידל פון גאס, זאגן כזה ראה וקדש, מאן דכר שמיה. די עלטערן וואלטן אים זאגאר צום כף הקלע געווארפן, און ער אליינס כמעט, ווען ער פאלט ווען נישט ערשט צו כף הכלה.

פאר א לאנגע צייט האט ער זיך געוואונדערט, ווער איז דעיס מיידל בכלל, הזאת נעמי.
צו זיין מזל וואקט זי צומאל מיט א פריינדינע, איז אים געלונגען איינמאל אויפצוכאפן א שריי מיטן נאמען: חני.


קאפיטל צוויי

ביים ווינקל אויף בעדפארד און סאוֹטאַכט זיצט ליפא'ס יונגערע ברודער - "ארי", אין א פארהייראטע חבר'ס עקקארד, יעדן ביינאכט ביז שפעט, וואו זיי קוקן אינאיינעם מינדערוויכטיגע געשעהענישן, חיימאו, און אנדערע קליפּס, א שטייגער ווי רירנדע פילהארמאנישע מוזיק ווידעאוס מיט ילדי פלא, פארגרעסערטע פנים'ער פון חרדישע וואקאליסטן מיט הויכע שטריימל, אויף בערג און טאלן, און וואכענדיגע שבת טיש.
צומאל כאפן זיי זיך נאך ווייטער ארויס פון שטאט, ביז די וואסער ברעגעס, צו קוקן א סעריע, א שטייגער ווי פעסט און פיוריעס, אדער אנדערע העראישע אקציע פילמען.

ארי האלט אינווענדיג באשיינפערליך ביי גארנישט. אבער פונדרויסן טראגט ער א שם אלס "סאך מער" ווי דער עלטערער ברודער. ער הייסט צו זיין א געשמאקער חסידישער בחור, צו גאט און לייט, ראזענבערגס פיינע זוהן. א "קעטש".
זיין בא'חנ'טן פרצוף, לענגערע אומגעקרייזלטע פאות, שפילט ווארשיינליך א ראלע, ווי אויך דאס נאטיצן שרייבעריי ביי מיטאג סדר אינעם גרויסן הדרת קודש שלחן ערוך - מיט א פּערמאנאנט פעדער, און א גרויסן וואלענעם טלית קטן אראפרינענדיג אויפן שויס.

איין ציל אין לעבן האט ארי אויף די מינוט, נעמליך, ער וויל חתונה האבן.
וואס ער וויל טוהן נאך די חתונה ווייסט ער נישט. מיט וועמען, ווייסט ער אויך נישט. און וואס ער וויל מיט איר טוהן ווייסט ער געוויס נישט. ער וויל זיצן דא ביים רויטלייט, אבער נישט ווארטן.

טאג איין טאג אויס זעהט ארי דעם זעלבן וויליאמסבורגע מויד, זיך אפשטעלן מיט א צוקרומפּעלטן שווארצע פלעסטיק בעג, הארט נעבן די פינסטערע פענסטער פונעם שנה ראשונה קאר, וואו זי טוט זיך איבער פון די טיפישע פלאכע שוך צו שווארצע סניקער, און מאכט איר וועג צום בריק.

חני קאסטו וואוינט אין קאלאמענטי, נישט ווייט פון די ארטסיטן, אבער ווייטער פון קיין ארטיסט קען מען נישט זיין. זי שפּענט אירע לעבנסטעג נאר צווישן די אידישע געטא ווענט, שפּאנענדיג אראפ און ארויף די בעדפארד וואלאבאוט געגנט - די וויקענדס, שאפּענדיג אין S&W, און אנדערע היימישע געשעפטן דאס גלייכן, און שמועסנדיג ס'איבעריגע צייט מיט פריינדינעס אויף די היים טעלעפאן, וואס ווער אימער קען צולייגן א אויער.
חני איז אפענע בוך אהן קיין באהעלטענישן. זי איז וואס מאנכע רופן "א מיידל מיט א קליידל". אין סקול איז זי נישט איבעריג פּאַפּולאר געווען, און איר ארגאנטינישן אפשטאם האט געוויס נישט צוגעהאלפן. דערצו איז זי נאך איבערוואגיג, הויך און שטראם.
דאס אלעס האט איר אבער נישט אפגעהאלטן פון זיך צושטעלן צו דאס פארלאנגטע. נאך אלעם איז זי א בית רחל גראדואירטע און טראגט זיך אזוי. זי גייט אנגעטוהן באשיידן, טוט וואס יעדער טוט, וויל וואס יעדער וויל, און טראץ די גאר שמאלע שאנסן, וויל אויך א מאן א תלמיד חכם מיט אן הוראה בלעטל אין "דער איד".
די בריק שפאנט זי צוליב וואָג, אבער קען זיך נישט ברענגען צו וואקן די פּאָר גאסן אינערהאלב דעם קווארטאל - מיט די גראבע סניקערס, ווארים וואס וועלן די שטאטלייט זאגן, טוט זי זיך איבער הארט פארן בריק.


דורכאויס א האלב יאר פעריאד האט ארי פון גרויס חשק אפגעכאפט א גאנצע הויפן בילדער אויף זיין באהאלטענעם סמארטפאון, אויף וועלכע ער קלאצט שטילערהייט, שפעטער, מיט דמיון.

ארי איז פון די מענטשן וואס די אויגן שטייען נישט גראד אין קאפ. אין ישיבה האט ער אנגעהויבן זיינע יארן מיט שרייבן אויף בית כסא ווענט "פארקויפט נישט אייער נשמה צום שטן" אבער ביי ישיבה גדולה האט ער זיך שוין זאגאר פארן שטן פאר'משכונ'ט. נאכט סדר, בין גברא לגברא, האט ער א גרויס חלק פון שיעור ב' יארגאנג אויסגעלערנט וואס נאך מ'קען טוהן מיט'ן גוף אויסער עסן.


זיין פרימיטיוון יוגנט האט נישט קיין סאך צוגעהאלפן. און דאס פארשטיקונג פון פיזישע אויסדרוק האט ארויסגעברענגט נאך א שווערערן יצר ווי דאס וואס מ'האט געזוכט צו פארמיידן. ארי האט פונעם פאטער, דעם מלמד, קיין איין קוש נישט באקומען, וואס ער געדענקט, און אלס אן ערוואקסענער - נישט קיין פערזענליך ווארט פון אנערקענונג אדער געפיל, ווער רעדט נאך וועגן מקוה ענינים וואס האט ארי'ן אזוי ווילד געפּלאגט. צומישטערהייט פלעגט ער שטיין פארטאגס ביי די שויער און זיך זייפן ביז ראזשינקע פינגער, קלאצענדיג אויף פרעמדע פונעם זעלבן מין, אהן פארשטיין וואס גענוי ער וויל פון זיי.

סיידן זיין יונגערן שוועסטער האט ער מיט קיין מיידל נישט אויסגעטוישט קיין ווארט זינט די פיר יאר, ווען אהרן בנציון האט באשלאסן אז ס'איז נישט פאסיג מער ארומצולויפן מיט זיין ערשטע קאזינע מלכ'עלע, ביי די באבע אין קעלער.
.
אהרן בנציון זעלבסט האט מען אויך קיינמאל נישט אויסגעלערנט געהעריג וואס א מיידל איז. בלויז א שארפע אסור און מותר און א פחד פונעם גרויסן חטא. מ'האט אים אזוי אפגעשראקן פון מוידן אז עד היום ווייסט ער נישט וואס ער מעג געהעריג און וואס קען אים פארפירן צום שאול תחתית. סתם אזוי מוטשעט ער זיך אין אלגעמיין צו גיין בדרך הממוצע, אבער ביי משגל איז ער איבערהויפט צומישט.

פון איין זייט, די מער ער האלט זיך אפ פונעם אנדערן מין, די מער טרעפט ער זיין קאפ זינדיגן מיט דאס ארגסטע, אזש ער שעהמט זיך פון זיך אליינס. ער קען קוים רעדן א ווארט מיט א צווייטן פרוי אהן טראכטן פון איר שפעטער, אדער אין יענעם מאמענט זאגאר. פון די אנדערע זייט, איז רעדן מיט א פרוי געמיטליך, אדער זיך מער ערלויבן בינו לבין קנינו, א סתירה צו גאנץ אהרן בנציון, וואס פארשטייט נאר גאט וואס לאזט נישט. אפילו ער זאל ווען יא לאזן, קען עס אהרן בנציון נישט טוהן צו גאט.
וויינט ער איבער קב הישר, פאסט תעניתים, און קען קיין גוטן נאכט נישט האבן.


אלנפאלס, אפילו היינט אלס א גרויסע בחור, סיידן צירקולירנדע בילדער פון פרעמדע, קומט נישט אויס פאר ארי צופיל פארקער מיט היימישע מיידלעך. און דא האט אים מלאך סקסיאל ס'ערשטע מאל אפגעדראפעוועט א מויד ביים חבר'ס טיר, צו דמיונ'ען און מער.

איין שווערע נאכט, אין א שוואכע מינוט, איז ער איר נאכגעגאנגען ביז קאלאמענטי, מיט א פלאן אריינצוהאקן בטעות אין איר גרויסן גוף וואס שטייט פאר אים יעדן נאכט אין חלום. הארט פארן אריינגאנג, האט ער צומישטערהייט געשטאמעלט אויף א פראגע, וואס האט זיי ביידע צוטומלט און ארי'ן דערשראקן. ויברח ארי ויאסף אל עמיו.



קאפיטל דריי

באלד א יובל יארן איז שוין הערשל באקאנט אינעם עיר ואם בישראל, אלס "דער" שדכן. ער האט אויף זיין רעזומעי, אריבער פיר הונדערט שידוכים און הונדערט דערפון לפחות, שווערע צנויפפארענגען פון תורה'דיגע פאר געלט, שיינע מיט מיאוס'ע שטובער, אפ ענד קאממינג מיט אוועקגעשטעלט אריסטאקראטיש - אלץ פרי עמלו פון הערשל'ס געניטע ארבעט.

הערשל האט זיך אן אייגענעם גאנג אין שידוכים. ער פרעגט נישט די עלטערן וואס זיי זוכן, נאר קאפויער, ער מעלדט זיי איין וואס זיי "קענען האבן", און לויט דעם זוכן זיי. נישט איינמאל האט ער שוין פאראומגליקליכט נחת שעפענדע עלטערן מיט בשורות רעות איבער די צווייפלהאפטיגע רעאליטעט פון יוצאי חלציהם - אריינצוויגענדיג דאס פּארפאלק אין א פּלי בארגין פאר א פיל שוואכערע זאך ווי געראכטן.


ביי די מער בעלבתישע שטאַטעט הערשל אפּ א באזוך, געווענליך אויף א מוצאי שבת, וואו ער זעצט זיך צוזאם מיט ס'פארפאלק אונטערן דיינינג רום טשילאר, און גייט דורך די נעמען וואס קען ארבעטן. אונטערשטע שורה, ביי הערשל'ס שידוכים, איז ער דער וואס מאכט דעם ענדגילטיגן באשלוס, וואס ס'איז די ריכטיגע זאך לויט די אומשטענדן.

פאר די קאהן'ס, א ניי-בעלבתישע פאמיליע, פון א פשוטע אפשטאם, מיט א דופּלעקס אויף לינטש, און אפאר דאלער פון מילדע ריעל עסטעיט פארדינסטן, האט ער נישט לאנג צוריק, אנטמוטיקט מיט שטרענגע רייד, אז זיי קען פון דעם פאשקעס בחור פארגעסן. "פאשקעס נעמט ענק נישט", האט ער דערקלערט מיט א פרעכע קלארקייט, נישט שפארענדיג קיין שענדעריי איבער זייער אומבאדייטנדע ייחוס און יונגע חטאים.

פאר פאקשעס זעלבסט, האט ער אויף א פאון קאל געלאזט וויסן אז אויב זענען גרייט אפצושיקן דעם יונגסטן צווייגל אויף לאנדאן קען מען אפשר ברענגן די שטרערנגאלד'ס צום טיש.

אויף קארפען, א עושר אדיר מיט א מאנשיאן אין ניי ווילימסבורג און א שטוב מיט דורכשניטליכע מוידן, פארציילט מען אז ער האט הערשל'ען אפגעווארט, מיט זיין שאופפער, נאך מעריב, מיט א בינטל צען אלפים קעש, ער זאל אים ברענגן דעם קליין בחור פון אלכסנדר.

הערשל'ס חני איז אן אויפגעקלערט מיידל. איר פאטער הערשל, דער שדכן ווייסט טאקע פונקטליך וואס טוט זיך ביי יענעם, אבער ביי זיך אין שטוב ווייסט ער נישט גענוי, און וויל נישט וויסן, ווי ווייט זיין חני איז פארקראכן זינט יענעם יאר אין קעמפ, וואו זי האט אנגעטראפן איר גרופע בעסערע פריינדינעס.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט שעות פאון קאלס אין די שפעטע נאכט שטונדן, אבער מיטאמאל האבן זיך באוויזן שינוים.
ארויס מיט נאסע האר אויפן גאס, געקייט גאָם, געפארבט. אין די זוממער איז זי מיטאמאל ארויס צום שווימבאסיין מיט גרויסע זון ברילן און א ווייסע הודי מיט גרויסע בוכשטאבן. הערשל׳ס סטאנדארט צו פארבלייבן אין צוועלפטע קלאס, האט זי פארלעצט.
קליידער האט זי זיך אליינס צנויפגעפארט און אויסגעטראפן - אנדערש ווי אנגענומען ביי די שענערע משפחות, ביי וועמען הערשל האט געזוכט צו קונה שם זיין.

ווייניג ווייסט הערשל אז זי האט היינט פולקאמע אינטימיטע באציאונגען מיט צוויי פריינדינעס, מיט וועמען זי שלאפט כסדר איבער.

אינ'אמת'ן איז חני ביי זיך אליינס צופראסקעט.
זי וויל אנדערש ווי געזעהן ביי זיך אין שטוב ווי ס'איז אין תוכו כברו. אונטערן שלייער פונעם גלאטן רעזשוואלקע הרג'עט מען זיך אינדערהיים ביי די קעפ, מ'בארעדט יעדן אין שטאט - אפילו די אייגענע געשוויסטער - ביי אלע סעודות, דערנאך וויל מען די זעלבע מענטשן געפעלן, ביז אויף צום טויט ועד בכלל, נעמליך, אפילו א שיינע חלקה און א מצבה, מיט נוטריקון לויטן נאמען און מעשים טובים.

ביי די פאמיליע שמועסט מען אז חני איז שוואך. דא דארט האט איר שוין א מומע אנגערופן, ערקלערן ווי ווייט זי איז מצער די עלטערן מיט דעם התנהגות אבער חני האט פשוט און פראסט אראפגעהאקט דעם טעלעפאן. זינט דאן, גריסט זי שוין נישט געהעריג די מומעס ביי שמחות.
א אנדערער פעטער, אן אנגעבליכער מבין בתורת הנפש, האט געהאט מיט איר א שענערן שמועס איבער אידישקייט, ערקלערנדיג די אמת'ע תכלית דערינען, צו פירן א תוכנ'דיג לעבן מיט געמאסטענע מעשים און די צופרידנקייט וואס דאס ברענגט דעם מענטש אין זיין קורצע פאר יאר אויף דעם צוטומלטן וועלט. "די גוים האבן עס נישט בעסער" האט ער איר ערקלערט, "זיי זוכן ענטפערס פונקט ווי דו". זיי האבן אויך נישט אייביג די בעסטע געזעלשאפליכע ערפארונג אדער יוגנט, און שפענדן צומאל א האלב לעבן צו טרעפן א "פארטנער" און דעם אנדערן האלב צו פארגעסן.

אין סקול איז חני נישט געווען אויפגעפיקט. די סמעטענע זאגן זי איז אייביג געווען Messed up. זי פלעגט זיין משוגע "נאנט" מיט טויבּי נייווירטה, נוצן זיי דעם מאדנעם פריינטשאפט אלס א ראיה.
די געריבענע זענען ביי די מיינונג אז זי וויל אטענשאן. "נעבעך זי מיינט די וועלט ווארט איר אויפצונעמען מיט אפענע ארעמעס, לאז איר אליינס אויסגעפינען".

חני ווייסט טאקע נישט וואס זי וויל יא, נאר וואס זי וויל נישט. זי וויל נישט דאס. זי איז מיד פון דעם באהאלטענעם לעבן. דאס צושטעלן זיך צו א שולחן ערוך פון מינדערוויכטיגע סטאנדארטן, מיט מער דקדוק און שעצונג ווי די שולחן ערוך זעלבסט. בלייבן אזוי, חתונה האבן, ערציען קינדער און מיטגיין מיטן שטראם ביזן קרית יואל'ן פעלד, איז נישט קיין פלאן פאר איר. זי וויל נישט איבערטוהן דעם פונקטלאזן שפיל.

חני זוכט דווקא צו ווייזן אז זי באלאנגט מער נישט צו דעם געזעלשאפט און נעמט נישט אנטייל אין די סטאנדארטן. די מער מ'פרובירט איר צוריקצושלעפן, די מער ציהט זי זיך אוועק.
צו די לעצטע ברודערס חתונה איז זי אנגעקומען מיט בלוי קאלירטע אויגן, סיעמלעס טייץ, און ריזיגע אויעררינגל. דאס איז געווען איר שטערקסטע דערקלערונג אז זי איז אנדערש. ביי די חתונה האט מען געשמועסט, אז די מאמע קען נישט שלאפן ביינאכט. געוויסע האבן געזאגט אז זי טעקסט זיך מיט בחורים. אנדערע האבן גע'טענה'ט אז זי פאָרט אפּ. אבער הכל מודים אז זי איז ארויסגעפאלן. זי איז מער נישט קיין חלק פון די געמיינדע.

ארויסגעפאלענערהייט, איז חני מער צופרידן פון איר סטאטוס ווי בעפאר. זי ציהט אן אויג ווי זי גייט.
אויך פייפט זי אריין אין שטאט, און לויפט טאקע די בריק כאחד הדומה לחמורים.
אבער פון שטאט זעלבסט לויפט זי נישט. וואו אהין זאל זי לויפן? דא זענען אירע מענטשן, משפחה און די ביסל פריינט וואס זי האט נאך יא.

גיין קעגן דעם שטראָם איז אבער אויך נישט מעגליך.
וויל זי טרעפן א פּאָר אירס גלייכן און אינאיינעם פילייכט אויסטרעפן א אייגענעם וועג און לעבנסשטייגער.

לעצטנס, שוין אפאר וואכן וואס זי באמערקט דעם היימישן בחור אויפן בריק, און האט פון אים אפאר בילדער אפילו. די פריינדינעס זעהען אדורך די טונקעלע ברילן, און זאגן אז דעס איז ראזענבערג פון ווייט, ער הייסט א שוואכע בחור, און זי האלט אויף אים אן אויג.

פאר הערשל'ען איז דער טאכטער און איר ארויספאל, א דאָרן אין אויג. ער האט שוין פרובירט צו ווילדעווען, סטראשען, ארויסווארפן, אריינעמען, אבער אהן ערפאלג, זי איז א גענעטישע מחוצפת פונקט ווי אים. האט ער נאר איין עצה פארבליבן, וואס ער קען גוט, נעמליך, איר פארהייראטן.
ער האלט אז מ'דארף איר נאר חתונה מאכן און זאכן וועלן זיך מסדר זיין. "זי איז נאך יונג. זי ווייסט נישט וואס זי וויל" און אז יא, זאל כאטש א צווייטער זיך ספראווען מיט דעם פראבלעם, נישט ער.

ער האלט שוין לאנג אן אויג אויף ראזענבערג'ס נעקסטן בחור. דער איז "מן הקצה אל הקצה פונעם ברודער" כלשונו. שמעקט אים טאקע נישט דעם עצם שטוב, קענענדיג די זאך פון אינעווענדיג. אבער מיוחסים זענען זיי גראדע. נאסאדע אייניקלעך, סאסובע גזע, און דער זידיטשובער פון בני ברק איז זיי אן עלטער פעטער.

די טאטע איז נאך אלעם אן איינשטענדיגער איד, א חתן קריגט ער אזאנס און אזעלעכס. "יעדער וויל דעם בחור". פאר די גאס וועט דאס זיין א קנאק פון א שידוך.

נאר איין פראבלעם שטייט אין וועג - דער עלטערער ברודער. מ'דארף אים זעהן א חתן צו מאכן.



קאפיטל פיר


א דעצעמבער מאנטאג, פרי אויפדערנאכט, צוקלינגט זיך דער אלטן טרייבל מיטן אראנזשן הצלה סטיקער. די שדכן איז אויף די אנדערע זייט.
רעכי שפאנט אין ציממער אריין, זעצט זיך אראפ אויפן געבלימטן בעטגעוואנט, ביים נאכט קעסטל טעלעפאן, און פארפירט א שמועס.

הערשל האט א מיידל.
מרס ראזענבערג איך האב פאר אייך א מוראדיגע זאך - הייבט הערשל אהן.
ס׳וועט אייך נישט שמעקן גלייך, אבער איך קען עס פון דערנאנט און איך זאג אייך, אויסער דעם דבר יום האט איר זיך נישט וואס צו זארגן, דאס פארפאלק וועט זיין גליקליך און צופרידן.
מ׳רעדט פון וויליאמסבורגע זאך. די מיידל׳ס נאמען איז חני קאסטאו.
מרס ראזענבערג מיינט זי פאלט חלשות. ״מאסרי?! א מאסרי טראגט איר מיר אהן?!״
״מרס ראזענבערג… ערשטנס, ס׳נישט מאסרי ס׳איז קאסטו״.
די זיידע איז געווען גאר א חשובער איד..

זעהענדיג די שארפע קעגנזאץ, ציהט הערשל ארויס ס׳לעצטן קארטל.
הערט אויס מרס ראזענבערג, איך וויל אייך נישט ווייטוהן, אבער איר ווייסט דאך אייער זוהן האט נישט אזא גוטן נאמען… איך ווייס פון קראנטע מקורות אז מ׳זעהט אים אויפן בריק.
איר דארפט כאפן עפעס ווי אמשנעלסטן…

אהרן בנציון האט זייער שווער גענומען דעם שמועס מיט די שדכן. רעכי איז א הארטע בּלא אויף קאסטאו. ער דינגט זיך מיטן רעכי׳ן. זי האט טאקע ארויס אן עסק בעסער פון אים במילי דעלמא, אבער ווי נישט קוקט ער דאך מיט א דעת תורה. שרוי בלא אשה איז א פראבלעם. מ׳דארף דעם ליפא׳נען חתונה מאכן. מ׳דארף פארקוקן.

דארף מען נאר זעהן צו רעדן מיט ליפא ער זאל דערויף איינגיין. סתם אזוי איז אומדערהערט די ראזענבערג׳ס זאלן זיך אראפזעצן דורכרעדן א שידוך מיט א קינד. ערשטנס, ווי קען דען א קינד אריינרעדן אין אזא מאנומעטאלן באשלוס. צווייטענס, איז עס פאקטיש די עלטערן׳ס פליכט צו קלייבן די ריכטיגע זאך, נישט דעם קינד׳ס.
פארשטייען ביידע אבער, אז מ׳וויל נעמען מאסרי, דארף מען זיך באראטן. מ׳דארף אים ערקלערן די פאטענצולע פראבלעמען און פעלערן פון אזא באשלוס.

זעצט מען זיך אראפ מיט ליפא און מען ערקלערט אים דעם גאנצן השתלשלות. ״מוזט פארשטיין״ ״מ׳דארף זיין רעאליסטיש״ וכו׳

״אונז ווייס מיר וועגן די בריק״ זאגט אים די מאמע אראפקוקענדיג בשעת מעשה אויפן צוגאנגענע קיך פאדלאגע, מיט אן ערנסטע מינע, ווי זי מעלדט אים ווען איין איבער א יענע מעשה אנדעקונג ל״ע. אונז האמיר למעשה א פיינע זאך אויפן טיש וואס איז כדאי זיך אראפצוזעצן. מ׳האט אנגעטראגן קאסטאו, די מיידל הייסט חני קאסטאו. אונז הער מיר זייער גוטע זאכן אויפן מיידל. זייער אהערגעשטעלט און צוגעפאסט. און גראדע פונקט אינטערסאנט, האט מען אויך נאכגעהערט, אז נישט מער נישט ווייניגער, זי לויפט אויך די בריק.

ליפא מיינט ער פאלט אראפ. ער ווערט רויט און בלאס, און קען קוים קומען צום ווארט. ס׳הערט זיך ווי א חלום. א מופת. גראדע איז ער פונקט נארוואס צוריקגעקומען פון א נסיעה אויף פארשידענע קברי צדיקים אין אייראפע. און ער האט געשפירט ווי דאסמאל האט ער געפּוילט, אבער אז דער אך פרי תבואה זי״ע וועט זיך מיען פאר א מיידל פון בריק האט ער זיך נישט געראכטן.
צו רעכי׳ס שאק האט ער נישט קיין שום פאראיבל. ער זאגט מיט א גלייכקייט אז ער פארלאזט זיך אינגאנצן אויף זיי. פרובירט זי אים נאכמער מעורר צו זיין וואספארא שוועריקייטן ס׳קען שפעטער ארונטעקומען אינעם צוקונפט מצד די ספרדישקייט. ס׳קען זיין א שטארקע אפהאלט שפעטער, ביי זיינע קינדער׳ס שידוכים. ס׳איז א גרויסע פלעק. אפּגעפרעגט.

אבער ליפא לאכט אין הארץ. קאסטאו ארויף קאסטאו אראפ, ווער קוקט אויף א לעצטע נאמען. אים גליסט דאס מיידל פאר וועם ער לויפט די בריק שוין א יאר. אנדערע האבן חתונה מיט שיינע שטובער אבער האבן נישט מיט וועם צו גיין צום טיש. מ׳באהאלט זיך פונעם ווייב. דא האט ער א געלעגנהייט צו נעמען איינעם זיינס גלייכן.
״פאר די ריכטיגע זאך קוקט מען נישט אויפן ארום״ גאראנטיערט ליפא זיין קלארע מיינונג.

נאך יענעם נאכט האט שוין הערשל אראנזשירט א באגעגעניש וואו ליפא האט שטארק אויפגענומען ביים די מיידל׳ס עלטערן וואס זענען ערשט ערשטוינט געווען אז די ראזענבערגס זענען פאראינטערסירט בכלל. זיי האבן נאך חושד געווען אז מ׳באהאלט א געזונט פראבלעם, אבער נאכן זיך טרעפן מיט ליפא זענען זיי גרייט פאר אלעם. פאר ליפא איז אויך די זאך געפאלן. מר קאסטאו האט אים געזאגט ״ביי אונז איז איין זאך ״אימפארטענט״. צו זיין א מענטש, דרך ארץ קדמה לתורה״.

ליפא׳ן האט דאס געגליכן. ווי נישט ווי, קיין פרעשור פון שווער וועט ער נישט האבן. א גרינגער מענטש אהן גרויסע השגות. אנדערע דארפן זאגן תורה, זיך באהאלטן, לערנען אפאר יאר, ער האט נישט קיין שום פרעשור.

רעכי האט זיך אויך געטראפן מיט ס׳מיידל, און איז איבערהויפט באיינדרוקט. זי האט נישט געגלייבט אז זי וועט פאר ליפא טרעפן אזא איינשטענדיגע זאך. אזוי איידל, נארמאל אנגעטוהן. לעבעדיג. זי האט טאקע נאכגעהערט אז זי האט ״א טאָן״ פון פריינדינעס.
פון דעם קליינעם שמועס׳ל האט זי פארשטאנען אז זי איז א ערנסט מיידל, וואס וויל זיך מקריב זיין פאר א לעבן פון תורה. ליפא איז טאקע נישט דער מרברעבאַש, אבער נישקשה, מיט אזא מיידל וועט ער בליען. אביסל שטראם איז זי, אבער דאס קען ליפא זעהן פאר זיך אליינס ווען ער טרעפט איר. פאר ליפא פארציילט זי נאר וועגן די שיינע שווארצע האר, צו אריינברענגן עטוואס חשק.

נאכן ארומלויפן א טאג זוכן דיימאנטן גרייט מען זיך פאר א בעשאוֹ מיט שפאנונג. אהרן בנציון איז אין א אויסנאם גיסטע היינט צו די תלמידים. אנשטאט די געווענליכע פופצן מינוט הפסקה, געט ער זיי א פאנטאסטישע פינף און דרייסיג מינוט, וואס ער ניצט אויס פאר טעלעפאן געשפרעכן, פאר לעצט מינוטגע הכנות. ער האט שוין צוריקגעהערט פון א מומחה אז די נעמען שטימען, מ׳ווארט נאר אויף דור ישרים, און א באגעגעניש היים.

ענדליך שטייען אלע דריי - ליפא מיט זיינע צוויי לעבנס באגלייטער, אין א שטומע עלעוועיטאר אויף ספענסער.
די ראזענבערגס קלאפן אויף טיר 7B. ליפא איז אין זיבעטן הימל.

״ברוך השם מ׳האלט שוין דא״ פאנגט מר קאסטאו אהן די צערעמאניע.
ליפא קען זיך נישט איינהאלטן, ער וויל שוין באגעגענען זיין אשת נעורים, ער קוקט רעכטס און לינקס, און זעהט נישט קיין שפּור. ס׳נעמט אים א מינוט זיך צו אריענטירן און כאפן אז הנה היא לאה, דאס איז נישט זיין חני... ס׳שווערט אים שווארץ פאר די אויגן. ווער איז דאס מויד דא, רבונו של עולם. אהוי, וואו זענען די אבות, כלב בן יפונה, קרח׳ס גרובּ, שמשון׳ס רעכטע האנט.
"רייסט איין!!! פארוואס זענט עטס שטיל" קומט אים ר׳ אייזיק ספינקערס ווייגעשרייען צום הארץ. וואס טוט מען דא.

אבער ביפאר וואס ווען וואו, פעדערט מען דאס פארפאלק אין א שטיבעלע אריין.

ער רעדט מיט ס׳מיידל א קארגע האלבע שטונדע איבער דא והא, אבער זיין קאפ איז פארנעפלט מיט זיין חני. ער קען נאר טראכטן וואס זי איז נישט, נעמליך, זיין אייגנארטיגן חני. דאס איז דאך סתם נאך א וויליאמסבורגער מיידל פון ארגאנטינע, קלאגט ליפא שטילערהייט. וויאזוי האט ער זיך דא אריינגעזעהן.

נאָ?, עפענט אהרן בנציון די טיר, כ׳מיין אז ס׳איבעריגע קען מען רעדן נאכן לחיים" ניצט ער דאס זעלטענעם ברעקל הומאר וואס ער האט אין זיך, פון גרויס זעלבסט איבערצייגונג, אז דאס א פארטיגע זאך.

רעכי די מאמע כאפט יא א שמועס מיטן כמעט חתן.
נו? כ׳האב דיר נישט אויסגענערט הא? א צוקערדיג מיידל קעניינע הרע. איך האב איר שוין ליבּ. אוי האסטו אויסגעבעטן. ווערט די מאמע ס׳ערשטע מאל אזוי פערזענליך מיט אויסדרוקן, אין א שמיטה.

ליפא, קען זיך נישט איינהאלטן, ער קען נישט אלעס זאגן, אבער עפעס מוז ער זאגן זיך ארויסצוזעהן פון זומפּ. ״איך בין זייער צומישט״ געט זיך א כאפ ארויס פון זיין מויל.

רופט רעכי צוזאם אהרן בנציון׳ן און מ׳זעצט זיך ס׳ערשטע מאל פאר אזא זעלטענעם סארט פערזענליכע מיטינג צווישן עלטערן און קינד.
הער אויס ליפא, ערקלערט אים די מאמע. יעדער איז צומישט. איך און טאטי זענען אויך געווען צומישט ווען מיר האבן זיך געטראפן. מיינסט איך האב געוויסט מיט וועם איך האב חתונה. אבער אזוי גייט דאס לעבן. ס׳דארף נאר געפעלן אויבנאויף. מ׳פארלאזט זיך אויף די עלטערן.
״אונז טוה מיר גארנישט, אזוי האט דער אייבישטער צוגעפירט״ און וועסט מעצאשעם אויפשטעלן לעכטיגע דורות. נאר מדארף הערן פון דיר א יא. די יא איז דיינס.

ליפא מאכט א שטיקל חשבון. די כלה קוקט אויף אים מיט ווארעמע בליקן, ווי זי איז שוין זיינס. ווי קען ער אפזאגן דעם מיידל. ווי קען ער מצער זיין אזויפיל מענטשן אויפאמאל. זיינע עלטערן, אירע עלטערן, אלע געשוויסטער פון ביידע זייטן, פעטער׳ס וואס האבן צוגעהאלפן, די שדכן הערשל, ועוד לקרא. איר כאירה זיידע און באבע זענען שוין אפילו אינעם אנדערן צימער, אנגעטוהן אין ספעציעלע וואָרט שטאפיר.
למעשה, ווי ס׳שטעלט זיך אויס, איז די אנדערע חני קיינמאל זיינס נישט געווען.
בנוגע ציען צום שידוך זאגן אים דאך זיינע עלטערן אז ס׳ציהט קיינעם נישט. די ״הנה היא לאה״ פראבלעם האט דאך דער זיידע יעקב אויך געהאט און דאך מיט לאה׳ן חתונה געהאט.

״נו וואו די חתן״ גיסט אהרן בנציון אהן א פּיצקל זילבענעם בעכער׳ל ברענדי, ״לאמיר מאכן לחיים״
מזל טוב! מזל טוב! האלזט מר קאסטאו זיין פרומע מחותן׳ס שטייפע אקסלען. ער וואלט אריינגעקישט אויך ווען נישט ער עקלט זיך, אבער אהרן בנציון עקלט זיך פונקט אזוי, גייסטיש.

די נאנטע שושבינין, שוואגערס, מומעס, שלייכן זיך ארויף די שמאלע שטיגן אפגעבן דעם היסטארישן מזל טוב. אויך ארי וואקט אריין מיט די קארטענעס ציגארעטן לכבוד די שמחה. דער שדכן הערשל כאפט אים ביים בעקל, און מיט א האנט אויף זיין פלייצע, שרייט ער צו רעכי׳ן - וואס האלט אינמיטן טאפן די כלה׳ס באקן פאר התרגשות
״מרס. ראזענבערג - איך האב שוין גרייט פאַרן נעקסטן א שידוך״.

״דאס איז מיין צדיק׳ל ארי״, צייגט רעכי די כלה, ער איז נעקסט אין די רייע.
x.com
@הבל וריק דער עולם ווארט שוין אזוי לאנג פאר קאפיטל צוויי, פליז לעב אויף דער עולם לכבוד ליל שישי
 
Back
Top