סעים היער, איך פלעג גיבן פאר די קינדער גרעיפ דזשוס עטליכע מאל א סעודה און אלעס פלעגט שמוציג און קלעבעדיג ווערן, נאך ערגער איז אז די קינדער זענען געווארן הייפער דערפון און דער גאנצער נאכט/מיטאג איז געגאנגען כאדאראם, עס איז דא די לעצטע פאר יאר צו קויפן א סירופ פון די קאמפאני Burst וואס האט 0 צוקער (ומתן שכרה בצידה 0 קאלאריס פאר די וואס היטן זיך די דיעטע), זיי האבן עטליכע פלעיווארס און עס טעיסט זייער גוט, די קינדער לאזן זיך וואוילגיין דערויף און עס איז געזונט, דאס גאנצע שבת זעט אויס אנדערש.
אגב, אויב וויל מען זיך אויסמשלען וויפיל צוקער 38 גראם איז, עס קומט אויב 11 שטיקער קאצקע צוקער (אדער 9 לעפלעך צוקער)! וואלטסטו דאס געגעבן פאר דיין קינד עטליכע מאל א סעודה?